נאך די סעריע פון "א טריט אריין אין ביזנעס" גייען מיר אריבער צו די סעריע פון "דער אידישער ביזנעסמאן", בשעטומ"צ.
דער אידישער ביזנעסמאן איז א שם כללי פאר דעם איד וואס האט זיין אייגענע ביזנעס, וואס אין דעם איז כולל דער איינצעלנער ביזנעסמאן (דער פרובירער) וואס האט זיך זיין אייגן קרעמל אדער וועבזייטל וואס פון דארט ציהט ער חיונה, ער האט נישט קיין ארבייטער'ס אדער אנדערע ביזנעס הוצאות. ער קומט אריין שטייטעלעך אין זיין ביזנעס, געוויינליך אנגעהויבן אלס א זייטיגע איינקונפט, און דערנאך ווען דער אויבערשטער העלפט קען ער פולקאם אריין גיין אין דעם נייעם געשעפט און פון דארט האפנטליך שעפן חיונה פאר לאנגע יארן.
דערנאך קומט דער ביזנעסמאן וואס מארשירט אריין אין ביזנעס מיט א גרעסערן אימפעט (דער שפרינגער), ער לאזט זיך אריין אין גרעסערע הוצאות, ער דארף אנהייבן גראד מיט א גרויסן אפעראציע כדי צו קענען מצליח זיין. געוויינליך איז עס גאר קאסטבאר און עס נעמט אריין גאר אסאך ריזיקע אויב איז מען נישט געהעריג גרייט מיט געלט, געדולד, און אסאך עקספערטיז, איז מען אויסן צו דערלייגן דאס קרן ח"ו.
אין דעם קאפיטול לאמיר זיך באפאסן אין די חילוק צווישן די צוויי ביזנעסלייט וועלכעס קומט וויכטיג אריין ווען עס איז דא שווערע צייטן אין ביזנעס, דער איינצעלנער ביזנעס מאן וועט זייער שנעל אוועקפאלן און אויפגעבן זיינע טרוימען, ווען ער זעהט זיך ארום עס איז שווערער ווי געראכטן, (וואס ע"פ רוב איז דאס דער מציאות) ווידעראום דער וואס איז אריין גרויסארטיג מיט געלט און ארבייטערס וועט אנהאלטן לענגער. פארוואס? ער קען פשוט נישט פארמאכן דאס געשעפט צוליב א שוועריגקייט, ער האט נישט קיין וועג ארויס נאר דער גרעסטער הכרח. אויב זאל ער שפארן דאס געשעפט וועט דאס זיין דער מכה בפטיש אויף אלע געלט וואס ער האט שוין אינוועסטירט, געבארגט, אדער נאך שולדיג.
דער שפרינגער וועט לאזן יעדן וויסן איבער זיין ביזנעס, ער איז זייער קאנפידענט אז ער ווייסט וואס ער טוט, און דעריבער איז אים אבער שווער ארויסצוגיין און זיין א דורכפאל ברבים. ווידעראום דער פרובירער וועט נאך נישט פארציילן קיינעם וואס ער טוט, ער איז נאך נישט גענוג זיכער מיט זיך, דעריבער ווען ער זעהט שוועריגקייטן לייגט ער ארויף שטילערהייט שלאס און ריגל און אנטלויפט.
מ'קען זיך דינגען וועלכע זייט איז בעסער, אדער וועלכע איז מער אויסגעהאלטן, אבער דאס איז אמאל זיכער אז אויב וויל מען בלייבן אין ביזנעס, און מ'גלייבט אז מ'טוט די ריכטיגע זאך, קען מען נישט אנהייבן צו "פרובירן" (טראץ וואס ס'איז דא א תקופה פון פרובירן וואס איז נארמאל, דאס איז בעפאר מ'טוט אפיציעל אריינטרעטן אין געשעפט, עס איז די תקופה פון ריסוירטש, ווען מ'זוכט ארום אינפארמאציע, עס מוז אבער קומען דער טאג ווען עס ווערט א רעאליטעט, און מ'איז אפן און קלאר אז מ'איז אין ביזנעס)
ווען דער איינצעלנער ביזנעסמאן דער פרובירער גייט אריין מוז ער דערפאר אויפן ביזנעס פלאן האבן א ספעציפישן צייט וואס ער גייט דערין זיין נישט קיין חילוק ווי שווער אדער גרינג עס איז, ער מוז באשליסן אז פאר צוויי יאר (אדער ווי לאנג ער שפירט אז ס'איז ריכטיג) גייט ער נישט ארויס נאר טאמער מ'ווארפט אים ארויס…
ער מוז לאזן וויסן פאר זיינע נאנטע, און אין רוב פעלער פאר די ווייב אז דאס איז די ביזנעס אין וואס מ'האפט צו בלייבן, און דאס איז נישט קיין "פרובירן סעסיע". מ'דארף זיך אריין שטעלן אין א פאזיציע אז ס'איז נישט דא קיין אפציעס נאר צו גיין אויף ארויף.
