לאמיר בארירן נאך איין נושא פארן ארבייטער, און דאן וועל מיר ווידמען דאס איבריגע פארן בעה"ב וואס גייט אריין אין ביזנעס אליינס, אויסער טאמער וועלן אריינקומען נאך שאלות וועל מיר אלס זיך שטעלן אויפן פארלאנג פון די לייענער.
ווען ס'קומט נאך א תקופה ארבייטן ביי א בעה"ב און מ'שפירט אז מ'איז שוין ראוי פאר א העכערונג. לאמיר אויסשמועסן אביסל דעם ענין פון דער נאענט.
ווען קומט זיך א רעיז? דאס איז די ערשטע שאלה.
די וויכטיגערע שאלה איז: ווען מעג מען "פארלאנגען" אדער בעסער געזאגט "מרמז זיין" א פארלאנג פאר א רעיז?
דערנאך קומט די שאלה: וויאזוי טוט מען דאס אז ס'זאל זיין אפעקטיוו?
דאס איז אמאל זיכער אז דאס בעסטע איז ווען עס איז אויסגענומען פון פאראויס און מ'ווייסט מיט א קלארקייט אויפן דזשאב דעסקריפשאן אז נאך אזויפיל צייט, אדער נאך אזויפיל סוקסעס, קומט אזויפיל אין העכערונג. א גוטער בעה"ב וואס האט א גוטע ביזנעס וועט אלס וועלן אז די זאכן זאלן זיין אויסגענומען מיט קלארקייט פאר צוויי סיבות.
ער וויל נישט אז דער ארבייטער זאל זיך ארומדרייען מיט אומצופרידנהייט און ער זאל אפי' נאר טראכטן אז מ'אנערקענט נישט זיין ארבייט.
עס איז די בעסטע מהלך פון "אינסענטיוו" ווען ס'נישט דא קיין קאמישאן, אדער אנדערע באונוס'עס וואס זענען רעזאלטאטן פון די ארבייט, איז די איינציגע אינסענטיוו אז מ'ווייסט אז אויב ארבייט מען פלייסיג קומט מען אן צו עפעס בעסערס.
די צווייטע זאך וואס איז זייער וויכטיג פאר א ארבייטער אנגעהויבן פון ערשטן טאג. (ארבייטסגעבער מעגן אויך לייענען ווייל ס'איז פונקט אזוי נוגע)
איך בין לעצטנס געווען אינוואלווד מיט א אינגערמאן וואס האט מיר געזאגט אז ער וויל פארלאזן זיין ארבייטס פלאץ. ווען איך האב אים געפרעגט וואס די סיבה איז, האט ער געהאט מער ווי איינס. ער האט געזאגט אז דאס פלאץ איז נישט קיין געשמאק פלאץ. ער האט געטענה'ט אז ער קען דארט נישט וואקסן. און ועל כולם, (געוויינליך איז דאס די אמת'ע סיבה, וואס מ'זאגט לעצט) באקומט ער דארט באצאלט סאך שוואכער ווי ער האלט עס קומט זיך אים.
ווען איך הער די דריטע סיבה ווייס איך אז אלע אנדערע זענען אירעלעווענט, און איך פרעג אים וואס איז געווען די סיבה פארוואס דו האסט גענומען א דזשאב מיט אזא שוואכע באצאל ראטע אין ערשטן פלאץ?
ענטפערט ער מיר אז ער האט געהאפט מ'וועט אים געבן די געלעגנהייט צו וואקסן.
און וואס האט זיך געטוישט?
דא קומט די מיליאן דאללער ענטפער: איך זעה נישט קיין געלעגנהייט צו וואקסן, איינס ווייל איך דער בעה"ב אנערקענט נישט אפי' מיין ארבייט, ער ווייסט נישט צו איך בין גוט אדער נישט, און ס'נישט דא קיין שום סיבה ער זאל א שיינעם טאג מיר געבן א רעיז סתם ווייל איך בעט.
די צווייטע זאך איז ווייל איך קוק וואס אנדערע וואס ארבייטען דארט פארדינען און איך זעה נישט וואו זיי קומען אן נאך אסאך שווערע יארן ארבייט. דעריבער וויל איך גיין ערגעץ אנדערש און אנהייבן פריש.
