דאס זענען מעשים בכל יום, און עס איז טאקע א וויכטיגע נקודה. אבער איך מוז צולייגן אז אין מיין ליין אויף ביזנעס נעם איך אויף אינגעלייט אויף געוויסע פאזיציע'ס און אמאל מאכט זיך פארקערט אויך ווען פון מיין זייט זעה איך אז דער מענטש איז נישט פאסיג, נאר די חברים אדער אנדערע זאגן אים אז ער איז יא, און דאס ברענגט געוויסע עגמ"נ.
דער אמת איז אז די חברים קענען נישט באמת וויסן, טראץ וואס חברים ווייסן געוויינליך די תכונות נפש פונעם מענטש, איז אבער "סעילס" א זאך וואס מ'דארף אויך הערן פון דעם עמפלאיער אדער אנדערע פראפעסיאנאלן וואס קענען זיך אויס אין ספעציפישן פעלד, ווייל אין סעילס אויב וועט דער מענטש דורכפאלן איז עס אמאל א בכי' לדורות, און דאס איז א ריסק וואס מ'זאל נאר נעמען אויב מ'האט א פראפעשענעל אפיניאן.
עקסערסייז צוליב די פילע אנפראגן אין די נושא, וויל איך בעטן ווער עס וויל וואלונטירן אראפצושרייבן אין קורצן זיין אייגענע עקספיריענס אין באקומען דעם "ערשטן" דזשאב, וויאזוי דאס איז צוגעגאנגען.
וויכטיג צו באשרייבן איז:
אין וועלכן מצב האט איר אנגעהויבן זוכן? ווען ס'נאך געווען גענוג פרי? אדער אנדערש?
ווילאנג האט איר געזוכט?
וויפיל אפפערס האט איר באקומען?
אין אייער עקספיריענס פון וואו האט איר באקומען די בעסטע ראט?
וויפיל האט איר אפגעזאגט? און פארוואס?
צום סוף וואס האט אייך געברענגט צו נעמען דעם ערשטן דזשאב?
דאס וועט אונז געבן א ריכטיגן לייוו אפשאצונג אין די נושא צו קענען באהאנדלען אויפריכטיג.
ביטע זיך אנרופן ווארים, איר מוזט נישט קאמפראמייזן אייער ניק און איר דארפט נישט שרייבן דעטאלן וואס גיבן ארויס אייער אידענטיטעט, עס איז נישט ווערד די עגמת נפש צומאל.
11/7/2016
איך האף נאך מאריך צו זיין אויף די נושא, אבער אז דו ברענגסט עס אויף לאמיר זאגן צוויי נקודות וואס גייט אין שפאן מיט וואס איך האב שוין געשריבן.
1 פאר א נייעם ארבייטער איז נישט קיין פראבלעם אז ער נעמט א דזשאב וואו מ'קען נישט וואקסן (אדער ס'איז שווער צו וואקסן) ווייל ווי שוין ערווענט דארף זיין ערשטע דזשאב זיין צו בויען א פלאטפארמע.
2 דאס וואס דו שרייבסט וועגן לייענען ביכער וכו', זייער אסאך אינגעלייט זענען נישט אמת'דיג גוט אין דעם, און אויך האט שוין לייענען ביכער (אפי' די ריכטיגע) אריינגעפירט מענטשן אין עולם הדמיון, און ווען דער רעאליטעט שלאגט אין פנים איז וויכטיג צו טוהן וואס מ'ברויך. עס איז וואר אז ביי פילע איז נישטא די מינדעסטע טרענינג, אבער טרעינינג פארן דזשאב כשל עצמו איז יא דא, און פאר א נייעם אינגערמאן איז דאס די וויכטיגסטע זאך. טוה דיין דזשאב, און האלט צוויי אויגן אפן פאר וואס קומט נאך....
15/7/2016
איך האב יעצט באמערקט דעם שאלה, און איך וועל דיר ענטפערן אין קורצן: איך בין אין א ביזנעס וואס ביכער קענען אסאך העלפן, און איך דיעל מיט גאר אסאך מענטשן אין אונזער ביזנעס, ס'זענען דא אזוינע וואס ווען זיי לייענען א בוך פארשטייען זיי פונקטליך וואס ארויסצונעמען, זיי קענען דיר סאמערייזן אין קורצן וואס זיי האבן געלערנט, זיי זעהען דעם סך הכל.
