יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ זאלץ וואסער
ארטיקלען

בת מלך

זאלץוואסער · די אידישע פרוי – א לייכטע אפהאנדלונג · 2021

פון: זאלץוואסער

עס איז די ערשטע אידישע פרוי, וואס האט אונז געגעבן דעם כלל פון שרה באוהל, אז די אידישע בת מלך איז א געהויבענע און ארויפגעקוקטע פערזענליכקייט וואס וואלגערט זיך נישט בשווקים וברחובות, און היט אויף איר אייגנארטיגע טייער שאץ דורך זיצן אין שטוב מיט די פארלאנגטע רעספעקט וואס ווערט נאר געגעבן פאר די בת מלך.

עס איז די צווייטע אידישע פרוי וואס האט צוגעדעקט איר פנים זעהענדיג איר חתן יצחק קומען פון דערווייטנס רבקה אמנו, וועלכע האט דערמיט אראפגעשטעלט די יסודות פאר א אידישע פרינצעסין אפילו ווען עס קומט צו איר אייגענע חתן וויאזוי מיט איידלקייט און באשיידנהייט צו פירן זיך אין אזוינע זמנים.

עס זיינען די אמהות רחל און לאה וואס האבן זייער גאנצע וועזן און שטרעבן געשטעלט אויף צו שטעלן די 12 שבטים, און מיטן איינציגן ציהל אין לעבן צו טוהן וואס פאר די אידישע פרוי איז א פליכט צו בויען א אידישע שטוב, מיט די האפענונג און שטרעבן אז דערפון וועט זיך ציעהן א גאלדענע קייט מיט דורי דורות ערליכע אידן וואס וועלן דינען ג-ט ברוך הוא מיט אמונה און מיט ערליכקייט.

אט די אמהות האבן אראפגעשטעלט די יסודות פאר א אידישע פרוי, וויאזוי די פרינצעסין דארף זיך צו פירן בכל זמן ועידן, און אזוי האבן מיר געלערנט ביי אונזערע באבעס און עלטער באבעס, און רבי'ס מדור דור, אינטער וועמעס שאטן מיר נעמען שוץ און לערע פאר אונזערע אלע וועגן.

מיינע טייערע פריינט שיחיו עמו"ש, עס רעדט צו אייך, א אייניקל פון באבעס, א זון פון א מאמע, א מאן פאר א ווייב, און א טאטע פאר טעכטער, כולם אהובים כולם ברורים, און מיט נאטורליכע געפיהל צו די אלע מיינע נאענטע, נעם איך זיך די קוראזש צו שרייבן די פאלגענדע שורות. לייענט און האט הנאה:

שוין יארן לאנג פון ווען אין אמעריקע איז ארויפגעקומען די "פרויען באוועגונג" פון גלייכבארעכטיגונג פאר די פרוי, צוגלייך צום מאן. אנגעהויבן האט זיך אלעס מיט די פרוי אלס א צווייטע קלאס מענטש, וואס דאס איז געווען קעגן די פרינציפן פון מענטשהייט, און פארשטענדליך אז קעגן די פרינציפן פון להבדיל אלף אלפי הבדלות פון אונזער הייליגע תורה, און קיינמאל האבן נישט קיין אידישע קינדער געהאט דעם בליק אויף די אידישע פרוי, ווען מ'קוקט צוריק צו די דורות אין אלע צייטן, איז די אידישע פרוי געווען די דיאמאנט פון די אידישע משפחה, און מ'האט מיט איר חכמה און פארשטאנד געבויט אידישקייט.

אבער דער גוי, וואס ווי באקאנט ווי א דור ווייטער שפירט זיך מער און מער דערווייטערט און קלוגער פון זיינע פריערדיגע דורות, דער גוי וואס ער האלט אז ער איז קלוגער פון זיינע עלטערן (און אפשר טאקע אזוי) האט צוריק געקוקט מיט פאראכטונג צו די דורות וואס פלעגן די פרויען האלטן אפגעזונדערט אין זייערע שטובער און נישט לאזן ארויסגיין האקערן דעם פעלד און פירן דעם פערדל מיט א בייטש אין די האנט.

