יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ זאלץ וואסער
ארטיקלען

א טריט אין ביזנעס – זיך געלערנט א פאך

זאלץוואסער · 2016

וועל מיר בארירן די נושא איבער די שאלה וואס איז אריינגעקומען, דער אינגערמאן האט זיך געלערנט א פאך, ער האט עס געטון צייטליך, נישט אינטערן דרוק, ער האט נאך נישט געדארפט קיין פרנסה, אבער ער האט געהאט אפענע אויגן, און געוואוסט אז עס וועט אמאל קומען דער טאג, און דערפאר האט ער זיך געלערנט א פאך.

דער טאג איז אנגעקומען מ'מוז טרעפן א דזשאב. דער אינגערמאן טרעפט זיך ווי א פיש אין וואסער, ער ווייסט נישט צו ועום זיך צו ווענדן, און ער דרייט זיך ארום און האפט פון ערגעץ געוואויר צו ווערן פון א דזשאב עפענונג וואס ער קען באטראכטן אין איינקלאנג מיט זיין "פאך:".

לאמיר צוריק טרעטן אביסל צום אנפאנג, און לאמיר רעדן צום אינגערמאן וואס האט נאך נישט געלערנט א פאך, אבער ער וויל לערנען, און וויל האבן אויסזיכטן פאר א גוטן דזשאב אויך.

דאס ערשטע וואס מ'ברויך טון ווען מ'גייט לערנען א פאך, איז טרעפן איינעם וואס איז אין דעם זעלבן ליין, וועלכער קען דיר אנווייזן וואו אנצוהייבן. געוויינליך איינער וואס דארף אזוינע ארבייטער אדער נויטיגט זיך אין די סערוויס, וועט אייך וויסן צו אנווייזן וויאזוי מ'באקומט אן אפפער אין דעם ספעציפישן ליין.

דאס מייינט אז ווען איר גייט זיך לערנען א פאך, טוט דאס נישט אליינס אינטער שלאס און ריגל. רעדט צו מענטשן וואס זענען אין די ליין, פאר כמה סיבות.

זיי ווייסן געוויינליך וויאזוי מ'באקומט א דזשאב

מער פון אלעם ווייסן זיי צו מ'מאכט טאקע פרנסה דערפון? אדער נישט?

ער וועט דיר וויסן צו זאגן ווי לאנג ס'נעמט ביז מ'מאכט א דאללער. וואס דאס איז וויכטיג צו וויסן אפי' אז מ'לערנט זיך יא די פאך צו מ'וועט נישט מוזן נעמען אן אנדערן דזשאב בעפאר מ'וועט זיך זעהן מיט א פולקאמע אינקאם פון דעם געלערנטן פאך.

אין קורצן: זיך לערנען א פאך איז נאר אינטערסאנט ווען מ'ווייסט קלאר איינס פון די פאלגענדע:

וואס איז די מארקעט פאר די פאך? איז דא א דעמענד?

אויב איז דא א מארקעט פאר די פאך, וויפיל צאלט עס?

ווי לאנג נעמט זיך צו לערנען אויף אזוי ווייט אז מ'זאל קענען באקומען א פאזיציע אפי' אלס א אנבהייבער?

ווען מ'האט שוין די פאך אין די האנט, וואו ווענדט מען די קומענדיגע טריט צו באקומען א דזשאב?

אמאל איז דא ווען מ'לערנט זיך די פאך אין א געהעריגן קלאס אדער סקול, געוויינליך קומט מיט די סארט טרעינירינגען א געוויסע הילף אין טרעפן א דזשאב אויך. דארף מען וויסן אז דאס וועט ע"פ רוב נישט זיין קיין לאקאלע דזשאב, און מ'דארף זיין גרייט ארויסצוגיין אין די גאס ארבייטן.

אמאל לערנט מען זיך די פאך מיט די היינטיגע אנליין קלעסעס, איז וויכטיג צו געדענקען אז א זאך וואס א צווייטער לערנט 4 יאר אין קאלעדזש און פלאגט זיך צו טרעפן א דזשאב נאכדעם, איז כמעט אוממעגליך צו לערנען אין א 50 דאללערדיגן קלאס אנליין. אויף אזוי פיל איז עס גוט ווען מ'האט א אינטורם דזשאב וואו מ'לערנט זיך, און מ'דארף די זייטיגע לימודים זיך צוצולערנען אביסל שנעלער, אדער ווען מ'טוט נאך מער אלס א האבי זיך אויסצולערנען די כללים ופרטים און די שפראך ארום די פאך, נישט צו זיין קיין עם הארץ ווען מ'גייט זיך לערנען טיעפער דעם לימוד.

אויב האט מען שוין געלערנט א פאך, און ס'מאכט זיך נישט די ריכטיגע געלעגנהייט פאר א געהעריגע פרנסה?

זייער וויכטיג איז צו געדענקען אז די פאך איז נאר אזוי גוט ווי די באצאלדונג וואס מ'באקומט דערפאר. אסאך מענטשן פאלן אריין אין אן אומגעוויינליכע ליבשאפט מיטן פאך, און קענען זיך נישט זעהן טוהן עפעס אנדערש וויבאלד זיי זענען דאך ווערד פיהל מער מיט א פאך אין די האנט.