ס'זענען דא אזוינע וואס ווערן אפגעשטעלט ביי לשונות, און ביי גוט זאגעריי וכו', און זיי קומען אין ערגעץ נישט אן, בפרט נאך ווען דער האט א מער ווי געוויינליכן כח המדמה, איז דער מענטש אינגאנצן נישט רעאליסטיש.
איך וועל דיר געבן אן עקזעמפל: א אינגערמאן ביי מיר אין אפיס ליידט שטארק אויף געוויסע נטיות וואס שטערן אים אין זיינע טעגליכע פליכטן, און ער גלייכט זייער צו לייענען ביכער (ווי איידער צו טון דעם דזשאב)... יעדע צווייטע טאג ווען איך רעד צו אים, קען איך דיר זאגן וואס ער האט געליינט אין די לעצטע פאר טעג.
איין טאג קומט ער אריין און רעדט ווייך און צוגעלאזן, א צווייטן טאג קומט ער אריין און רעדט כמו פראפעסיאנאל, און שטרענג. א דריטן טאג קומוט ער אריין און פרובירט הומאר אין גאר ערנטסע מצבים, וכו'.
יעדעס מאל ער לייענט א בוך ווערט ער איבערגענומען און טוישט זיין כאראקטער. אויף אזוי ווייט אז איך בין ערנסט חושד אז ער ליידט אויף סקיצעפרעניע ח"ו.
צו לייענען א בוך מוז מען פארשטיין אז דער שרייבער וויל "ענדיגן דעם בוך" און אלס דבר השלם מוז אלעס זיין פערפעקט, און דער מענטש ענדיגט זיך ערשט נאך די, 120 און מ'קען נישט זיין א בוך. מ'קען ארויסנעמען אפאר גוטע כללים, ופרטים, אבער נישט ווערן אינגאנצן משוגע.
אויב ווילסטו יא לייענען א בוך און דערפון לערנען, דארפסטו מאכן א שיעור וויפיל נקודות זענען די מאקסימום וואס דו גייסט ארויסנעמען צו טוישן אין דיין מהלך אין ביזנעס.
ווידעראום אויב רעדסטו פשוט פון ביכער וואס לערנען דעם פאך, דאס איז שוין גאר עפעס אנדערש, און אודאי אויב איז נישטא קיין טרעינינג (געוויינליך איז יא דא אפי' ביי קליינע ביזנעסער, נאר ס'זעהט נישט אויס ווי די א"ג טרענינג וואס די גרויסע קאמפאניס פארמאגן, אבער יעדער טרעינט אריין אן ארבייטער באיזה אופן שהוא) איז א בוך פון "פאקטישע אנווייזונגען" העכסט וויכטיג.
אין איין ווארט... ס'איז דא א חילוק צווישן די נייטרא קיך ביכל, און א טשעק ביכל, ביידע זענען א בוך און קיין איינס פון זיי קען מען נישט "לייענען" ודו"ק.
15/7/2016
דער פראבלעם איז אלס געווען און וועט אלס זיין, און יעדער פאל האט זיך זיין צוגאנג וויאזוי מ'דארף עס באהאנדלען. עס איז אבער דא געוויסע עקסטרעמע פעלער וואס דארט זעהט מען אמאל ממש א חורבן פאר די אויגן. אין געוויינליכע אומשטענדן, נעמט אמאל אפשר אביסל לענגער ביז יעדער איז אויף איין מיינונג אז מ'דארף זוכן א דזשאב, אבער ס'איז נישט געפערליך.
ע"פ רוב ווען די עלטערן געבן נישט צושטייער, קען דער אינגערמאן געהעריג זוכן א דזשאב, און זיי פארשטייען דאס. דער פראבלעם איז ווען מ'לאזט זיך שטיצן, און מ'האלט נישט ביים לערנען, וואס דאן איז די דזשאב פשוט אן אויסרייד, און אפשר א קלוגע זאך, אבער איז אין קאנטראסט מיטן "נעמען געלט".
