איך וועל מסיים זיין דעם חלק פון דעם ארבייטער מיט די לעצטע ארטיקל פון די סעריע, און האפנטליך פון דעם וועל מיר זיך נעמען צו אנדערע ענינים צו וועלכן איך ציהל אנצוקומען.
פארשטייט זיך אז אויב קומען אריין נאך פראגן וועל מיר זיך באציען דערצו על הסדר.
היינט וועל מיר רעדן פון דעם ארבייטער ביי די ארבייט. געוויסע ענינים בדרך כלליות וואס אן ארבייטער דארף געדענקען כדי צו האבן הצלחה אין לעבן.
נישט געבן קיין עצות פאר א בעה"ב נאר אויב ס'איז ערנסט פארלאנגט געווארן. דהיינו אויב אייער דזשאב טייטל איז נישט "עדווייזער" זאלט איר נישט ווערן אן אומגעבעטענער עדווייזאר. איר קענט זיין אסאך קלוגער ווי דער בעה"ב און זייער מעגליך אז אייער עדווייז איז גאר שטארק. קיינמאל זאלט איר נישט געבן אומגעבעטענע עדווייז.
קריטיקירן א בעה"ב איז זייער אומווירקזאם, און דאס זעלבע ווי אויבן, אפי' ווען א בעה"ב זאגט אפן אז ער איז גרייט צו הערן קריטיק, דארף מען וויסן ווי ווייט צו גיין. בדרך כלל איז ער נישט אינטערסירט צו הערן קריטיק, ער איז נאר אינטערסירט צו הערן צו "דו" האסט קריטיק. ווען דו וועסט ענדיגן מיט די קריטיק וועט ער נישט טראכטן וויאזוי עס צו פאררעכטן, ער וועט ענדערש טראכטן פון "דיר", ער וועט איבערטראכטן פארוואס דו האלטסט אזוי, אדער צו דו ביזט א גוטער ארבייטער, עס פעלט בכלל נישט אויס די אלע עקסטערע באטראכטונגען צו דיין הצלחה.
זיין צייטליך, איז די שטערקסטע אינדיקעיטאר אויפן ארבייטער. דער וואס קומט אין צייט דארף שוין נישט צופיל טויגן, ער איז שוין א גוטער ארבייטער, און פון דארט און ווייטער איז אלעס נאר א פלאס, ווידעראום אויב קומט דער ארבייטער שפעט (מ'רעדט כראניש שפעט, נישט נאר אמאל אין א יובל) איז ער שוין גראד ביים ערשטן טריט אין א מיינוס, און ער האט אסאך ארבייט אנצוקומען צוריק צו זיראו, און דערנאך קענען שטייגן. עס פעלט נישט אויס די עקסטערע עגמת נפש, פינעף מינוט קען ראטעווען דעם טאג. זייט צייטליך.
ווייזן געטריישאפט. ווען אן ארבייטער טוט זיין ארבייט איז עס נישט געטריישאפט, עס איז דער דזשאב. געטריישאפט קומט ארויס אויפן אויבערפלאך ווען מ'גייט די עקסטערע מייל, ווען מ'טוט עפעס לפנים משורת הדין. עס איז גאר וויכטיג צו קענען אמאל אמאל טון עפעס וואס שטייט נישט אויפן דזשאב דעסקריפשאן, (אויסער עדווייז… ווי אויבן דערמאנט). מ'מעג אמאל פארשלאגן עקסטערע הילף ווען מ'זעהט ס'פעלט זיך אויס.
די אלע זאכן זענען דברים פשוטים, און כללי הדברים. לאמיר זיך בציען צו אפאר יוצאים מן הכלל.
איך וועל מיך באציעהן צו איינע פון די פראגן וואס זענען אריינגעקומען במשך פון שרייבן די סעריע, און וויבאלד ער איז נישט קיין יחיד במינו נאר מיר האבן זיך שוין אסאך באגעגנט מיט אזוינע וועל מיר אנהייבן ביי דעם.
