יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ זאלץ וואסער
ארטיקלען

די מייק אין ישיבה ארבייט נישט

זאלץוואסער · 2025

אין א שמועס מיט א גוטן ידיד נאך פון די ישיבה יארן, איינער וועלכער איז אלס געווען א וואוילער בחור, אבער קיינמאל נישט געווען פון די גאר קלוגסטע, איז אויסגעקומען איבערצושמועסן אביסל די פארגאנגענהייט, עס האט זיך פארבענקט צו די יונגע יארן ווען מ'האט צוזאמען פארברענגט בין כותלי הישיבה, מ'דערמאנט זיך וואס דער מנהל האט געטון און וואס דער מגיד שיעור האט געזאגט, און נאך אינטערסאנטע זכרונות.

רופט ער זיך אן צו מיר, אז דאס געדענקט ער אז אין די כיתה פון ר' (נאמען פון מגי"ש) האט די מייק נישט געארבייט.

קיינמאל? פרעג איך אים, איך געדענק נישט דעם עפיזאד פון די מייק נישט ארבייטן, עפעס איז דאן געווען אינטערסאנט אז איך זאל עס ווען געדענקען? וואונדער איך זיך.

ניין, זאגט ער מיר, ס'האט קיינמאל נישט געארבייט, דאס איז די וואונדער, אז יארן וואס ער איז א מגיד שיעור און די מייק האט קיינמאל נישט געארבייט.

אינטערסאנט, איך געדענק נישט אזא זאך, איך געדענק אלס האט געארבייט זייער פיין אלעמאל, קען זיין ביזט נישט געקומען אין ישיבה צום שיעור נאר איינמאל ווען ס'האט נישט געארבייט?...

נאך א מינוט צוויי פון פרובירן צו פארשטיין וואו מיר האבן זיך פארלוירן איז זיך מיין גאר עווערעדזש חבר מסביר אז די מייק האט נישט געארבייט ווייל ס'האט גערעדט שטותים, מ'האט קיינמאל נישט געקענט פארשטיין דעם שיעור דורך דעם מייק...

אה, איך פארשטיי שוין.

גיי זיי מסביר אז די מייק ארבייט פיין, דער מייק איז נישט מסביר, עס דעבאטירט נישט, עס פרעגט נישט, עס ענטפערט נישט, עס פאלגט אויס דאס וואס מ'זאגט אריין אין איר, און איר ארבייט איז אקוראט איבערזאגן וואס ווערט געזאגט. (וויאזוי עס ארבייט, פרעג די עקספערטן)

עס איז מאדנע ווי אומפאסיג מיר שאצן אפ דעם נישט אזוי קלוגן אינגערמאן פאר דעם גאר נארישן מיינונג אז דער מייק ארבייט נישט ווייל ער פארשטייט נישט דעם שיעור, אבער ווען מיר טראכטן אביסל מער אריין, וויפיל מאל מיר פסק'נען אפ גאנצע געמיינדעס אדער אפי' ארגעניזאציעס, און צומאל אויך אונזער אייגענע קהלות און מוסדות צו זיין ווערדלאז אדער אומקאמפעטענט, אלעס ווייל מיר פארשטייען עפעס נישט.

דאס אפשאצן א זאך אדער אויסדרוקן א נעגאטיווע מיינונג אויף א מענטש אדער מענטשן, צוליב א מיפארשטענדעניש, איז עפעס וואס מיר זעהן נאר ווען מיר שטייען ביי די זייט פונעם מייק, און מיר האלטן מיט וואס עס ווערט אריינגעזאגט, און דאן זעהן מיר קלאר אז עס הערט זיך וואס עס דארף זיך הערן, און אויב איז דא ווער ס'פארשטייט נישט קען עס זיין א אינערליכע פראבלעם פון דעם מענטש.

אבער עס וועט קיינעם נישט בייפאלן צו זאגן אז ווייל איך פארשטיי נישט א זאך וואס יענער האט געטון מיינט דאס אז "ס'ארבייט נישט". נאר נאכדעם וואס איך בין ביי מיר זיכער אז עס איז טאקע אזוי, און דאס קען נאר זיין נאכן הערן די אונטערלאגע פון סיי וועלכע באשלוסן א קאמפאני אדער א ארגעניזאציע מאכט, און אויב דעמאלס בין איך נאך אלס ביי די מיינונג אז עס טויג נישט, מיינט נישט אז איך דארף יעדן לאזן וויסן, אבער מ'קען שוין ענדערש פארשטיין דעם פארדאכט אז עפעס טויג נישט מיטן מייק.

נישט אויסצולאזן די נקודה אז ווען אין א זאל זיצן 500 מענטשן און הערן זיך צו א דרשה פון דעם זעלבן מיקראפאון וועלן זיין אזויפיל אנדערע סארט הערינגען (נישט די פיש) יעדער הערט לויט זיין גיסטע, לויט זיין געשמאק, לויט ווי דער טאג איז אים היינט געגאנגען וכדו'.

דאס וואס פאר מעכל ארבייט יא, וועט יענקל נישט ארבייטן, און אזוי ווייטער.

געדענק אז די מייק טוישט זיך נישט, עס ארבייט, עס האט נישט קיין בחירה, דו האסט א בחירה וויאזוי אנצונעמען די וועלט ארום דיר, אלזא טו עס ריכטיג און לעב רואיג בעזהשי"ת.

(געלייגט אויף אייוועלט 12.25.25 אונטער זאלץוואסער)