אויב א שווער האלט אויס דעם איידעם אדער העלפט דעם איידעם אפי' נאר א חלק, ווייל ער וויל ער זאל קענען זיצן און לערנען, איז דער פראבלעם מצד דעם איידעם אז ער לאזט זיך שטיצן, און דאס בלאקירט אים פון קענען טון וואס איז ריכטיג פאר אים. דער געדאנק פון "האבן די קעיק נאכן אפעסן עס" איז עפעס וואס אסאך פארשטייען נישט. מ'טוט דאס ביי נאך אנדערע פעלער, וואס מ'קען נישט אלס מאריך זיין דא ברבים, מ'איז אמאל געוואוינט אז מ'קען זיין א ארימאן און אן עושר צוזאמען, און נהנה זיין פון ביידע וועלטן... וד"ל, אבער מיט עלטערן איז דאס שווערער, און א מענטש דארף וויסן וואו ער באלאנגט, און לאזן וויסן פאר די וואס העלפן אים, דעם אמת.
15/7/2016
קודם לכל פון וואו נעמסטו אז איך קען מיך נישט טרעפן אין זייערע שיך? איך בין גאר שטארק באהאוונט און איך קום פון זייערע שטיוול....
אבער דו האסט שלעכט פארשטאנען וואס איך זאג. עס איז אלס דא וואו מ'איז אין א אויסנאמע סיטואציע, און ווי איך האב געשריבן אויבן, דארף מען באהאנדלען יעדע פאל אויף איר אופן. און זיכער זענען דא אזוינע וואס זענען גוט אויף צרות, און דאס זעלבע איז אין אסאך אנדערע הינזיכטן ווען א מענטש האט חתונה מיט גרויסע עקספעקטעישאן'ס און קען נישט נאכקומען וכו'.
איך האב געהאט א חבר אין ישיבה וואס פלעגט "בלאפן" געפערליך. איך האב זיך ממש נישט געקענט איינהעאלטן און אים געפרעגט, זאג מיר וואו דו פלאנסט נצוקומען, איך ווייס דאך יא אז דו שטעלסט דא אן א גאר פרישן פנים, ממש מהיפוך להיפוך פון דיין כאראקטער, וואס ווילסטו דערגרייכן. ער האט מיר געענטפערט אז ער וויל א גוטן שידוך.
האב איך אים געזאגט אז ער טוט נאריש ווייל ער גייט זיך אנטון שיך נישט זיין סייז, און ער וועט אלס מוזן הינקען.. מיר האלטן היינט א שיינע פאר יאר שפעטער, און איך קום רעפארטן אז ער האט מיר געזאגט אפאר יאר נאך די חתונה: געדענקסט וואס דו האסט מיך געווארנט אין ישיבה? איך וויל דיר מודה זיין אז איך בין אויף צרות צוליב דעם....
מ'קען די זאכן גוט אויסארבייטן אפי' אין אזוינע פעלער, טראץ ס'איז שווער.
17/7/2016
איין גוטע נקודה האט איר שוין ארויס געברענגט: אז דער רצון איז גאר וויכטיג (איך באציה זיך צו דעם אינעם "לאיעלטי" פאראגראף) איך וויל אייך אבער פרעגן דא ברבים:
1 וואס זענען די זאכן וואס מאכן צו די טיהר דאס שנעלסטע? לאמיך מסביר זיין: איך נעם אויך אויף ארבייטער אסאך, און איך האב געוויסע זאכן ביים אינטערוויו וואס ברענגען אראפ אדער ארויף דעם מעסטערל, אבער אלס איז דא איין אדער צוויי זאכן וואס ווען דאס פאסירט איז עס ביי מיר "קלאוזט קעיס", און איך וועל דעם מענטש שוין נישט אויפנעמען אפי' אויב אלעס אנדערש איז גוט. וואס איז דאס ביי דיר?
2 וואס איז די איין זאך וואס עפנט אויף אלע טירן? דאס זעלבע ווי פריער נאר פארקערט, עס איז אלס דא איינס אדער צוויי זאכן וואס מאכן זאלסט פארקוקן אויף די איבעריגע... .וואס איז דאס?
די שאלה איז געוואנדן צו מטעמים, אבער אויך צו אנדערע בעלי בתים וואס הייערן מענטשן. ביטע קאמענטירן
21/7/2016
די ערשטע שאלה וואס איז אריינגעקומען: איך וויל בעטן אז ווער ס'האט א תשובה זאל קאמענטירן. איך וועל אי"ה קאמענטירן נאכדעם וואס מ'וועט זעהן וואס קומט אריין פון אזוינע וואס האבן אין פאקט געהאט דעם זעלבן פראבלעם. עס איז קיינמאל נישט די זעלבע צו הערן פון איינעם וואס רעדט אין טעאריע, אדער איינער וואס האט געהאט זעלבסט ערפארונג דערין.