אמת! איר האט א ווערדע וואס מ'קען נישט אוועק מאכן מיט איין האנט, און ווען די צייט וועט קומען און איר וועט טרעפן א פרנסה וואס פארלאנגט דעם פאך, וועט איר זיין פון די יושבים ראשונה ביי די אינטערוויו'ס. אבער דאס איז נאך נישט קיין שום תירוץ אז אין דער זעלבער צייט זאל מען נישט טוהן עפעס אנדערש וואס ברענגט פרנסה. עס שטעלט זיך ארויס אז אסאך אידן וואס האבן געוויסע טאלאנטן אדער א פאך אין די האנט מאכן פרנסה פון גאר אנדערע ביזנעסער וואס דארט איז זיי באשערט צו מאכן דעם דאללער.

איר וועט טרעפן אזוינע וואס האבן הייליג געדינט זייער פאך ווילאנג זיי האבן געקענט ציען דאס שטריקל, ביז די צייט איז געקומען און דער מציאות האט געשלאגן אין פנים, און זיי האבן גענומען א פרנסה און מיט די צייט האבן זיי אפי' נישט געוואלט זיך אומקערן צום פאך. נאר זיי נוצן דעם פאך אלס א זייטיגע האבי.

איך וועל נעמען מיין אייגענע סיטואציע אלס א שטיקל עקזעמפל, פשוט ווייל ס'קומט אריין.

ווען איך בין געווען אינגער בין איך געווען שטארק ביי די מיינונג אז איך וועל זיין א שרייבער פאר פרנסה, און נישט נאר איך האב געמיינט אזוי, נאר איך האב געטון צו דער זאך, איך האב געהאט א אויפגעשטעלטע אפעראציע פאר שרייבן, א נאמען, פרייזן, און אפי' גוטע קאסטומער'ס, און ס'האט שוין געהאלטן אז איך האב געהאט א סטעף פון עטליכע שרייבער וואס האבן געארבייט צוזאמען, און ס'האט אויסגעזעהן אז דאס גייט זיין מיין פרנסה.

ביז דער אויבערשטער האט אנדערש געפירט, און היינט טוה איך פאר פרנסה גאר עפעס אנדערש, און נאך א שווערן טאג אדער וואך, ווען איך וויל אויסטשוכען דעם מח אביסל וועל איך זיך נעמען צום פעדער און שרייבן. ס'מיינט נישט אז מיין פאך קען איך מער נישט נוצן, און ס'מיינט נישט אז איך קעןנ עס נישט צופיצן, אבער עס טאר נישט טוישן מיין לעבנסשטייגער לגבי פרנסה, ווייל דאס איז "נישט" מיין פרנסה, היינט צו טאג.

ווען מ'רעדט אמאל צום גוי להבדיל, זעהט מען בחוש ווי ריכטיג די ווערטער זענען:

איך בין אמאל געווען מיט קאלעגעס פון מיין ביזנעס ביי א געוויסע מיטינג, ווען ארום דעם טיש זענען געזעצן אנדערע וואס טוען די זעלבע דזשאב וואס איך, און ווי דער סדר איז רעדט מען על דא ועל הא פון אלעס וואס אנבאלאנגט די ביזנעס, און דאן האט מען אנגעהויבן זיך געבן יעדערער זיין בעקגראונד און וואס מ'האט געלערנט אין קאלעדזש. ארום דעם טיש זענען געזעצן גויים און איך בין דער איינציגער איד, און יעדער זאגט זיך זיינס, איינער זאגט איך האב געלערנט דאקטאריי, א צווייטער האט געלערנט געזעץ, יעדער מיט זיינע חלומות, ביז ס'איז געקומען מיין רייע.

איך זאג אז איך האב געלערנט אין ראביניקעל קאלידזש, זיי מסביר פאר א גוי, אז דאס האט גארנישט מיט פרנסה נאר מיט רעליגיעזע פליכטן. נאך אלע הסברים, רופט זיך אן פאר מיר איינער, איך שטעל מיך פאר אז מיט דיינע קינדער וועסטו שוין נישט מאכן דעם טעות און שיקן אין ראביניקעל קאלידזש? וואר?

פארוואס נישט?

זעהסט דאך אז עס ברענגט נישט קיין שום עתיד, זאגט ער מיר מיט פאטאס.

פרעג איך אים: זאג מיר, ארום דעם טיש זיצן בערך 10 גויים וואס האבן געלערנט אלע סארט לימודים פארן עתיד, און אלע זענט עטס אנגעקומען צום זעלבן טיש מיט מיר וואס האט געלערנט אין ראביניקעל קאלעדזש, אפשר זאגט איר מיר פארוואס מיינע קינדער זאלן טוישן גאנג???

לענינינו, עס איז זייער נארמאל אז א מענטש לערנט זיך א פאך, און פרנסה קומט ממקום אחר, און עס איז בכלל השתדלות און א מענטש דארף טוהן וואס ער קען צו קענען, און טון א דזשאב וואס מ'שיקט אים פון אויבן צום באצאלן…

פארזעצונג קומט אי"ה