איך וויל נישט אריין גיין אין קיין דיון איבער די ווערטער, אויסנווייניג זעהט עס אויס ווי א פשוט'ע מעשה, אבער עס ליגט דערין אסאך טיעפערס. מ'קען דא גאר אסאך לערנען.
איך בין נייגעריג צו איר באמערקט אז אלעס האט זיך געטוישט ווען "אנערקענונג פון בעה"ב" איז אריינגעקומען אין בילד. פלוצלינג האט דער אינגערמאן זיך געזעהן אין א דעד-ענד דזשאב, און ער זוכט בכל יכלתו ארויסצוגיין.
הערט א מעשה, עס גייט ווייטער. איין טאג קומט דער אינגערמאן צו מיר מיט איין שמחה, אז ער בלייבט ארבייטן דארט ווי ער איז, און ס'זעהט אויס ווי זאכן גייען צום בעסערונג (ער רעדט שוין נישט פון די אטמאספערע, און פון אנדערע פכים קטנים, עפעס דראסטיש האט געמוזט פאסירן) וואס גייט פאר? מיר האבן א נייע מענעדזשער…
און? דער נייער מענעדזשער זאגט מיר אז ער קען נישט אנגיין אן מיר… ער גיבט מיר א קליינעם רעיז (אינגאנצן נישט דאס וואס אין אונזער ערשטן שמועס האט ער געוואלט) ער זאגט מיר אז די ביזנעס דארף מיך האבן…
וואס האבן מיר מאריך צו זיין? דעם שטיקל וועל איך אי"ה אריינלייגן ווען מיר רעדן צו בעלי בתים ווייל ס'איז וויכטיג זיי זאלן דאס אנערקענען. אבער לענינינו איז אויך וויכטיג צו זעהן אז ווען מ'בעט א רעיז, און מ'שפירט זיך אומצופרידן, איז עס אסאך מאל נישט אזוי ווייט דאס געלט, ווי מ'דארף זיכער מאכן אז דער בעה"ב זאל זעהן און מיטהאלטן פראגרעס.
עס זענען דא אסאך בעלי בתים אדער אפי' נעקסט ליין מענעדזשער'ס וואס צוליב די ווירטשאפט אדער סתם מחוסר ידיעה, קוקן נישט געהעריג אויף די ארבייטער, און דאס איז זייער נייטיג, סיי מצד די רעקאגנישאן, און ווי אויך צו וויסן ווען איינעם קומט א העכערונג.
פארן ארבייטער איז וויכטיג צו געדענקען אז טראץ וואס ס'איז נישט גוט אלס צו זיין אין פנים פון בעה"ב און פארציילן אייגן גדלות, איז וויכטיג צו מאכן זיכער אז דער בעה"ב זעהט אביסל פון די ארבייט, אויף א שיינעם און רגילות'דיגן וועג, אזוי אז ווען עס קומיט די צייט ווען מ'וויל בעטן א העכערונג זאל עס נישט טראגן דעם פנים ווי מ'זעצט זיך צו דין תורה.
אין קורצן: הנותן מתנה לחבירו צריך להודיעו. אויב טוט איר א גוטע ארבייט מאכט זיכער דער בעה"ב ווייסט. נישט ח"ו אויף אן אופן ווי א נודניק, וואס לויפט מיט יעדן שטיקל ארבייט זיך אויפטוהן, וואס פארשטייט זיך האט א פארקערטן אפעקט, אבער דא און דארט איז גוט צו שיקן א רעפארט, אדער אביסל מיטטיילן פארן בעהב איבער גוטע פראגרעסס מיט א גוטן מוהט.
ווען מ'האלט שוין ביי א מצב וואס מ'דארף א רעיז, ווענדט זיך פארוואס מ'דארף עס.
די הוצאות ווערן גרעסער אינדערהיים, און מ'קען ווייטער נישט אזוי אנגיין.
די ארבייט ווערט געטון בעסער, אדער ווערט שווערער, אדער ווערט סתם אזוי מער.
עס איז אריבער א תקופה (וויפיל הייסט א תקופה?) און ס'איז צייט פאר וואוקס.