די שאלה איז אזוי: א אינגערמאן האט זיך געלערנט א פאך, און פאר א משל וועל מיר נוצן קאמפיוטער פראגראמינג. ער האלט שוין נאכדעם, ער האט א פאך אין די האנט, ער האט זיך עס געלערנט ווייל זיינע נטיות זענען צו אזא סארט ארבייט, און עס שטעלט זיך טאקע ארויס אז ער האט שנעל אויפגעכאפט דעם נושא, און יעצט איז ער גרייט פאר א דזשאב.
וואו ווענדט ער זיך ערשט?
וואס טוט מען טאמער ס'מאכט זיך נישט קיין גוטע אפפער'ס? ער דארף דאך האבן פרנסה ביזדערווייל.
וואס האט איר געטוהן? (אויב האט איר אויך געהאט בערך די זעלבע פראבלעם)
31/7/2016
אין באצוג צו הרב מטעמים. מיינע ווערטער זענען נישט אויסן צו זאגן אז מ'זאל נישט אריין גיין אליינס אין ביזנעס, און ביזט גערעכט אז די פאטענטשעל איז ביים ארבייטן ביי יענעם אין בעסטן פאל זייער לימיטעד.
עס איז וויכטיג צו באמערקן אז פן די אלע וואס דו זעהסט וואס האבן מצליח געווען אליינס, איז קעגן יעדע איינע דא צוויי אדער מער וואס זענען דורכגעפאלן, דאס איז ליידער א פאקט. מיינט דאס דען צו זאגן אז מ'זאל פארדעם נישט פרובירן?
מ'לייגט אראפ כללים ווען מ'רעדט צו א ציבור מוז מען בארירן אלע קליינע נקודות, טראץ וואס אמאל איז דא וואס ביי איינעם איז עס מער שייך ווי ביים צווייטן. עס איז נעאך אלס א פאקט אז די אויבנדערמאנטע בולעטפוינטס קענען נישט גענומען ווערן לייכט. אין קורצן: ארבייטן פאר זיך איז קלאר א גאר גוטע זאך ווען ס'ארבייט זיך אויס, אבער מ'דארף זייער אכט געבן וויאזוי מ'טוט עס. אין באצוג צו הרב סארקאזי: איך האב נישט געזאגט אז מ'זאל נישט אריין גיין אין ביזנעס. קלאר אז נישט. ווען איך זאג ווען אז ס'איז נישטא קיין מהלך צו אריינגיין אין ביזנעס וואלטסטו געווען גערעכט. ניין! איך זאג אז ס'איז דא כללים וואס מ'דארף נאכגיין, און א ביזנעס האט א וועג וויאזוי מ'עפנט עס.
דו פרעגסט מיך אויף דעם תנאי וואס איך שרייב אז מ'דארף דימענד, און דו ברענגסט אראפ אז ס'איז דא פראדוקטן וואס קומען אריין און די דימענד ווערט נאכדעם.
לאמיר אביסל טיעפער אריינגיין דערין. עגס איז אמאל קלאר אז עס מוז זיין דימענד, און עס איז אויך קלאר אז ס'איז דא א דערהער פון "פוירסט טו מארקעט" אדער עכ"פ צו דעם לאקאלן מארקעט. דהיינו אויב איינער ברענגט יעצט אריין א נייעם מין אויטא צו פארקויפן דא ביים היימישן עולם, און ס'נעמט אפאר חדשים ביז דער עולם ווערט געוואוינט אז עס איז א קאר וואס מ'דרייווט און מענטשן פאנגן אן קויפן, דאס מיינט אז עס איז א אייטעם וואס אין דעם ביזנעס פלען איז דא א פלען בי אויב ס'ווערט נישט פארקויפט, אדער אויב ס'ארבייט זיך נישט אויס, וואס גייט מען טון מיט די אינווענטארי.
אויב איז נישטא קיין פלען בי, זעהט מען אויס ווי . . . .. וועלכע (איך מאך אסאך פינטלעך ווייל איך קען דיר ברענגען אסאך משלים) אייטעםס זענען אריינגעקומען און ארויסגעגאנגען און דו האסט שוין לאנג פארגעסן ס'איז אמאל געווען אבער דער פאראשוטיסט וועלכער האט גענומען דעם ריסק עס אריינצוברענגען און געלאנדעט אויפן רוקן מיט א פארמאכטן פאראשוט באצאלט נאך קרעדיט קארדס (אדער באצאלט נישט)... דערפאר.
