פון: פישל זאלצוואסער
איך האב היינט געהאט א שווערן טאג ווי עס מאכט זיך אפט ביי אונז און עס האט מיר געעפנט אביסל די אויגן צו קלערן אין דעם ענין פון א שווערן טאג, און אזוי קלערנדיג איז מיין טאג געווארן "א גרינגער טאג". און אין מיין פאזיציע פון א שרייבער'ל קלער איך אז איר לייענער וועט הנאה האבן און אפשר וועט אייך עס נוצן אמאל אין א "שווערן טאג" ס'זאל זיך נישט מאכן.
לאמיר אויפמישן היסטאריע: ווען א איד האט פאר 200 יאר צוריק געזאגט: איך האב היינט געהאט א שווערן טאג! וואס האט עס געמיינט? ווי שווער? וואס שווער? וואס האט ער דען געוואוסט? וואס האט דער תמימות'דיגער אידל געהאט צו דאגה'ן? לכאורה האט ער געדאגה'ט אז דער פערדל איז נישט אין ארדענונג, ער דארף א אינטערזוכונג פון דעם פעלדזשער פון דארף! די היי איז צו הארט און דער פערדל ווערט צושטאכן! די גרינס איז נישט געצייטיגט געווארן לויט דעם סקעדזשול! עס רעגנט אריין אין ביידל מ'דארף לייגן פרישע שטרוי אויפן דאך! שמירנדיג די רעדער פון דעם וואגן בין איך אויסגעלאפן פון רעדל-פעך און איך האב געמוזט גיין 14 קילאמעטער צו קויפן א עמער פרישע פעך! דאס הינדל האט פארשמירט דעם קיך (א אמאליגער קיטשן)! ועוד!
און אז מיר קריכן צו די צייטן פון חייקל דעם וואסער טרעגער וואס דער הייליגער בעל שם טוב האט באגעגנט דערציילט ער אונז אז א שווערן טאג האט נישט געדארפט האבן קיין עקסטערן משמעות, עס האט פשוט געקענט זיין ווי מ'רופט עס היינט, "א טאג אויף די לינקע זייט" פשוטו כמשמעו.
חייקל האט פארציילט אז די זעלבע בעלבית'טע וואס האט גענומען ביי אים נעכטן דאס פעסל וואסער מיט דעם זעלבן געמאכטן שמייכל, האט אים נעכטן ביטער גערעגט און געארט, זעהנדיג אין דעם שמייכל א שפאט און ביליגקייט צו זיין ארימקייט, און שלאבצאנעס. און ווידעראום היינט האט דער זעלבער געמאכטער שמייכל אויסגערופן א מין רעספעקט, א דרך ארץ צום הויכגעשעצטן וואסער טרעגער.
איז דאך חייקל געווען דער זעלבער חכם היינט ווי נעכטן, נאר וואס דען? עס האט אים נעכטן דער טאג גענומען אויף לינק'ס און היינט האט דער טאג אים באשיינט דעם רעכטן זייט, און אלעס איז פארענטפערט שריר וקיים.
יארן זענען געלאפן, עס איז די סוף ת"ר יארן, עס איז ביטער אין די וועלט (פארשטייט זיך אז אין משך פון אלע יארן איז געווען אסאך אסאך וואס צו שרייבן איבער שווערע טעג, איך זוך נאר אנצוקומען צום נקודה אייך צו לאזן ביים טראכטן נאכדעם.
די וועלט ברענט! עס איז מלחמה! דער שונא שלאגט, הארגעט, שעכט, מ'פירט בחורים אין מיליטער, און זיי קומען נעבעך נישט צוריק, מ'נעמט אוועק עלטערן פון די שטובער, און מ'צעווארפט שטעט און דערפער נעבעך.
אט קומט חייקל און קרעכצט: הוי האב איך היינט געהאט א שווערן טאג!
וואס מיינט איר איז דער שווערער טאג געווען? און מה היום מיומים? איז נעכטן נעבעך בעסער געווען?