פארוואס איז דאס אזוי געווען דאן?

ווייל ווען וועלט איז געווען וועלט, זענען אפילו ביי די אומות העולם געווען פארשידענע ווערדן, וואס כאטש זיי האבן נישט געטראגן קיין שום רעליגיעזע ווערדן איז עס געווען אנגענומען סבר וקבל, אז: א מענטש דרייט זיך מיט א הוטל אויפן קאפ. אז: א פרוי טוט די שטוב ארבעט. אז: א מאן טוט די פעלד ארבעט. אז: א געשעפט איז נאר א געשעפט ווען מ'טוישט א ווערטפול ארטיקל פאר א ווערטפולער ארטיקל.

אמאליגע צייטן כאטש עס זענען געווען ציגיינער און אנדערע נידריגע קלאסן, איז אבער דער הויכער קלאס פונעם גוי, געווען אויפן זעלבן מיינונג לגבי חתונה האבן, און וואס איז די פרוי'ס פליכטן כלפי דעם מאן, און דעם מאןס פליכטן לגבי די פרוי. עס איז נישט געווען אזא זאך אז עס זאלן זיך צוזאם נעמען א געמיינדע מיט געמיינע יונגען און פארלאנגען "רעכטן" פאר אומווערדיגקייטן. די אומווערדיגע, האבן זיך געפריידט ווען מ'האט זיי נישט געכאפט ביי די מעשה, און ווען מ'האט זיי יא געכאפט האבן זיי זיך געשעמט מיט זייערע געמיינע טאטן.

אבער! ווען די וועלט איז עלטער געווארן, און מיר זענען אריין אין א קאפיטאליסטישן מוח גאנג, ווי יעדער וואס זיין הארץ גלוסט דארף קענען טוהן ווייל אויב נישט וואס דען איז דער טייטש פון "פרידאם"? דאן איז געווארן אביסל א פארקערטע וועלט

דהיינו:

לאמיר אביסל צוריקדרייען דעם זייגער. פאר עטליכע הונדערט יאר צוריק האט דער אלגעמיינער ווייסער גוי אין אמעריקע זיך באצויגן צום שווארצן ווי א קנעכט, און דאס איז געווען א מאראלישער אומרעכט וואס אין א געוויסן זין איז היינט זייער שווער צו פארשטיין דעם מעיקרא מאי קסבר, וואס האבן זיי געקלערט? וואס גיט די רעכט פאר א מענטש צו קאמאנדעווירן אויף א מענטש.

די גאנצע זאך ווי א קנעכט, איז היינטיגע צייטן מופרך, אבער מ'זעהט פון אמאל, און להבדיל א טריליאן הבדלות אין די הייליגע תורה, אז אמאל איז א קנעכט געווען דער אפטייטש פון איינעם וואס האט געמוזט באצאלן דאס וואס ער האט נישט געקענט, און דערפאר האט ער באצאלט מיט קנעכטשאפט, און דאס איז געווען א דבר פשוט, ווייל אז איינער האט מיך באגנב'ט אומבארעכטיגט, דארף ער מיר באצאלן דאס שאדן.

דערנאך איז געקומען די תקופה פון ים רויבער און סתם רויבער וועלכע פלעגן פארקויפן מענטשן פאר זייער פריוואטע ריוח, און דאס איז געווען שוין אין די צייטן פון מעמד הר סיני, און דאס איז א בפירוש'ער פסוק אז מ'טאר נישט גנבנ'ן א מענטש, וואס באציהט זיך צו דעם אומדערהערטן עוולה פון פארקויפן א צווייטן פאר מיין אייגענע באנוץ.

