יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ זאלץ וואסער
ארטיקלען

א טריט אריין אין ביזנעס – עפענען אן אייגענעם ביזנעס

זאלץוואסער · 2016

איינע פון די גאר אסאך שאלות אין די נושא וואס מיר האנדלען, איז די טעמע פון "עפענען אליינס א ביזנעס". די סיבות פארוואס מענטשן ווילן עפענען ביזנעס פאר זיך איז פיהלפאכיג, און די שאלות אויף דעם זענען פיהל מער. פארוואס איז פלוני אלמוני דורכגעפאלן? וואס קען איך מיך לערנען נישט דורכצופאלן?

לאמיר אביסל ארום נעמען די נושא נענטער.

איך האב שוין אסאך געשמועסט מיט מענטשן וואס זענען דורכגעפאלן אין ביזנעס. איך רוף עס נישט אן דוקא "דורכפאל" עס איז נאך א טרעפל אין די לימודים וואס דער מענטש האט אין לעבן, אבער אמאל איז עס א שווערע און קען האבן גאר שווערע פאלגן פון וועלכע עס זענען פארהאן אזוינע וואס דרייען זיך קיינמאל נישט ארויס רח"ל, דעריבער איז גאר וויכטיג צו פארשטיין געוויסע פרטים איבער די נושא.

אין שמועסן מיט דורכגעפאלענע ביזנעסלייט זעהט מען א גרויסע פראצענט וואס האבן טויזנט תירוצים צום ארויסגיין פון ביזנעס, אבער קענען נישט אנווייזן איין תירוץ צום אריינגיין אין ביזנעס…

טייל פון די תירוצים וואס מיר הערן כסדר:

איך האב געטראכט אז יעדער קען, קען איך אויך.

איך וויל נישט אויסזעהן ווי מיין טאטע\שווער און ארבייטן ביז די זיבעציג ביי א צווייטן.

אביסל בעסערע תירוצים:

ס'האט מיר אויסגעזעהן ווי ס'איז דא א דעמענד פאר די סערוויס. איך האב אפי' געפרעגט קלוגע אידן. . . אלע האבן געזאגט פה אחד אז דאס איז א גוטער געדאנק.

איך האב געהאט די קוואליפיקאציע'ס פאר אזא סארט ביזנעס, האב איך געמאכט א שנעלן חשבון אז אנשטאט ארבייטן פאר א צווייטן וועל איך מיך אליינס אויפארבייטן.

ווען מ'פרעגט די אידן, אויב קענט איר אנווייזן איין פראקטישע אנווייזונג פארן אינגערמאן וואס וויל עפענען א ביזנעס און וויל הערן פון אייך וואס "נישט" צו טוהן, כדי נישט דורכצופאלן, וואס וואלט איר געראטן?

אסאך אסאך געדולד. איך בין דורכגעפאלן נישט וויסנדיג דעם אמת'דיגן טיים ליין, ווי לאנג עס נעמט פאר א ביזנעס מצליח צו זיין.

לאמיר איבערשמועסן די טעמע פון "געדולד".

געדולד איז נישט די סארט געדולד וואס איר טרעפט יעדן טאג אין דיקשאנערי. עס איז נישט דאס געדולד וואס איר ווייזט אין א אנגעצויגענעם מינוט. מ'רעדט יעצט פון "געדולדיג בלייבן אקטיוו", נישט צאמלייגן די הענט ווייל איך האב שוין גענוג געארבייט, יעצט לאמיר זעהן וואס מיין ביזנעס קען טוהן פאר מיר. דזשאן קענעדי האט געזאגט: פרעג נישט וואס דיין לאנד קען טוהן פאר דיר, פרעג וואס דו קענסט טון פארן לאנד. עס איז די ווערטער וואס זענען זייער שייך אין א נייעם ביזנעס. נעם נישט דיין ביזנעס אויף א פארהער, צו זעהן וויאזוי ס'זעהט אויס. מאך נישט אפ איין טאג אז איך האב מיך שוין גענוג צעפליקט פאר די ביזנעס. דאס קענט איר נאר זאגן נאכן לייענען סעיף 2 און פארשטיין מער פונקטליכער פון וואס אונז רעדן מיר.

א גוטן מעסטער, צו וויסן אויב די ביזנעס איז מצליח, נישט ווייל די שוויגער זאגט אז מ'איז מצליח ווייל מ'זעהט אויס ביזי, אדער ווען מ'קאמפלעמענטירט מיר די ביזנעס אז ס'האט א פעסטע לאגא וכו', מיינט אז איך בין מצליח.

לאמיר אביסל ברייטער איבערשמועסן דעם מעסטער.

מ'ווערט אמאל פארלוירן פון גוטהארציגע קאמפלימענטן, מ'רעדט זיך איין ווען אין געשעפט זעהט אויס אנגעפוהלט, אדער ווען די וועבסייט ווייזט וויזיטארס, און אפי' אויף עמעזאן ווען די סעילס זעהן אויס הויך, אז מ'מאכט געלט. יעדע ביזנעס האט זיך איר אייגנארטיגער מעסטער, און ווען איר גייט אריין אין ביזנעס מוזט איר פרעגן די שאלה פון אן עקספערט: ווען ווייס איך אז איך מאך געלט? אדער ווען ווייס איך אז איך פאר ארויף? אדער מינימום אז איך פאר נישט אראפ? וויאזוי מעסט מען אין מיין אינדוסטריע סוקסעס?