איך דערמאן זיך א מעשה ווען אלס בחור פלעגט ביי די ישיבה זיין א גרויסער הויכער טורעם בערך 20 שטאק הויך אויף וועלכן די בחורים פלעגן אמאל אין די פרייע צייט ארויף קריכן, עס איז געווען א גאר שרעקוועדיגער אוואנטורע, אבער מ'פלעגט עס טוהן. ויהי היום האב איך זיך צוזאמגענומען די כוחות הנפש אז איך גיי "פרובירן" ארויף צו קריכן אויף דעם שמאלן לייטער צוואנציג שטאק.
אנקומענדיג אינמיטן דעם לייטער, ווען איך האב שוין געזעהן די ביימער אינטער מיר ווי א קארפעט דאס איז געווען א ערך פון אפאר מינוט קריכן אויף ארויף, האב איך זיך באגעגנט מיט א נעסט פון "דיינינג נידלען" וועלכע זענען ווילד ארומגעפלויגן ארום מיר. זייענדיג א סאטמארער תלמיד איז א דייניניג נידל איינס פון די שרעקוועדיגסטע ברואים, איך געדענק נאך אין קעמפ רב טוב ווי דער גאנצער לאנטש רום פלעגט זיך אויסליידיגן ווען אזא אומשולדיג פליגל פלעגט זיך באווייזן.
עכ"פ איך שטיי אין א דילעמא, דא שטיי איך 5 מינוט העכער די ערד, און 5 מינוט ווייט פון שפיץ, און ביידע הענט מוז איך נוצן נישט אראפצופאלן פון לייטער ח"ו, עס איז נישט מעגליך יעצט צו באשליסן אז איך אנטלויף, נישטא וואו צו לויפן, איך דארף גיין אדער 5 מינוט ארויף אדער 5 מינוט אראפ.
און דאן האב איך באשלאסן אז אויב שוין יא אזוי וועל איך ווייטער גיין אויף ארויף, און דערגרייכט דעם שפיץ בשלום.
לענינינו, ווען איך וואלט ווען געהאט א וועג צו אנטלויפן האלטנדיג האלבוועגס אויפן טורעם, וואלט איך זיכער קיינמאל צום שפיץ נישט אנגעקומען. (איך וואלט נישט דערלייגט קיין סאך דערויף, אבער אלס משל קען עס דינען). ווייל עס איז נישט געווען צופיל ברירות, האב איך געמוזט מאכן א "באשלוס", און אזוי אנגעקומען צום שפיץ.
דער ביזנעס מאן וואס קען יעדן טאג באשליסן ארויס צו גיין וועט געוויינליך צו ווייט נישט אנקומען, אויסער אויב ער איז נאטורליך אן ענטשלאסענער מענטש, מיט אן אויסערגעוויינליכן שטארקן כאראקטער, און אפילו אין אזא פאל וועט אלס קלאר זיך ארויס שטעלן אז ער האט נאך סיבות וואס פירן צו זיין אנטשלאסנקייט, אמאל אזא קלייניגקייט ווי א ברודער וואס איז מצליח און ער פרובירט אים איבערשטייגן. אדער א אשת חיל וואס לאזט אים נישט אויפגעבן.
לסיכום: איר קענט נישט אריין גיין אין ביזנעס באופן "איך טוה אביסל אין עמעזאן", עס מוז זיין א קלארקייט, און עס מוז זיין א "באשלוס".
פארזעצונג קומט אי"ה. (האפנטליך אין די טעמע פון מאכן דעם ביזנעס פלאן)