אבער חייקל האט אן הסבר, היינט האט מען נעבעך ביי זיי אין דארף אומגעבראכט א איד, מ'האט נעבעך צוגענומען א פרנסה פון א איד, מ'האט פארשיקט א בחור'ל אין תפיסה, צוגענומען די קינדער ביי עלטערן, פארשיקט צום געטא א טמיר ונעלם'ניק וכו'
און זאגט נאר ר' חייקל וואס איז נעכטן אזוי גרינג געווען אז היינט איז שווער?
ווען ר' חייקל איז דא ענטפערט ער אייך: וואס הייסט וואס? נעכטן האבן מיר טאקע מורא געהאט פון די אלע אויבנדערמאנטע הימלגעשרייען, אבער היינט האט עס פאסירט!!!
עס גייען דורך יארן, די שנות הזעם האבן זיך פארהעלטנסמעסיג אפגעקילט עכ"פ צום פליישיגן אויג, און מ'האלט אין די מיטעלע כ' יארן פון יארהונדערט ת"ש און ר' חייקל באווייזט זיך ווידער אויפן האריזאנט, ער רופט זיך אן שוין מיט מער א זיכערן לשון: הוי האב איך א שווערן טאג געהאט!
ר' חייקל וואס איז אייך אזוי שווער געגאנגען?
גארנישט! זאגט ר' חייקל, נאר דער פאקט אז היינט צופרי האט מין בעה"ב געזאגט אז מ'וועט שוין מוזן בלייבן אין דער ארבעט יעדן טאג ביז 5 און ביז היינט האבן מיר געקענט הייבן פוס אום 4. און דערנאך אינדערהיים ביי מיר איז בעסער זאלסט נישט פרעגן די בעה"בטע האט זיך פארליבט אויף קאשע מיט קאקאו און אז איך קום אהיים און וויל א פיינעם פליישיגן מאלצייט דארף איך מיר עסן דאס געזונט וואס איז דאס איינציגסטע פליישיג'ס וואס איך האב אין שטוב.
און דרך אגב, מיין קליינע דירה'לע איז אזוי אויך ענג, איז שוין יעצט דא נאך א פראבלעם אז מיט אונז האט זיך אריינגעצויגן א מייזל אויך, און איך ווייס נישט ווי מ'ווערט לויז פון די אנשיקעניש וכו' וכו'.
נו ר' חייקל וואס איז דען נעכטן אזוי גרינג געווען?
וואס הייסט וואס? בייזערט ער זיך אונטער! נעכטן האב איך געארבעט ביז 4 נעכטן האט דאס אשת חיל צוגעשטעלט א פיינעם ווארימען פליישיגן מאלצייט, נעכטן האבן מיר נאכנישט געוואוסט מ'האמיר דעם געסטל און אזוי ווייטער.
יארן לויפן ר' חייקל ווערט נישט עלטער ער ווערט נאר מגולגל אמאל אין משה אמאל אין חיים און אמאל אין מיר, און אזוי איז געווארן תשע"ג אנהייב יאר חודש מרחשון און חייקל איז ווידער דא. אבער דא קען איך דאך שוין מיט אים אליינס שמועסן, פרעג איך אים אויס אביסל, איך בין דאך פארט א רעפארטער.
דריי איך זיך אין ביהמ"ד און איך האב היינט אליינס א שווערן טאג, און עס איז מיר עולה על המחשבה ווי פאלגענד:
נעכטן איז געווען זונטאג, און איך האב געהאט א שווערן טאג! וואס איז אזוי שווער געווען? (ענטפערט חייקל אין מיר) זייער פשוט, דאס ווייב האט געוואלט גיין שאפפינג פונקט ווען איך האב געוואלט כאפן א נאפעץ און נאך א פרישטאג נאך דעם שבת'דיגן טשולנט האט מיר די גאנצע וועלט אויסגעזעהן פארוואלקנט קאלעמוטנע, און דא האט זיך איר אנגעגלוסט נאך צו ספענדן דאס ביסל האב און גוט'ס און איך מוז נאך מיטפארן זיין דער בעל עגלה.... און נאך די אלע מעשיות ווען איך קום אהיים וואס ווארט מיך?
דער נעכטיגער טשולנט ווידער....