עס איז וויכטיג אנצוווייזן אז אין די נושא פון מעסטער איז היינט שווערער ווי אמאל. איר געדענקט נאך קאליש די פרוכט הענדלער אויף דריגגס עוו. אין וויליאמסבורג. און אנדערע געשעפטן פון דעם גלייכן. זיי האבן געפירט די ביכער אויף א ברוינעם גראסערי בעג, און אזוי לאנג ווי ס'איז געווען געלט אין כאלאטל אדער ווילאנג די "אויפשרייבן בוך" איז געווען דיק, האט מען געוואוסט מ'איז מצליח… עס איז א נייע וועלט, מ'קען נישט דרייען פון איין טאש צום צווייטן א לאנגע צייט פאר מ'כאפט א ערנסטן רוק.

אסאך אסאך געלט. נישט קיין חילוק ווי ביליג, נישט קיין חילוק ווי גארנישט עס זעהט אויס דאס עפענען א ביזנעס, וואס צומאל זעהט עס אויס ווי מ'דארף ממש גארנישט און מ'איז אינעווייניג. זיי גרייט מיט א קויש מיט געלט, ווייל איינמאל מ'איז אינעווייניג, ווען זאכן פאנגן אן צו קאסטן געלט מאכט מען נישט קיין ראציאנאלע באשלוסן צו פארשפארן צייטליך, אדער זיך ווענדן נאך הילף.

אין די נושא קען מען זאגן אז כמעט יעדער דורכגעפאלענער ביזנעס איז אין א געוויסן הינזיכט געשלאגן מיט די מכה. מ'רעדט זיך איין אפי' ווען מ'טוט דאס פען און פאפיר, איך וועל אריינלייגן 10 אלפים, און ביי די צייט ווען איך דארף עקספענדן וועל איך דאך שוין האבן געלט פון פריערדיגע געשעפטן, וועל איך דאך שוין האבן געלט צו אינוועסטירן. איי, ווער זאגט אז איך וועל האבן? אז איך האב נישט, פארוואס זאל איך עקספענדן? וועלן איך דאך נישט האבן קיין עקספענסעס… דאס איז אלעס שקר. גוט פארן דמיון. די פאקט איז אז ווען מ'איז שוין אין ביזנעס און מ'זעהט זיך אז ס'גיייט נישט אינגאנצן ווי מ'וויל, און מ'דארף אריינלייגן פריש געלט, קוקט מען נישט צוריק נאר מ'חלומט אויף ווייטער. וד"ל. רבים חללים הפילו…

אוועקווארפן געפילן.

דער מענטש באשליסט אמאל אין א גוטע מינוט אז ס'איז צייט זיך צו נעמען אין די הענט אריין, און מ'גייט אריין גיין אין ביזנעס. עס איז איינס פון די טעג וואס מ'איז אויפגעשטאנען פוהלקאם גוטמוהטיג, און מ'נעמט זיך דערצו. ווי מער מ'גייט אריין טרעפט מען זיך אין אלע מצבים, מ'טרעפט זיך אין ביזנעס אין א רעגנדיגן טאג. מ'טרעפט זיך אין ביזנעס אין א תענית. מ'טרעפט זיך אין ביזנעס ווען מ'האט א שמחה. עס פארלירט די חן, און מ'פארגעסט פון די ערשטע כללים און פרינציפן וואס מ'האט זיך אריינגעלייגט אין קאפ ביים ערשטן באשלוס.

צום סיכום לאמיר צוזאם קלויבן די כללים. מ'עפנט נישט קיין ביזנעס, מ'גייט נישט אריין אין ביזנעס פאר די פאלגענדע סיבות.

ווייל יעדער קען

ווייל איך האב דאס פלאץ דערפאר

ווייל איך קען די פאך

ווייל איך האב א קאמפיוטער און מיין ווייב קען גוט גראפיקס.

וכו'.

מ'עפנט א ביזנעס נאר אויב:

מ'ווייסט אז ס'איז דא א דעמענד.

מ'ווייסט פונקטליך אלע כללים ופרטים אין די ביזנעס, נישט מ'פארלאזט זיך אז מ'וועט שוין געוואויר ווערן.

מ'האט א פלאן בי און אפשר א פלאן סי.

מ'האט א טיים ליין פאר סוקסעס.

מ'שמועסט זיך אויס מיט א אדווייזאר, איינער וואס האט שוין געטון אדער איז שוין דורכגעפאלן אין די ביזנעס.

מ'האט גענוג געלט אדער עקסעס צו באקומען געלט ווען נויטיג.

מ'שרייבט אפ א ביזנעס פלאן וואס מ'קען איבערזאגן. נישט סתם אנפילן די קעסטעלעך פון א ביזנעס פלען טעמפלעיט. מ'דארף קענען מסביר זיין וואס מ'שרייבט.

עס איז נאך דא אסאך צו רעדן אבער איך וועל יעצט ווארטן צו הערן פון די שרייבער דא אויף אייוועלט וואס ווילן אביסל מיטטיילן זייערע עקספיריענס למען הציבור.

פארזעצונג קומט אי"ה.