מיר וועלן זיך יעצט ווענדן צום בעל הבית.
לאמיר אנהייבן מיט די ערשטע טריט אריין צום "אייגענעם" ביזנעס. אויב זאלן מיר זיך נישט האלטן צו געוויסע פרינציפן קענען מיר לכאורה שרייבן טויזנטער בלעטער און נישט אנרירן א טיפה מן הים אין די נושא, וויבאלד יעדע ביזנעס האט געוויסע אייגנשאפטן וואס די איינציגע וועג צו לערנען זיך איז אדער אויף די אייגענע בארד, אדער אויף יענעם'ס בארד, דהיינו נעמען ראט פון וועם עס קומט שוין דעם לאנגן וועג און פאלגן וואס מ'הערט פון די עקספערטן.
דעריבער וועל מיר נישט אנרירן דעם עצם ביזנעס, נאר די ארומיגע ענינים וואס זענען סובב דעם "בעה"ב" דאס עצם גיין פון ארבייטער צו ארבייטס געבער, דער טראנזישאן, און ווי אויך פאר די וואס קומען יא אריין גראד פון עולם התורה און ווערן ארבייטס געבער פארן האבן א אייגענעם דזשאב ארבעטן ביי יענעם.
דעם טאג וואס דער אינגערמאן האט באשלאסן אז ער גייט אליינס אין ביזנעס, איז א גרויסער טאג, און איך רעד נישט פונעם טאג ווען ער האט אנגעהויבן דמיון'ען, ווייל דאס איז א קליינער טאג, עס איז געוויינליך ווען ער זיצט נאך אין ישיבה אדער אין כולל, איר רעד פון דעם טאג ווען ער טוט די ערשטע אנטשלאסענע טריט וואס זענען אין א בחינה פון לא ישובון, ער קען שוין נישט צוריקדרייען גרינג, און מוז פארן ווייטער, יענער טאג איז גאר א גרויסער טאג, עס איז א יום המכריע, עס קען אים פירן צו עשירות, עס קען אים פירן צו בעל בתי'שקייט, און עס קען אים ח"ו אראפפירן פון זינען. דעריבער איז וויכטיג צו דורכשמועסן געוויסע כללים.
פראקטיצירנדיג אין ביזנעס איז מיר אויסגעקומען צו מייעץ זיין אידן אין ביזנעס, און ווי אויך אריינדרינגען טיעפער אין די ביזנעס און הערן פון די ארבייטערס און אזוי באשלוסן וואס מ'דארף טוהן צו מאכן די ביזנעס וואקסן. לאמיר נעמען דוגמאות פון ארבייטסגעבער, און אויסשמועסן.
אין מלך בלא עם, דאס איז איינע פון די ערשטע געפיהלן וואס דער נייער בעה"ב האט אמאל, ער מוז האבן אויף וועם צו קאמאנדעווען, ער מוז קענען זאגן דיעות, און האבן א שטרענגען געזיכט און א אנטשלאסענעם שטימע. אבער ס'נישט אלס די פאסיגע זאך ווען מ'הייבט אן. אודאי פעלט אויס אנטשלאסנקייט, ס'פעלט אויס צו זיין קלאר, און האבן פרינציפן. מ'מוז אבער געדענקען אז מ'דארף נישט פראקטיצירן בעלות קונה צו זיין בחזקה דאס געשעפט.
זייער אסאך מאל פאנגט דער בעה"ב גראד אן מיט
דוגמא א'
א אינגערמאן א מומחה אין א געוויסן פאך, און מיר וועלן נוצן א משל א "קאר מעקעניק" ער קען זיך אויס מיט א קאר אזוי ווי איר קענט אשרי יושבי, דער ווייסט אלעס וואס א אויטא מעקעניק דארף וויסן, און דעריבער האט ער באשלאסן אז ס'איז צייט צו נעמען זיין קענטעניסן צום נעקסטן לעוול, מענטשן וועלן זיכער אראפרייסן די טיהר צו באקומען זיינע געלונגענע ראט און סערוויס.
דער איד עפנט א קרעמל, און פארשטייט זיך אז ס'איז א דורכגאנג פון וועלכן מיר וועלן נאך רעדן אויב וועט אויסקומען, אבער מיר וועלן אויסלאזן די אלע שוועריגקייטן און אנקומען צום יום א' אין דעם נייעם געשעפט. אלעס שטייט גרייט, די מאשינערי, די קאמפיוטער'ס, ער האט א סעקרעטארשע צו נעמען טעלעפאן קאללס, ער האט צוויי ארבייטער וואס זענען שוין אנגעטוהן אין בלוי, און קאנעס מיט גאז און וואסער און אויל, וכו'. (איך ווייס דען וואס מ'דארף אלס?) די גראטעס זענען ברייט אפן, און די סיידוואק שיעף אראפ אז קארס זאלן לייכט קענען ארויף פארן, אלעס קלאפט.
מ'ווארט אויפן ערשטן קונד צו ערשיינען, יעדער קוקט, יעדער איז פיהל מיט ענערגיע צו נעמען זיך צו דער ארבייט, אבער עס נעמט אמאל א מינוט לענגער ווי געראכטן אז דער ערשטער זאל אנקומען, דעריבער ווען ער באווייזט זיך שוין יא, און פרעגט א פרייז זענען קפצו עליו מוכרים, יעדער איז קאמפס גרייט, און דער איד גייט ארויס נאך פאר ער עספיהעט צו ספענדן א דאללער.
עס מוז זיין א קלארקייט ביי די נייע ארבייטער'ס אז פראדוקטיוו איז מען נישט ווען מ'מאכט עקסערסייז אדער אז מ'איז אינוואלווד אין יעדן קאסטומער טרענזעקשאן,
דהיינו: די ערשטע טעג אין א ביזנעס וואס האט א ממשות'דיגן מקום, וואו מענטשן קומען און גייען, איז זייער שווער, דער בעה"ב קומט אן צו דעם טאג האלב טויט, ער איז נישט געהעריג מיט זיך, ער האט אסאך אריינגעארבייט אין די הכנות צום פתיחת שערים, און די ארבייטער זענען געווענליך איבערמוהטיג און אויסערגעווענליך ענערגיש.
כדי נישט דורכצופאלן אין די ערשטע טעג מוז זיין זייער א שטארקער יסוד אין קלארקייט וואס עס טוט ווער, און וויאזוי מ'טוט וואס, אבער מער פון אלעם מוז זיין א קלארקייט ווער עס איז דער מכריע.
לאמיר צונעמען דעם נושא, אויב איז דער ארבייטער דער מומחה, און דער בעה"ב איז נאר דער וואס ברענגט דאס געלט צום טיש, איז עס געוויינליך פיהל שווערער די נושא. אבער אפי' אויב דער בעה"ב איז די מומחה, איז א צייט וואס די ענדרענעלין ארבייט און יעדער איז אויף די שפיץ פוס קאמפס גרייט, אזש ס'זעהט אויס ווי דער גבור וואס הייבט אויף א ליידיגן פאס מיינענדיג ס'איז פוהל.
דעריבער מוז זיין א קלארקייט ווער עס איז מכריע, און אויף וואס מ'דארף א מכריע, מ'מוז וויסן וואס ס'איז א שאלה און וואס ס'איז א