ווען עס איז געקומען די תקופה פון די שווארצע עבדים, איז געווען א באנדע רויבער'ס וועלכע האבן מיט גרויס קענטעניס געוויזן און מיט חכמה ערקלערט אז 1. פאר דעם שווארצן לוינט ענדערש א לעבן אין אמעריקע אלס קנעכט ווי איידער שטארבן פון הונגער אין די ווייטע אפריקע 2. אז די שווארצע עסן זיך אויף לעבעדיגערהייט ווי קאניבאלן און דעריבער איז אונזער הייליגער פליכט זיי אהערצוברענגען און מאכן פאר מענטשן. 3. ווי נישט ווי קענען מיר זיי נישט אויסהאלטן דעריבער איז נישט מער ווי רעכט זיי זאלן ארבעטן פאר זייער אש"ל.

דאס אלעס זעהט שוין יעצט אויס אסאך קלארער, און דערנאך די אלע רציחות און מיאוסע מעשי תעתועים וואס מ'האט מיט די שווארצע געטוהן איז שוין געווען פאלגן פון די ערשטע פאר תירוצים וואס פארענטפערט די גניבה אין ערשטן פלאץ.

דאס אז א ווייסער האט געקענט הרג'נען זיין קנעכט על לא עול בכפו, איז שוין געווען נאכן באפרידיגן דעם נפש אז דער שווארצער איז "מיינס", און אזוי ארום איז געקומען דער אמעריקאנער פאלק צו גאר א נידריגן שטאפל בנוגע דעם ענין פון "שווארצע".

צו דער זעלבער צייט האבן אבער נאך די "פרויען" געהאט א עהרע, ווייל דער אמאליגער "נארמאלער" גוי, האט אויך פארשטאנען אז ער דארף א ווייב צו קענען לעבן געהעריג און זיין א ארויפגעקוקטער פערזאן, און אן קיין פאמיליע האט ער גארנישט. יעדער גוי האט געוואלט זיין א "פאמיליע מענטש" און יעדער פאמיליע מענטש" האט געוואלט האבן א רואיגן לעבן, און נאר מיט א געהעריגע ווייב און קינדער האט מען דאס געקענט באווייזן.

די שווארצע זענען נישט געווען בארעכטיגט צו שטימען אדער אנדערע מענטשליכע רעכטן, פשוט ווייל ער איז דאך מיין קנעכט ווי קומט ער מיר צו טיילן דיעות.

ווייטער די פרויען האבן נישט געשטימט ווייל די פרוי באלאנגט אין שטוב און גיט זיך נישט אפ מיט די שמוציגע ארבעט וואס דער מאן, און זי "דארף נישט" זיין פארנומען מיט די אלע עניני חוץ. דאס איז געווען א כבוד פאר די פרוי, אז מ'סערווירט איר אויף א גאלדענעם טאץ און דער מאן באפאסט זיך מיט די שוועריגקייטן פון לעבן.

איז אזוי אריבער א תקופה וואס סיי דער שווארצער האט נישט געשטימט ווייל מ'האט אים נישט געלאזט, און סיי די פרוי האט נישט געשטימט ווייל עס האט נישט געפאסט.

ביז עס איז געווען ויקם דור חדש, וועלכע האבן נאר געזעהן דעם פאקט אלס איינע: די שווארצע מיט די פרוי שטימען נישט! הלמאי מ'נעמט אוועק זייערע רעכטן.

לאמיר עס צונעמען. דער שווארצער האט געהאט א געהעריגע טענה נאך פון ערשטן מינוט, אז ער איז א מענטש ווי אלע, און א צווייטער מענטש איז נישט בארעכטיגט אים צו נעמען און צווינגען צו זיין א קנעכט נאר טאמער ער וויל קען ער אזוי טוהן.

איז געווארן א באוועגונג צו העלפן די שווארצע, און עס האט זיך אזוי געפירט פון הימל אז די שווארצע זענען טאקע געווארן באפרייט פון קנעכטשאפט.

אין די זעלבע צייט איז אבער נאך אלס אנגעגאנגען די אמאליגע פארשריפטן פאר פרויען, וואס איז געווען אנגענומען ביי איעדן צוגלייך אז א פרוי האט אירע אייגענע טואונגען און פליכטן, און יעדער האט עס פארשטאנען.

ביז עס איז אויפגעשטאנען א דור חדש וואס ה