ווייטער מאנטאג! מאנטאג איז ווייטער א שווערער טאג מער ווייניגער, עס איז די ערשטע טאג ביי די ארבעט פאר די וואך, דער בעה"ב מיינער איז נאך פריש, ער מיינט נאך באמת אז די וואך גייט ער טוישן די ווירטשאפט, ער באשלוסט, און נעמט זיך פאר, און פירט איין תקנות, און וויל כאפן די וועלט, און איך שטיי און ווארט דער זייגער זאל שלאגן 6 ווען איך כאפ מיין הוט און רעקל און לויף ביזן קארנער כאפן א היטש אהיים. יעדער זעהט אויס פריש נאר איך דריי מיך מיט א בעה"ב אויפן קאפ וואס מאכט באשלוסן אויף מיין חשבון ארויף.
דינסטאג – מיטוואך – דאנערשטאג איז געווענליך די זעלבע, אויך שווערע טעג, עס איז אן חיות אלס דאס זעלבע
------ בעארבעטן פארן נעקסטן ארטיקל אויפן ענין, אז היינטיגע צייטן אפילו ווען מ'קאמפלעינט שוין יא איז בלאף------
זאגט נאר ר' חייקל, ווען איז היינטיגע צייטן א שווערער טאג און ווען איז א גרינגער טאג?
ר' חייקל קוקט מיך אן ווי פון די לבנה, און עפנט אויף א מויל ווי א וואסער טרעגער:
ר' פישל טייערער לאמיך אייך מסביר זיין! עס איז אנדערע צייטן! מ'קען נישט סתם אזוי זיך ארום דרייען קאמפלעינען אז מ'האט געהאט א שווערן טאג ווייל מ'וועט נאך מיינען איך בין א שלימזל, אדער סתם אזוי נישט קיין וויכטיגער נומער. מילא אויב זוכט איר צו קאמפלעינען איבער דעם טאג זאלט איר געדענקען וואס צו קאמפלעינען! מ'דארף רעדן פון דעם וואס יעדער פארשטייט! עס קען נישט זיין אז דער טאג איז שווער פשוט ווייל האסט דיך געפלאגט פאר ברויט!!! ביזטו דען א בטלן וואס פלאגט זיך פאר ברויט?
עס קען נישט זיין אז דער טאג איז שווער ווייל די האסט נישט פארשטאנען א שטיקל תוס'!!! וואס ביזטו דען אן עם הארץ וואס פארשטייט נישט א פשוט'ן תוספות'ל?
און אודאי לאמיך דיר דערמאנען: קינדערלעך האסטו געראטענע! א ווייב א געשיקטע! און א שווער א ברכה צו מאכן! א שוויגער נישט ווי די נאטורליכע שוויגער'ס וכו'.
נאר וואסזשע דען? וואס מעג יא זיין שווער?
אה! היינטיגע צייטן איז עס א סקעדזשול, און איך וועל דיר מגלה זיין אין א רייע:
זונטאג:
ווער ברויך די זאכן ? די רעביצין וויל נאר שאפפן
דא איז שוין גאר אן אנדער פרשה! חייקל האט שווערע טעג נאך טעג וואך איין וואך אויס, נאר וואזשע דען, ער האט צוטיילט זיינע שווערע טעג לויט די טעג פון די וואך!
זונטאג:
א שווערער טאג!!! וואס האט עס געמיינט?
היינט האט מען ארויסגעגעבן א גזירה אידן טארן נישט טון געשעפטן!
היינט האט מען צוזאם געכאפט די ראשי הקהלה אין ארעסטירט!
מ'האט פארשיקט מיין בחור'ל אין מיליטער!
ת"ש
א שווערער טאג!
מ'כאפט צוזאם אידן אין געטאו!
מ'הונגערט פאר א שטיקל ברויט!
מ'עסט שאלאכטס פון קארטאפל צו קענען דורכלעבן דעם טאג!
מ'פארברענט אידן נעבעך עס איז שרעקליך!
טויזנטער דערפלעך און שטעטלעך ווערן אפגעווישט רח"ל!
תש"י
א שווערן טאג!