א אינגערמאן ארבייט אויף א פלאץ, עס איז א מקום וואו עס איז נישט דא צופיל פלאץ צו וואקסן, ער איז אריינגעקומען אלס א נייער ארבייטער, און זיין נאמען האט געשיינט, מ'האט מורא'דיג שטארק הנאה געהאט פון זיין ארבייט, מ'האט אים אלס קאמפלימענטירט, און עס האט זיך אנגעהויבן אויפבויען ביי אים אין מח א שטארקער בילד פון זיינע יכולת עד כדי כך אז ער האט באשלאסן אז כדי אנצוקומען אין לעבן מוז ער אויפגעבן דעם דזשאב און גיין פרובירן עפעס מיט גרויסע פאטענטשעל.
למעשה נאך א שטיקל גלות פון איין דזשאב צום צווייטן האט ער זיך געטראפן צוריק ביים ערשטן, מ'האט אים דארט שיין אויפגענומען צוריק, ער איז פארט א גוטער ארבייטער, און מ'האט אים געגעבן צוריק דאס וואס ער האט אוועקגעווארפן. אבער דאס מאל איז ער שוין נישט דער זעלבער, ער קומט יעדן טאג אין דער ארבייט אין א בחינה פון כופין אותו, ער וויל נאר טרעפן דעם וועג ארויס, ער גייט דורך יסורים יעדן איינציגן טאג.
פארשטייט זיך אז דאס העלפט נישט קיין סאך ביי דער ארבייט, און דער בעה"ב זעהט עס כמים פנים אל פנים, און עס ווערט א אומקלארע רוגזה צווישן די צוויי. ווען איך זאג א "אומקלארע רוגזה" איז דאס ווייל א קלארע רוגזה האט כאטש עפעס א באזיס, און מ'קען זיך אויף עפעס פארהערן, ווען עס קומט אבער צו די "אומקלארע רוגזות" דאס ברענגט אז דער גאנצער מענטש פארלירט סיי זיין אויסערליכן חן, דהיינו זיינע בעלי בתים זעהן אז ער איז נישט קיין היזיגער און ס'איז נישט דא די אזוי פארלאנגטע טראסט וואס דארף זיין צווישן בעה"ב און ארבייטער, און סיי אז ער ווערט ביי זיך אליינס גאר שטארק געקלאפט און ער ווייסט נישט פארוואס. עס איז ווי א קרענק אן קיין דיאגנאזע, וואס איז נאך ערגער פון אלעם.
איך האב געכאפט א שמועס מיט דעם אינגערמאן, און מ'האט באשלאסן אפאר זאכן וואס ער גייט טוהן, און ער האט מיר לעצטנס געלאזט וויסן אז ס'האט ב"ה פיין געארבייט עכ"פ ביז ווי ווייט ס'האט שוין געקענט ארבייטן. דעריבער לאמיר צונעמען דעם געשאפענעם מצב און פון דעם לערנען אויף אלע.
לאמיר קודם פארשטיין וואס איז דער געשאפענער מצב? עס איז א "אומצופרידנקייט אין די לופט" עס איז עפעס וואס קען אלס געשעהן, און איך וויל מיך באציען דערצו.
כדי צו פארשטיין לאמיר אביסל מער אריינקלערן.
ווער איז דער בעסטער ארבייטער?
אויב זאלט איר פרעגן א בעה"ב ווער ס'איז זיין בעסטער ארבייטער, און איר וועט אים געבן 4 אפציע'ס. 1. דער מערסטער געלונגען. 2. דער קלוגסטער. 3. דער פאלגזאמער. 4. דער פלינקסטער. וועם מיינט איר וואלט ער ארויסגענומען ערשט פון די פיר? (פארשטייט זיך אז איך רעד נישט אז מ'האט נאר די מעלה און אלעס אנדערש איז חסרונות, איך רעד אז די פיר זאכן זענען מיט וואס זיי צייכענען זיך אויס.
