יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ זאלץ וואסער
ארטיקלען

א גוטן רבי זאלץ וואסער

זאלץוואסער · אן אינטערוויו · 2020

איר זענט שוין דא אויפן וועלטל אכט יאר, וויאזוי זענט איר דא אנגעקומען צו דעם ארט צום ערשטן מאל אכט יאר צוריק?

איך פלעג אלס שרייבן, און אוועקווארפן מיינע ארטיקלען, איך האב נישט געהאט ווער ס'זאל עס לייענען, אמאל פאר משפחה אדער חברים, אבער גארנישט מער.

איינמאל האט איינער פון מיינע גוטע פריינט מיר געפרעגט פארוואס איך לייג נישט מיינע זאכן אויף אייוועלט... איך האב נישט געוואוסט וואס דאס איז, אבער זיך שנעל באקוועם געמאכט ב"ה.

וואס האט אייך געברענגט צו אויסוועלן דער נאמען זאלץ וואסער, עס איז געווען פסח צייט?...

ס'איז געווען אמאל נאך בעפאר מיינע צייטן אויף אייוועלט ווען א איד האט מיר געבעטן צו ריספאנדן צו עפעס אויף אן אנדערן סייט, איך האב געזוכט א שנעלע נאמען, און געפרעגט דעם איד וויאזוי איך זאל עס טון, און ער האט זיך געגעבן א רוף אן: וואס א חילוק, זאל זיין סיי וואס אפי' חרוסת. האב איך דוקא געזאגט פארקערט און געגעבן א נאמען זאלץוואסער

איך האב גראדע נאכדעם שוין געטראפן רמזים וואס מענטשן האבן געמאכט אויף דעם נאמען ווי איך בין מרומז דערין, אבער דאס איז שוין הימליש און קבלה, איך וועל דאס נישט מגלה זיין צו א יונגע גרופע אויף אייוועלט....

איר דרייט זיך דא אזויפיל יארן, רוב ניקס פון יענע צייטן זענען שוין לאנג נישט בין החיים, וויאזוי האט איר באוויזן איבערצולעבן ביז היינטיגן טאג?

איך בין כמעט נישט דא, הגם איך וואלט הנאה געהאט דא צו זיין מער, פארשטייט זיך אז נישט אין אלע אשכולות אבער אין געוויסע איז דא ממש א גן עדן.

די סיבה פארוואס איך קום נאך אריין אמאל איז ווייל מיין סעטינגס אויף געוויסע פון מיינע ארטיקלען איז אנגעשטעלט נאך פון אמאל צו מיך לאזן וויסן א הודעה אז איינער האט מגיב געווען, און ס'מאכט מיך נייגעריג צו זעהן וואס יענער שרייבט און איך קוק מיך אים.

אדער ווען איינער שיקט מיר א אישי, וואס קומט ווייטער אן צו מיין אימעיל און שלעפט מיך צוריק.

אבער קיין גרויסע ארטיקלען האב איך שוין לאנג נישט געשריבן דא, אמאל אמאל פאלט נאך אריין.

לייג אביסל אראפ וויאזוי אייוועלט האט אויסגעקוקט אין די אמאליגע צייטן נאך אינדערהיים, ווען דו ביסט דא אנגעקומען?

וואס איז היינט די מצב דא פון דיין פערספעקטיוו?

און וואס איז די עיקר חילוק צווישן אמאל און היינט?

אויב מען מעג פרעגן, ווי וואוינט איר?

אין קרית יואל, געמופט פון וויליאמסבורג קנאפע 10 יאר צוריק

און וועלכע יארגאנג זענט איר?

צווישן 35-70

ווייסן מענטשן ארום דיר אז דו ביסט אקטיוו אויף אייוועלט און קענען דיין ניק?

יא, יעדער כמעט, און מיינע קינדער קענען מיין ניק, זיי ווייסן אז אויף מיין מציבה בין איך מסכים עס צו לייגן איינגערינגלט. איך שעם זיך נישט ב"ה מיט גארנישט וואס איך שרייב, דערפאר דארף איך נישט באהאלטן

די סיבה פאר וויפיל איך האב יא באהאלטן אדער פארוואס איך לייג נישט דעם נאמען זאלץוואסער אויף מיין טלית בייטל איז צו גיין כפי מנהג המקום אז גילוי איז נישט ערלויבט.

וויפיל ניקס דא קענסטו פערזענליך?

