יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ זאלץ וואסער
ארטיקלען

דער אידישער ביזנעסמאן #2

זאלץוואסער · 2016

דאס וויכטיגסטע זאך ביים אריינגיין אין ביזנעס איז "אייזענע געדולד". נאכדעם וואס מיר ווייסן שוין אז מ'קען נישט מאכן יעדן טאג פרישע באשלוסן, און מ'מוז זיך האלטן צו וואס מ'האט אנגעהויבן, גיי מיר שמועסן אביסל פון דעם חלק פון פלאנירונג. וויאזוי פלאנירט מען סוקסעס און וויאזוי ווערט דער פלאן אפעקטיוו אויסגעפירט.

עס איז וויכטיג צו געדענקען אז "א פלאן" איז נישט קיין פאנטאזיע, עס איז אן ארבייט אין פראגרעסס, מ'קען דאס נישט מאכן איינמאל זיצנדיג ביים קאמפיוטער אויף א טעמפלעט וואס מ'האט געפינען וואס הייסט "ביזנעס פלאן" א ביזנעס פלאן איז א פראגרעסיוער ארבייט עס איז נישט קאמפלעט ביז ווען מ'דערגרייכט דעם שטאפל אין ביזנעס וואס דער פלאן שטעלט פאר.

כדי צו מאכן דעם ביזנעס פלאן איז אבער יא וויכטיג קודם אמת'דיג צו פארשטיין וואו מ'וויל אנקומען, און וואס זענען די זאכן וואס ציהט אייך צו דערגרייכן. עס וועט אמאל אויסזעהן קינדיש און זיך שפירן חדר'דיג צו טראכטן אז איך וויל האבן א גרויסע ביזנעס מיט אסאך ארבייטער, אדער אז איך וויל אז מיין ביזנעס זאל זיין אזוי גרויס, אדער אזוי שיין. ווען מ'פרעגט א איד וואס ווילסטו דערגרייכן מיט ביזנעס וועט ער נישט ארויסזאגן געוויינליך אלע קליינע קליפערליך וואס ציען אים, ער וועט רעדן "גרויס" אז אים ציהט צו מאכן אפאר דאללער, אבער לאמיתו של דבר איז דאך דא אסאך טיעפער'ס און יעדער קען זיין אייגן נפש. עס זענען דא געוויסע אזוי גערופענע חלומות וואס דער מענטש האט פאר זיין ביזנעס, די וועג וויאזוי עס זאל אויסזעהן אין 5 יאר און אין 10 יאר ארום.

דאס זענען זייער וויכטיגע דעטאלן, ווייל אט די חלומות זענען געוויינליך די געזאלין וואס שטופט דעם וואגן. מאכן געלט איז נישט אלס א שטופער וואס האלט אן א לאנגע צייט, אויסער ביי מענטשן וואס האבן א ברענענדיגן לוסט צו געלט, וואס דאס איז נישט אזא גאנגבארער נאטור. טראץ וואס יעדער פארשטייט אז דער עיקר תכלית איז צו האבן פרנסה, אדער גאר עשירות, און די אונטערשטע שורה איז געלט, איז דאס נישט גענוג צו קענען וועקן דעם מענטש יעדן טאג צו טון וואס איז ריכטיג. ער מוז זיך באקענען מיט זיין אינערליכן נפש און באמת פארשטיין וואס ער וויל.

עס זאגט מיר א איד ווען מיר שמועסן איבער זיין ביזנעס ציהל, איך וויל האבן אין 5 יאר ארום 50 ארבייטער וואס ארבייטן ביי מיר פוהל טיים. (פארשטייט זיך אז דאס קען נאר זיין א חלום ווען די ביזנעס פארטראגט אזא סארט פארנעם און עס איז באמת א מעגליכקייט, און ווען ארבייטערס זענען די יסוד פון די ביזנעס, למשל סערוויס, סעילס, וכו'). דער איד האט באשלאסן אז דאס ציהט אים, און ער האט אויסגעשטעלט דערנאך זיין ביזנעס פלאן אין קלענערע פאזעס, וואס דאס זענען די טשעקפוינטס ווען ער וויל האבן וויפיל ארבייטער.

נאכדעם וואס מ'ווייסט שוין וואס די קליינע דעטאלן זענען, און פארשטייט זיך אז דאס גיבט א געהעריגן בליק אויפן גרויסן בילד, מ'קען לויט דעם אביסל פארשטיין וואס די ביזנעס קען עררייכן אויב זאל מען אנקומען צו דעם ציהל, דאן קען מען זיך נעמען שרייבן אביסל און טיעפער אנאליזירן וויאזוי אנצוקומען דערצו.

איך ווייס אז פילע ביזנעס לייט וועלן קריגן מיט מיין הנחה אז די קליינע דעטאלן זענען די דרייווערס פונעם ביזנעס, אבער פון פראקטיק האט זיך ארויסגעשטעלט אז אין רוב פעלער איז יא אזוי אז ווען מ'קוקט אויף א ציהל וואס איז באמת צום הארצן, נישט נאר די הכרח'דיגע סוף פסוק פון געלט, דאס ברענגט אריין עקסייטמענט און העלפט אז מ'זאל קענען צענעמען אביסל טיעפער און פארשטיין וואס מוז געטון ווערן. עס איז ווי מ'זאל נוצן א אינטער טירל צום אייגענעם געשעפט.