דער בעה"ב וועט זיכער בעטן דעם פאלגזאמער ארבייטער פאר ער וועט נאך קוקן אויף אנדערע מעלות. ווייל ווי מער דער ארבייטער איז קוואליפיצירט אלס שווערער איז אים צו טראגן אין פארם פון אן ארבייטער, עס מאכט זיך אומצאליגע פראבלעמען ווען אן ארבייטער וויל קלוג מאכן זיין בעה"ב אדער איינטיילן דעם בעה"ב. דער בעה"ב דארף נישט דעם ארבייטער פאר עצות, ער וויל ער זאל טון זיין דזשאב בשלימות, טראץ וואס אלע מעלות קענען העלפן צום אויספירן דעם דזשאב, איז די מעלה הראשונה זיין פאלגזאם.
מיינט דאס דען צו זאגן אז דער ארבייטער זאל זיין ווי אן עבד וואס דער בעה"ב קען פון אים פארלאנגען סיי וואס? ניין, מ'רעדט דאך פון די אייניגע דזשאב וואס עס פארלאנגט זיך פון אים זאל ער טון בשלימות.
דער בעה"ב שטייט שטענדיג אין א דילעמא, ער וויל מחזק זיין דעם ארבייטער און ווייזן אז ער רעספעקטירט אים, אבער עס איז דא א גאר דינע ליניע וואס ער וויל נישט אריבערשפרייזן, ער וויל נישט אז דער ארבייטער זאל אים אנהייבן צו גלייבן צו שטארק, ער וויל אז דער ארבייטער זאל אפרישיעיטן אז מ'זעהט זיין ארבייט, אבער נישט עד כדי כך אז ער זאל אנהייבן שפירן אז מ'גיבט אים נישט וויפיל ס'קומט אים, אדער אז ער מוז גיין זוכן עפעס בעסערס.
דערפאר איז וויכטיג צו פארשטיין אז ווען דער בעה"ב קאמפלימענטירט מיינט דאס נאך נישט אז אויב וועל איך ארויסגיין אין די גאס טרעפן בעסערס וועל איך זיין בעסער. א קאמפלימענט פון א בעה"ב איז ווי א קאמפלימענט פון א מלמד פארן תלמיד, אדער ווי א מאן פארן ווייב און פארקערט, עס קומט צו זאגן אז זאלסט וויסן איך אנערקען דיין ארבייט, און מ'קען נאך פון דעם נישט יעצט ווערן איבערצייגט ווי גוט מ'איז.
עס איז מענטשליך און נאטורליך אז ווען מ'הערט קאמפלימענטן קויפט מען עס אפ פאר גוט געלט, און דאס פירט אמאל אראפ פון גלייכן וועג. ביטע פארשטיין אז א קאמפלימענט פון א בעה"ב איז "אנערקענונג, און דרך ארץ".
וואס טוט דער ארבייטער וואס ווייסט אז ער קען ווען פארדינען מער, אדער אז ער איז קלוגער, אדער אז די ביזנעס איז באנקראטירט (מ'הערט דאס אסאך פון ארבייטער וועלכע קאמפלעינען אז זיי שפירן אז זיי ארבייטן פאר א באנקראטירט פלאץ אדער קארופטירט פלאץ וכו'.)
וויאזוי קען מען זיך האלטן, און זיין צופרידן? צו מ'איז גערעכט מיט די אויפפאסונגען צו נישט איז איין טעמע פאר זיך, אבער אויב דער מענטש דרייט זיך מיט אזוינע געדאנקען אין קאפ, וויאזוי קען ער אריינגיין אין דער ארבייט יעדן טאג און זיין צופרידן?