דו ברענגסט די דיפס מיט אלע אנדערע נייע לעבנס שטייגער, דאס איז אלעס זאכן וואס אדער די גרויסע קאמפאני'ס וואס האבן גענוג געלט צו פרובירן דעם מארקעט, און ס'ווערט ביי זיי אנגערופן מארקעט ריסוירטש וואס האט אויך א פרייז, און ווען זיי זעהן אז ס'גייט נישט פארגעסן זיי צו מאכן דעם נקסטן שיפמענט און ס'גייט אויפן טעקס קרעדיט פארן יאר. אדער איז עס היימיש געמאכט ביי איינעם אין קיטשן, וואס אין ערגסטן פאל וועט מען נעקסטע וואך עס נישט מאכן, און דאס הייסט נישט געעפנט א ביזנעס. דאס איז בכלל נישט פון וואס אונז רעד מיר דא.
אויב ווילסטו פארקויפן ראפאגאש חלה פאר אידן ווייל דו קעסט גוט באקן, כה לחי באק אפ א שיפמענט און קוק וויפיל דו פארקויפסט, און נעקסטע וואך וועסטו שוין וויסן וויפיל צו באקן, און ווען דו וועסט זעהן ס'פארקויפט זיך מער נישט וועסטו מער נישט באקן. איטס דעט סימפל. דאס איז נישט פון וואס מ'רעדט דא.
ווען מ'רעדט פון קאמפליט נייע איידיעס וואס מענטשן קומען אויף, און עס נעמט יא א גרויסע ביזנעס אינטערנעמונג עס צו שטופן, איז זיכער אז סתם פרובירן איז קיין עסק, און מ'מוז דורכגיין אלע בולעטפוינטס.
ווען איינער ברענגט א נייע אייטעם צום מארקעט מוז ער אויך וויסן צו ס'איז דא א דימענד. אפי' ער קען אפשר נישט וויסן וויאזוי דער אייטעם וועט אויפגענומען ווערן, קען ער אבער מעסטן מיט אנדערע אייטעם'ס פון דעם סארט צו ציען א פאראלעל און בערך שאצן וואס מענטשן וואלטן געזאגט און צו דער אייטעם סאלווד א פראבלעם וואס האט נישט היינט א סאלושן.
למשל איך האב אין געדאנק א נייעם אייטעם וואס איז נאך היינט נישט דא. איך בין געגאנגען צו א לויער, צו אן אקאונטעטנ, וכו', און געפרעגט וויאזוי מ'מעסט און וויאזוי איך קען וויסן צו ס'קען מצליח זיין. קיינער האט נישט געענטפערט: פרוביר! יעדער האט געהאט עצות וויאזוי צו קוקן און וויאזוי צו שאצן. איך האף אז הדברים פשוטים.
איך האב שוין אמאל געלאזט וויסן אז מ'קען מיר פערזענליך אויך אריינשיקן רעזומעי'ס. איך האב שוין זוכה געווען צו העלפן אידן סיי ביי מיר אין דער ארבייט און סיי אינדרויסן. דעריבער אויב קאסט עס נישט צופיל לוינט זיך צו פרובירן. איר מוזט נישט מגלה זיין דעם נאמען אייערן. שיקט עס פון א פריוואטן אימעיל, נישט פון דעם ניק. כל טוב.
נ.ב. אויב זענט איר א מעמבער אין איין פון די גרעסערע קהלות איז אלס דא צו וועם צו רעדן איבער די ענינים (אפי' אויב נישט קען מען אויך רעדן, נאר עס איז גרינגער ווען מ'ווייסט וואו אנצוהייבן)
אין קרית יואל איז דא:
חיים של פרנסה (סאטמאר מהר"א), שערי פרנסה טובה (סאטמאר מהרי"י) דאס זעלבע האבן זיי אין וויליאמסבורג אויך.
דערנאך איז דא פון בעלזא אין מאנסי (איך געדענק נישט די נאמען. ווער קען העלפן?)
סקווירא האט א גאר גוטע ארגעניזאציע אין שטעטל. געדענק איך אויך נישט די נאמען פונקטליך.