אויב איז דער סיבה ווייל די הוצאות אינדערהיים ווערן גרעסער, איז אלס גוט זיך אליינס צו שרייבן א קלארן בודזשעט, וואס ווייזט פען און פאפיר אז מ'דארף אביסל מער צום לעבן. געוויינליך ווען מ'ווייזט פאר א בעה"ב אזא מין אפגעשריבענעם בודזשעט, נישט באופן פון סטראשען אדער פארלאנגען, נאר מיט א רואיגן טאן און אין אזא פאל איז אלס בעסער צו בעטן "עדווייז" ווי געלט. סוף כל סוף איז די תירוץ טאקע געלט, אבער ווען מ'בעט עדווייז איז גרינגער פארן בעה"ב צו באשליסן לטובתך. אין קורצן איר קענט נישט פארלאנגען קיין געלט ווייל די הוצאות אינדערהיים זענען געוואקסן, אבער אויב האט איר א גוטן שייכות מיטן בעה"ב ווי אויבנדערמאנט און איר כאפט א שמועס מער אלס בעטן אן עצה וועט אפשר דער בעה"ב כאפן דעם וואונק און עכ"פ טראכטן אין די דירעקציע וואו ער קען אייך מאכן מער פארדינען. אמאל וועט ער אפשר טוישן די ארבייט, אמאל העכערן א פאזיציע, אמאל סתם א רעיז. און אמאל וועט איר געוואויר ווערן אז איר זענט אין די ראנג ביזנעס.
אויב איז די סיבה ווייל די ארבייט האט זיך געטוישט צו שווערער, לענגער, וכו'. איז זיכער אז א געהעריגע שמועס ווען דער טויש ווערט איז נארמאל אויף צו ברענגען די שאלה פון געלט.
פארשטייט זיך אז די שאלה גייט פשוט אז איך וויל וויסן צו איך גיי מער פארדינען אויך, אבער נישט אז דאס איז א תנאי צו מיין טוהן די פליכטן אויפן דזשאב. עס איז וויכטיג צו האלטן א געוויסן רעספעקט צום בעה"ב ער איז פארט דער וואס צאלט און עס איז זייער נישט ראטזאם צו בעטן דעם רעיז אלס א "תנאי", אויב ווילסטו איך זאל טון דאס, דארף איך קריגן דאס. (כאטש וואס אין געוויסע אומשטענדן ווען דער בעה"ב איז נישט אזוי געבענטשט מיט די פערדע ברכה פון שמו"ע איז אנדערש, אבער געוויינליך וועט א אנשטענדיגער בעה"ב אליינס פארשטיין וואס ער דארף טוהן)
אויב די סיבה איז די תקופה, און אז מ'איז שוין אריבער א לאנגע צייט און מ'דעזערווד א רעיז, איז וויכטיג דאס אנצוהייבן צעביסלעך, מ'ברענגט אויף די שאלה פון "ווען גיבט מען געוויינליך רעיזעס, וכו' און מ'דארף אכט געבן וויאזוי דאס צו טוהן.
עכ"פ דאס איז זיכער: מ'מארשירט נישט אריין אין בעה"ב'ס אפיס מיט א פינק סליפ, און מ'פארלאנגט א רעיז.
מ'דארף אלס געדענקען אז "יעדעם קען מען ריפלעיסן" און אז א בעה"ב שפירט אז דער ארבייטער טרעט אויף די הינער אויגן, און ער טראכט נאר פון זיך, קען דער בעה"ב אנהייבן זוכן ביי די קלעסיפייד עד'ס פאר פרישע ארבייטערס, עס קומט אלס אויס ביליגער אזוי.
פאר איך בין גומר דעם חלק וויל איך זאגן לסיכום: עס מאכט זיך אמאל ביי מענטשן אז מ'קוקט אן די בעה"ב און ארבייטער ווי צוויי פארטייען, און ווען איך שרייב וואס דער ארבייטער האט צו טוהן, זעהט אויס ווי איך נעם א שטעלונג אין די פארטייען און שטעל זיך צו צום בעה"ב. עס איז וויכטיג צו וויסן אז די אלע אויבהנדערמאנטע זאכן זענען געזאגט געווארן פארן ארבייטער, און פארשטייט זיך אז עס איז דא אסאך צו שמועסן מיט די בעלי בתים אויך.
די ארבייטער קענען אויך אנטלויפן, אויב זעהן זיי אז זיי ווערן נישט רעספעקטירט.
מ'קען נישט פארלאנגען פון אן ארבייטער מיט א פינק סליפ, און מ'קען נישט ווארפן מיט מענטשן'ס געפילן. אבער יעצט רעד מיר צום ארבייטער, מ'וועל מיר האפנטליך אנקומען צום בעה"ב אויך.