מ'דארף אלס געדענקן אז בנוסף צו די ארבייט וואס זעהט אויס אזוי פשוט און נישטיג, אדער אומוויכטיג, אדער נישט אין ריכטיגן פלאץ, ארבייט דער מענטש אויף נאך עפעס וואס איז זייער זייער וויכטיג. ער ארבייט אויף "זיך" ער בויט אויף א רעזומעי, ער בויט אויף זיין זעלבסטשטאנד, ער ווערט א מענטש צום טיש, ער איז אן ארבייטער מיט א סוקסעס היסטארי.
ווען א מענטש איז סוקסעספול אין סיי וועלכן דזשאב, איז נישט קיין חילוק צו דער דזשאב איז פאר א ביזנעס וואס איז יא אדער נישט גוט, אויב איז ער א "סוקסעס" דהיינו ער האט אויסגעפירט זיינע פליכטן עד הסוף, און ער איז נאך געגאנגען מיט א שמיץ אריבער, וועט אים דערנאך ווען ער זוכט זיין נעקסטן דזשאב סאך גרינגער זיין צו טרעפן עפעס גוט.
יעדע מאל ווען א מענטש טוישט דזשאב צו ער איז גערעכט צו נישט איז עס פוינטס אויף זיין קרעדיט. אזוי ווי ווען איינער אפלייט פאר א קרעדיט קארד גייט ארויף פוינטס און זיין סקאר גייט אראפ, דאס זעלבע איז ווען מ'גייט פון איין דזשאב צום צווייטן. פארשטייט זיך אז ווען דאס פאסירט איינמאל אין אפאר יאר איז עס נישט קיין פראבלעם, אבער ווען ס'געשעהט מערערע מאל אין א קורצע תקופה ברענגט דאס אראפ זיין ווערד.
מיינט נישט צו זאגן מ'זאל בלייבן ארבייטן וואו ס'טויג נישט אדער נישט אננעמען א גוטן אפפער, עס מיינט צו זאגן אז מ'זאל פיהל אריינקלערן פאר מ'טוישט, און נישט אפלאזן א דזשאב פאר מ'ווייסט נישט פאר זיכער (ווי ווייט דער מענטשליך אויג קען זעהן) אז דער טויש איז נישט קיין עמאציאנעלער באשלוס, נאר באזירט אויף פאקטן און פינאנץ.
אויב ארבייט מען אויף א פלאץ וואו מ'איז נישט צופרידן צוליב סיי וועלכע בארעכטיגטע אדער אומבארעכטיגטע סיבה, איז וויכטיג צו ארבייטן מיט אן אויסקוק אויפן עתיד, און ארבייטן פשוט זיך אויפצובויען. גארנישט טוישט זיך נישט, נאר די "סיבה". ביז היינט און רעקאמענדירט איז צו ארבייטן אז מ'זאל בשלימות ערפילן וואס די ארבייט פארלאנגט, אבער אויב איז דאס שווער, דארף מען כאטש ארבייטן בשלימות ערפולן דעם רעזומעי. (איך האף מ'וועט נישט שלעכט פארשטיין וואס איך שרייב, אבער ס'שפעט ביינאכט וועל איך ענדיגן ביי דעם, און זעהן לויט די שאלות, צו אונז פארשטיי מיר זיך…)
איך בין גומר דעם סעריע פון דעם ארבייטער, מיט א ברכה פאר די אלע אידן וואס ארבייטן שווער על המח' ועל הכלכלה, זיי זאלן אלע מצליח זיין, און זיך קענען רואיג ארויפדראפען אויפן לייטער פון סוקסעס, הצלחה וואס איז די ריכטיגע הצלחה, דאס איז שלוות הנפש און א געהעריגן סדר החיים וואס זאל קענען זיין געווידמעט פאר די רוחניות און כלליות פון אויפשטעלן בתים נאמנים בישראל, און נישט דארפן קיינמאל אנקומען צו א צווייטן, נאר קענען העלפן אנדערע און זיין אויפן "געבער'ס" זייט אלעמאל. ביז מיר וועלן גיין קעגן משיח צדקנו בב"א.