נאכדעם וואס מ'האט א שטיקל בילד וויאזוי מ'וויל אויסזעהן אין פינעף יאר און אין 10 יאר בעזהשי"ת, גייט מען אויף צוריקצווועגס, און מ'ציילט די שטיינער מיט וואס דער בנין ווערט געבויט, און פון דעם בויט זיך אויס א ביזנעס פלאן.

פארשטייט זיך אז די ערשטע בלאט פון דעם ביזנעס פלאן זענען געוויינליך די טרוקענע פאקטן, וואס די ביזנעס טוט און וועם עס וועט סערווירן, וואו עס וועט זיין די ביזנעס אא"וו. אלע דעטאלן פון די, וואס, ווען, וואו, ווער, וועם, די ביזנעס גייט סערווירן.

דערנאך קומט א עקסטערע חלק אפצושאצן מיט אן אמת'דיגקייט די שטארקייטן און שוואכקייטן וואס מ'זעהט פאר אז מ'האט אריינטרעטנדיג אין ביזנעס. למשל: איך בין שטארק מיט די פאקט אז דאס איז א נייע ביזנעס אין א פלאץ וואו עס איז נאך נישט פארהאנען א קאמפעטישן (און צו דער זעלבער צייט קען דאס זיין א שוואכקייט אז ס'איז יא דא קאמפעטישן) אדער דאס שטארקייט אז איך האב א מקור פאר דעם פראדוקט וואס גיבט מיר די געלעגנהייט צו בעטן ביליגער ווי מיין קאמפעעטישן.

ביידע סיי די שטארקייט און סיי די שוואכקייט דארפן א פולן אנאליז, און איר זאלט זיך קיינמאל נישט פאפן אז ס'איז נישט דא קיין שוואכקייט, אויב זעהט איר נישט קיין שוואכקייט זענט איר נאך נישט קלאר אין אייער ביזנעס.

נאכדעם דארף מען אנאליזירן וואס זענען די אפענע געלעגנהייטן וואו מ'קען וואקסן און וואס זענען די ריסק און סכנות וואס שטייען פאר. וואו זענען די זאכן וואס מ'דארף זיין באווארנט אז ס'קען שטעלן אין א סכנה.

די זאכן זענען וויכטיג צו ווערן אראפגעשריבן, און נאכן אראפשרייבן וויכטיג צו באטראכטן די שריט וואס מ'זאל נעמען דערצו. סיי אויף דעם חלק הטוב וויאזוי צו ארויסנעמען דאס מערסטע דערפון. סיי דעם חלק פון די שוועריגקייטן וויאזוי מ'וועט זיך באפאסן דערמיט און מאכן דאס מערסטע זיכער אז עס זאל נישט זיין קיין שטער.

ווי שוין געשמועסט איז דער ביזנעס פלאן א ווארק אין פראגרעסס, און מ'קען נישט זאגן אז מ'האט עס געענדיגט אזוי שנעל. אבער דער עיקר איז צו געדענקען אז אויב מאכט מען א ביזנעס פלאן מוז זיין א באשטימטע פעריאדע ווען מ'קומט צוריק באזוכן דעם פלאן און ווען מ'קען קוקן צו מ'איז אויפן גראדן וועג וואס מ'האט באשטימט פון אנהייב אדער עס איז אביסל פארפארן. מ'דארף למשל יעדע דריי חדשים זיך געהעריג אראפזעצן פאר אפאר שעה און איבערגיין די קליינע דעטאלן צו זעהן צו מ'פראגרעסירט, און אויב נישט צו קענען אנאלאזירן פארוואס נישט.

עס איז נישט געמאכט געווארן צו זיצן און איבערמאכן די פלאן, עס איז געמאכט געווארן צו "פארבעסערן" דעם פלאן. ווייל ווי שוין געשמועסט ווערן די עיקר באשלוסן געמאכט פאר מ'עפנט דאס געשעפט. און אויב קומט אריין אינמיטן א פרישער געדאנק וואס פאר דעם דארף מען טוישן דעם ביזנעס גאנג איז דאס נישט א חלק פון דעם ביזנעס פלאן. די ביזנעס פלאן באציהט זיך צו די באשלוסן וואס זענען געמאכט געווארן פון אנהייב, און וויאזוי עס בעסער צו מאכן.

די ביזנעס פלאן איז נישט קיין כתובה וואס מ'לייגט אוועק, עס איז א ווארקינג דאקומענט, מ'באציהט זיך דערצו ווי די קאנסטיטוציע פון די ביזנעס צו וועלכן מ'גייט צוריק ווען אימער מ'שפירט אז מ'דארף איבערגיין די דעטאלן און נישט ווייניגער ווי אין געוויסע באשטימטע פעריאדן ווי יעדע חודש אדער דריי חדשים.

וואס עס קומט אלס ארויף ווען חסידישע אידן גייען אריין אין ביזנעס איז דער פראבלעם אז מ'מאכט דעם ביזנעס פלאן אויף א טעמפלעט און מ'שפירט א פרעשור אנצופילן יעדע ליין פון די אמאל דרייסיג בלעטער וואס ווערט גערופן ביזנעס פלאן, און נישט יעדע ביזנעס דארף האבן אזויפיל, און מ'גיבט אויף פריצייטיג דערויף. עס איז נישט קיין שום פראבלעם אויב א ביזנעס פלאן איז צוויי עמודים, און דערנאך ווערט עס גרעסער און ברייטער מיט די צייט.

(פארזעצונג קומט אי"ה)