יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ זאלץ וואסער
ארטיקלען

א טריט אין ביזנעס #2 – מיטן פארשלאג אין די האנט

זאלץוואסער · 2016

מ'האלט ביים צווייטן טרעפל אינעם שווערן דורכגאנג פון טרעפן א ריכטיגע פרנסה, עס איז א שמחה אין שטוב, מ'רישט זיך צו גיין צום ערשטן אינטערוויו מיט אן ארבייטסגעבער, און פון דארט האפנטליך צו א פולטיים דזשאב וואס זאל ברענגען פרנסה בריוח.

זענען דא געוויסע זאכן צו געדענקען פאר מען טרעפט זיך מיט אן ארבייטס געבער, אדער א ריקרוטער, (איינער וואס איז איינגעשטעלט אין די ביזנעס, געוויינליך ביי גרעסערע ביזנעסער, אויפצונעמען נייע ארבייטער)

רוב פון די זאכן זענען דברים פשוטים, אבער מ'פארגעסט זיך אמאל, דעריבער איז וויכטיג זיי צו חזר'ן, און געדענקען ווען מ'ברויך זיי נוצן.

וואס יא, און נישט צו טוהן ביי א אינטערוויו

אנקומען פינעף מינוט פריער פון דעם באשטימטן אפוינטמענט, (אלס א גוטע זאך אין ביזנעס, אבער גאר וויכטיג ביי דעם קריטישן אינטערוויו) אויב מאכט זיך א אומפאראויסגעזעהנע פארשפעטיגונג אפי' נאר איין מינוט, רופט אריין און ענטשולידגט אייך, און פרעגט צו דער אפוינטמענט איז נאך אין גאנג אדער מ'מוז איבערסקעדזשולען, כאטש ס'וואלט אייך געווען אומבאקוועם צו הערן אז איר דארפט צוריק קומען א צווייטן טאג, איז אלס בעסער ווען איר פרעגט עס פאר איר הערט עס.

די ערשטע 90 סעקונדען פון א אינטערוויו זענען די וויכטיגסטע סעקונדען אין דעם גאנצן גאנג פונעם אינטערוויו. (דאס איז מערסטנס דער פאל ווען דער אינטערוויוער איז א פראפעסיאנאלער אינטערוויוער, אויב נעמט ער יעצט אויף איין ארבייטער א יאר אדער איינס אין עטליכע יאר, איז געוויינליך נישט שייך דער כלל) דעריבער איז וויכטיג, אפי' ביי אונזער היימישע ארבייטסגעבער (וואו מ'רעדט זיך איין אז אויסערליכע אויסזעהן איז נישט מעלה ומוריד, מיר זענען דאך קלוגער פון דעם) צו זיין געקליידעט געהעריג, נישט שמוציג, און נישט פארשלאכערט. דער איינדרוק פון דעם ערשטן מינוט איז שווער צו טוישן, און אויב וועט דער ארבייטס געבער דיך אפי' אויפנעמען אויפן דזשאב, אבער מיטן איינדרוק אז דו ביזט צופלויגן און נישט מסודר, וועט דאס שאדן פאר שפעטערדיגע פראגרעס אויפן דזשאב.

מאכט אייך נישט צופיל היימישער ווי די אטמאספערע אין אפיס איז: דהיינו, עס איז וויכטיג פארן אפליקאנט אריינצוקומען אין די אטמאספערע פון דעם אפיס וואו דער אינטערוויו איז, למשל, אריינקומען צום ערשטן אינטערוויו מיט א קאווע אין די האנט, און זיך אויסטוהן דעם אויבערראק פארן געבן שלום עליכם, ארויסרוקן דעם בענקל און לייגן א פוס אויפן צווייטן, און זיך נעמען פיצן די גלעזער מיט די ציצית, איז נישט זאכן וואס מ'טוט ווען מ'קומט צו אן ערשטן אינטערוויו (אפי' אויב מ'טוט נישט אלע אויפאמאל, די נקודה איז, אז מ'דארף ווייזן א געוויסע רעספעקט צום מצב). ווען מ'איז אייך מכבד אויסצוטוהן דעם ראק, מ'ה טוב ומה נעים, אדער ווען מ'איז אייך מכבד מיט א קאווע, איז גאר היימיש און ווייזט אויף שטארקע כאראקטער, ווען מ'נעמט אן דעם קאווע, (מ'מוז נישט, אבער ס'קען ווייזן לטובתך) די אלע אנדערע דערמאנטע זאכן ודכוותי' זענען אין קורצן "איבער-פראדאקטיוו)

לאיעלטי- איבערגעגעבנהייט, איז קעניג!: דאס וויכטיגסטע וואס א בעה"ב וויל פון דעם אינטערוויו, איז וויסן אז ער נעמט אויף א מענטש וואס וועט ארבייטן געטריי, און איבערגעגעבן, און נישט זוכן א וועג איבערצוקליגן דעם סיסטעם. ווען איר רעדט צו אן ארבייטסגעבער למשל איז איינע פון די גאר נארישטע זאכן צו לאזן וויסן אז "איך זוך א דזשאב פון וואו איך זאל קענען ארויסקוקן צו גיין ווייטער אויף בעסערס". טראץ דאס קען אמאל זיין די פאקט, איז וויכטיג צו געדענקען אז פארן בעה"ב וועט ענדערש שמעקן צו הערן: איך זוך א דזשאב וואו איך זאל קענען מאכן א איינדרוקספולע ארבייט, אזוי צו קענען וואקסן און שטייגן צוזאמען מיט די הצלחה פון דעם ביזנעס. (נאר א משל, אבער איך האף איר פארשטייט די נקודה)

