יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ זאלץ וואסער
ארטיקלען

א טריט אריין אין ביזנעס – ווער זענט איר?

זאלץוואסער · 2016

מיר האבן שוין אביסל בארירט די נושא, אבער ווי מער מיר גייען אריין דערין קומט אלס ארויף אויפן אויבערפלאך דער פראבלעם אלס א יסודיות'דיגער און גאר געפערליכער, דעריבער וועלן מיר שרייבן אביסל אין די נושא, אוועק פון סדר.

רעדנדיג מיט ארבייט זוכער, פרעגט מען די ערשטע שאלה: וואס זוכסטו?

דער אפטייטש פון די שאלה איז אסאך טיעפער ווי סתם וואס דו זוכסט. ווען מ'פרעגט די שאלה, איז עס א דיפלאמאטישער אפטייטש פון: וואספארא ברי' ביזטו? צו וואס טויגסטו? וואס זענען דיינע חסרונות? אא"וו. קיינעם אינטערסירט נישט באמת וואס דו זוכסט, ווייל די עקספיריענס ווייזט אז דער כלל פון יגעתי מצאתי מיינט נישט אז דו וועסט טרעפן אדער אז ס'איז רעלעוואנט וואס פונקטליך דו זוכסט. דאס איינציגסטע וואס דאס זוכן טוט יא אויף איז אז אויב מיינט מען עס אמת'דיג טרעפט מען "א דזשאב". אבער פונקטליך וואספארא דזשאב איז כמעט נישטא ווער ס'קען זאגן אז מ'האט גראד געטראפן וואס מ'האט געזוכט.

יעצט ווען דער זוכער נעמט זיך מסביר זיין וואס ער זוכט, איז ער אזוי ווי דער יעניגער וואס פרעגט דיר וואס איז נייעס? און דו נעמסט דיך אים פארלייענען די נייעס… ר' איד איך בין נישט אינטערסירט אין נייעס, איך בין אינטערסירט צו פארפירן א געשפרעך, און דאס איז איינס פון די מהלכים.

דעריבער איז די קאמיוניקאציע צווישן די וואס זוכן און די וואס העלפן טרעפן גאר שווער. מ'פארשטייט זיך נישט געהעריג. די מחלת הדיפלאמאטיע, פון נישט טארן זאגן פאר קיינעם דעם אמת אמאל ווייטאגליך און אמאל סתם אומבאקוועם, און יעדער באנוצט זיך מיטן פסק פון ליגנט מפני דרכי שלום.

בקיצור, א יעדן טאגיגער פראבלעם וואס ביי זוכן א ארבייט מאכט עס פיהלפאכיג שווערער אויף ביידע צדדים.

וועם זענט איר מקנא?

איך ווייס אז ס'איז נישט איידל, אבער יעדער האט אין זיך א געוויסע מאס פון גוטע קנאה, דהיינו קנאת סופרים, און דערגעגן איז אויך דא די נישט אזוי גוטע קנאה, וואס קומט מיט אומפארגינערישקייט. אבער ווען איר וועט טיעפער אריינקלערן וועט איר מערקן אז קנאה איז גאר א אינטערסאנטע מדה מיט וואס מ'קען אויך מעסטן און רעכענען פארשידענע נטיות פונעם מענטש.

איז דא א אידל וואס ער ארבייט אין דיימאנד דיסטריקט, ווען איר רעדט מיט אים פון סיי וועלכן מוצלח וועט דער שמועס גיין ווי געהעריג און אן קיין איבעריגע היץ. אבער ווי נאר איר הייבט אן רעדן פון מוצלחים אין די דיימאנד אינדוסטריע באמערקט איר אז דער איד וועט אלס אויפקומען מיט גוטע סיבות פארוואס יענער איז מצליח אדער פארוואס עס איז נישט אמת, אדער סתם אזוי שפריצט ארויס די קנאה פון זייינע ווערטער.

איינער מער איינער ווייניגער, ווענדט זיך וויפיל מ'ארבייט אויף די מדות, אבער דער נאטור פון דעם מענטש איז אז ער איז מקנא נאר דעם וואס איז אין זיין סוג.

אין די עשרת הדברות שטייט לא תחמוד בית ריעך, אשת ריעך, וגו. אירה אט שוין אמאל אריינגעקלערט פארוואס שטייט נישט ביי "לא תגנוב" חפיצי ריעיך??? אדער ביי לא תרצח ריעך? בדרך רמז, איז עס דער ענין אז ביי גלוסטן און ביי קנאה איז דער מענטש געוויינליך מקנא נאר איינעם מיט וועם ער קען זיך אידענטיפיצירן.

אידישע מדות זענען וואס מ'ארבייט אויס, אבער פון נאטור איז יעדער עכ"פ אביסל אנגעשטעקט מיט ק

קנאה און קנאת סופרים

דערקענט אייך לויט וועם איר זענט מקנא

קנאה אדער געוויסנס ביסן? אדער גאר שאיפה צו דערגרייכן אלס מעסטער?