אסאך, און שוין פארגעסן אסאך, שווער צו געבן א נומער

האט איינער אמאל אייך דערקענט פון אייוועלט? אויב יא, וויאזוי איז עס צוגעגאנגען?

שוין געהאט גאר אינטערסאנטע מעשיות. איך קען נאר אזויפיל זאגן, אז איך האב אנגעהויבן שרייבן ווייל ס'איז געווען א האבי צו שרייבן, אברע וואס האט מיך געהאלטן ביים שרייבן איז געווען די ביזנעס און וויכטיגע רילעישאנשיפס וואס איך האב געבויט דורך אייוועלט און האט מיר געברענגט גוטע געשעפטן ב"ה.

געווען פעלער ווען איך האב רעקאמענדירט אלס זאלץוואסער אז איינער זאל זיך טרעפן מיט מיר (מיין עכטע נאמען) ווען יענער האט נישט געוואוסט אז איך בין דער זעלבער מענטש.

פארשטייט זיך אז אויב האבן מיר גערעדט תכלית און געטון געשעפטן האב איך יענעם געלאזט וויסן אז איך בין עס, נאר נישט פאר איך האב געוואוסט ווער יענער איז.

אסאך אזוינע גאר אינטערסאנטע עפיזאדן געווען. איך וועל עס פארציילן ווען איך ריטייער אי"ה.

דערצייל עפעס א אינטערעסאנטע געשיכטע מיט דיר וואס האט זיך אפגעשפילט אין אדער ארום אייוועלט.

עיין לעיל

ס'איז דא אסאך, איך דארף נאר באשלוסן וועלכע מ'קען שוין פארציילן

פון וועלכע ניק/ניקס היינטיגע צייטן האסטו ספעציעל הנאה און אז דן זעסט זייער תגובה איז עס דיראינטערעסאנט צו ליינען?

איך קען באמת נישט די היינטיגע ניקס, איך לייען נאר דארט ווי מ'אינווייט מיך אריין, אויסער די ארטיקלען פון די נייעס אין די אידישע שטעט ווי וויליאמסבורג קר"י און מאנסי, אויך די ארטיקלען איבער די סענאט און קאנגרעס אפדעיטס, די ברוך דיין האמת, און די שידוכים וכו'.

איך לייען אבער נישט מיט די ניק פאר די אויגן (אמאל פלעג איך יא שפירן ווי דער בעל המימרא איז עומד כנגדי, היינט איז אנדערש)

פון וואס האסטו די מערסטע הנאה, תורה, ידיעות, מוזיק, נייעס, פארברענגען וכו'?

אין רעגולערן לעבן האב איך די מערסטע הנאה פון תורת הקבלה און תיקון חצות, אבער אויף אייוועלט האב איך די מערסטע הנאה פון די נייעס רובריקן, איך לייען נישט עפעס אנדערש ווי אדער קאממענטס אויף מיינע ארטיקלען און נייעס דא און דארט.

וואס האלסטו דארף זיך אייוועלט פארבעסערן?

אייוועלט איז א גוטער פלאץ, איך האלט אז דער ענין פון הסתרה און גילוי דארף זיך ענדיגן. ווען יעדער זאל וויסן ווער יעדער איז וואלט יעדער גערעדט וואס מ'דארף און נישט גערעדט אזויפיל שטותים. מענטשן כאפן נישט אז מ'ווערט סוף סוף געוואויר ווער מ'איז, און די בושות וועלן זיין גרויס.

איך האב אמאל געשריבן א ארטיקל אויף אייוועלט דערוועגן, קענסט צוברענגען דעם לינק אויב דו ווייסט פון וואס איך רעד, ס'איז שוין געווען נאך מיינע שרייבן יארן דא, און איך האב סתם געשפירט אמאל ווען איך בין דא אריינגעקומען אז דאס איז צריך תיקון.

מאכטס א תקנה אז מ'דארף קומען מיטן עכטן נאמען, און ס'וועט זיין א געהעריגע שינוי צורה אין דעם זייטל צום גוטן.

און צום לעצט, אלץ לאנגיעריגע שרייבער דא, וואס האט איר צו זאגן פאר אונזערע היינטיגע שרייבער דא?

כה לחי!!! ברענגטס אריין חיות ביי אידן, און מאכטס זיכער נישט צו טשעפען קיינעם, עס קומט צוריק מיט פראצענטן....

לאמיר זיך האלטן אינג און פריש, און דינען דעם אויבערשטן באהבה ושמחה.