עצות!!! גיבט נישט קיין עצות פארן בעה"ב אין ערשטן אינטערוויו (קיינמאל נישט די געזונטסטע זאך, און דארף אסאך לימוד אויב האט מען נישט קיין אייגנס אין מח, אבער ביים ערשטן אינטערוויו איז מאן דכר שמי') אפי' אויב דער בעה"ב פרעגט אייך עצות, איז עס ע"פ רוב צו מעסטן אייער ריספאנד, און וויאזוי איר באפאסט זיך מיט פראבלעמען, נישט ווייל ער גייט יעצט נעמען אייער אדווייז און שוין מאכן שינויים אין זיין ביזנעס. ער געדענקט אויך אז איר זענט דא צום ערשטן מאל, און ער האלט נאך נישט אז איר זענט קלוגער פון אים. עס וועט נעמען א לאנגע צייט ער זאל דאס איינזעהן, און יעצט איז נישט די צייט אים אנצוהייבן איבערצייגן.

די חכמה פון א גוטן אינטערוויוער איז, אייך צו לאזן רעדן, און רעדן, און רעדן. די חכמה פונעם אפליקאנט איז צו מאכן זיכער אז א גרעסערע פראצענט פון די צייט איז "הערן". דער חשק פון רעדן און זיך לאזן הערן, און פארציילן אלעס ארום זיך, און אלע מעלות וואס מ'האט איז גאר שטארק אין אזא צייט, אבער עס איז וויכטיגער צו האלטן אביסל אין זיך פאר שפעטער ווען דער בעה"ב וועט עס אליינס פרעגן. זייער אסאך מאל וועט איר אנהייבן עפעס צו זאגן און דער בעה"ב וועט ענטפערן: מיר וועלן באלד רעדן פון דעם, און דאס איז עפעס וואס איז געוויינליך גוט צו פארמיידן. עס איז גוט אז איר זאלט אויסזעהן געדולדיג און בכלל נישט אין קיין רייץ צו פארציילן אייערע מעלות. (כאטש וואס ס'גוט אלעס צו פארציילן, איז עס אבער מיט די ריכטיגע סדר וואס ווערט געוויינליך געפירט דורכן אינטערוויוער)

אויב דער בעה"ב נעמט א וויכטיגן טעלעפאן קאלל אינמיטן דעם אינטערוויו (נישט שיין פון זיין זייט, אבער דאך איז ער אין ביזנעס, און קען זיך אמאל מאכן אזא זאך) זאלט איר פרעגן צו איר זאלט ארויסגיין ווארטן אינדרויסן. דער מעסעדזש וועט זיין גאר א גוטער, (ועוד, ער וועט נישט אויפהייבן אזוי שנעל נאך א טעלעפאן קאלל נאר אויב קריטיש וויכטיג.)

ווען מ'גיבט אייך די געלעגנהייט צו פרעגן וואס ליגט אייך אויפן געוויסן, הייבט נישט אן מיטן "באצאלן, אדער בענעפיטס", געוויינליך איז בעסער אנצוהייבן פרעגן מער פרטים איבערן "דזשאב", צו פארשטיין וואס פארלאנגט זיך, און בעיקר פרעגן וויאזוי וועט געמאסטן ווערן אייער ארבייט, וואס איז די שליסל פון הצלחה דא אין די ביזנעס, וואס ערווארט מען פון מיר אויב איז עס איין זאך וואס איז דער איין וויכטיגער זאך? וכו' וכו'.

ווען מ'רעדט שוין יא פון בענעפיט'ס וכו', איז וויכטיג נישט צו אריינברענגען דעם סטעיטמענט: מיינע חברים פארדינען מער, אנדערע גיבן אנדערש, וכו'. עס איז לגמרי אומרעלאוואנט ע"פ רוב, און עס גיבט דעם איינדרוק פארן בעה"ב אז ער גייט דא אריין אין בלאטע, און וועט נאך האבן צו הערן פון דעם ארבייטער יעדן מאנטאג און דאנערשטאג וואס זיין חבר פארדינט, און פארוואס ער פארדינט ווייניגער. אויב ווילט איר יא זאגן אז דאס איז צו ווייניג, דארפט איר עס זאגן אן קיין פארמעסטן מיט אנדערע.

אחרי ככלות הכל, אויב האט מען אייך נישט געזאגט ביים ענדע פון אינטערוויו: דו ביזט געהייערט. זאלט איר נאר פרעגן צו איר זאלט צוריק רופן, אדער איינער וועט אייך רופן? איר מעגט אויך פרעגן ביז ווען איר זאלט ערווארטן צו ווערן גערופן? א טאג? צוויי?

עס איז נאך דא אסאך מער, אבער פאר יעצט וועל מיר זיך דא אפשטעלן, און ווארטן צו הערן פון ארבייטסגעבער וואס שפירן אז מיר האבן אויסגעלאזט וויכטיגס.