איך שרייב לעצטנס נישט אסאך, איך פלעג זייער גלייכן אריינצוקומען אין דעם ווינקל אין אייוועלט, און ארויסווארפן א געדאנק און זיך שפילן מיטן פעדער, עס איז אלס געווען מיין אויסגעבן מעכאניזם, איך האב געגליכן צו שרייבן ווי עס וואלט געווען א "ארט" און אפשר איז עס טאקע.
לעצטנס ווער איך צוריק אריינגעשלעפט צום שרייבן (טראץ וואס מיט מיין עכטע פערזאנע שרייב איך נאך יא דא און דארט, מיר רעדן יעצט פון דעם "זאלץוואסער" אילוזיע) דורך די גאר באגאבטע שבת פעקל בעאמטע, וועלכע דערמאנען מיינע פארגאנגענע ארטיקלען וואס איך האב שוין לאנג פארגעסן, און עס ברענגט מיר לחלוחית אין די ביינער צו שפירן נאכאמאל דעם טעם פון שרייבן אינעם וועלטל.
אלזא אלס א פערזענליכע דאנק צו זיי, וועל איך שרייבן דעם פאלגענדען ארטיקל.
אין די וועלט פון פאדקעסטס און אלערליי איידיע פראמאשן'ס בין איך נישט זייער באקאנט, די פלאץ פון וואו איך פלעג נעמען די נייעס אלעמאל זענען געווען די פאלגענדע פלעצער: דער איד, די צייטונג, דאס אידישע ליכט, און ווען דער בלאט איז ארויסגעקומען האט דאס פארנומען א שיינעם אויבן אן.
צו הערן נייעס פלעג איך אריינרופן "טעללמי" (ווער ס'געדענקט נאך, איז קרוב לארבעים מיין איך) אדער אין אנדערע צייטן CHACHA יא, פרעג מיך נישט וואס ס'מיינט, אבער עפעס ליגט מיר אין קאפ אזא טעלעפאן ליניע.
סך הכל פלעגט מען הערן דארט די וועטער, און די אויבערשטע נייעס פון די וועלט. ס'האט גענומען צווישן 30 און 90 סעקונדעס ביזן דייל טאון, און מיר האבן ב"ה איבערגעלעבט די קריזיסן אן די אלע דעטאלן וואס מ'נעמט איין אין מח היינט צו טאג.
א שפעטערע תקופה האט דער שעפערישער ר' זלמן ווידער געגרינדעט דעם "קול מבשר", איך האב נישט פארשטאנען דערצו, און נישט נאר האב איך נישט פארשטאנען דערצו, נאר איך האב באמת געהאלטן אז ס'וועט נישט מצליח זיין, און איך האב אים דאס געזאגט בשעתו. (ב"ה ער האט מיך נישט אויסגעהערט, און דער אויבערשטער זאל אים העלפן ווייטער מיט חכמה בינה ודעת)
איך האב מיך נישט געקענט צוגעוואוינען צום קול מבשר אפי' נאך דעם גרויסן אויפשטייג פון די ליניע נאך די שרעקליכע מומביי אטאקעס רח"ל, ווען קול מבשר האט זיך אפגעשיילט פון די רעשטע, און געבליבן דער פראנט ראנער אויף דעם געביט פון נייעס ביים היימישן ציבור. כה לחי.
אפי' דעמאלס האב איך געדארפט איינער זאל אריינרופן פאר מיר אז איך זאל וויסן וויאזוי צו נעוויגעטן און אנקומען צו הערן דאס וואס איך זוך, ב"ה פאר דעם.
ביז איין טאג, ווען אויף איינע פון די קול מבשר אזוי גערופענע פאדקעסטס, אדער וויאזוי מ'רופט עס, האט איינער פון די גאר רעספעקטירטע און באקאנטע שרייבער און רעדנער, זיך באצויגן צו א שטיקל "זאלץוואסער" ארטיקל, און איך האב באקומען אסאך פריוואטע מעסעדזשעס דערוועגן, וואס האט מיך באוואויגן צו גיין הערן אביסל, און זיך באקענען מיט די יודיש 24 אפפליקאציע, וואס מאכט פיל גרינגער פאר מיר צו הערן דאס וואס איך וויל.
דאס איז געווען ווען הרב המחנך הדגול ר' שאול קליין שליט"א אין זיין פראגראם וואס ווערט גערופן חצי שיעור, האט איבערגעזאגט עפעס וואס איך האב געשריבן דא אויף אייוועלט, און מיט זיין אייגנארטיגן גאר אויפריכטיגן מהלך, אפי' געמאלדן ברבים דעם ניק זאלץוואסער, און מיט א שיינעם קאמפלימענט פון אזא פערזענליכקייט בין איך געווען אפגעקויפט צו גיין הערן זיין פראגראם.
און ווי די וועלט זאגט: די רעשטע איז היסטאריע, איך לאז נישט איבער קיין פראגראם אומגעהערט פון ר' שאול, איך בין שוין צוריק געגאנגען אפי' צו אלע אלטע און אויסגעהערט, און דאס האט מיר שוין געברענגט צו הערן אנדערע אויך גאר אינטערסאנטע פראגראמען, אויפן ווועג צו אדער פון די ארבייט, ממש מחי' נפשות.
איך וואלט געשיקט א בריוו צו ר' שאול, און זיך באדאנקט פאר זיין גאר געניטע און אראטארישע ארבייט וואס ער לייגט אריין אינעם פראגראם, און אלס א רעדנער און שרייבער ערלויב איך מיך צו זאגן איין גאר שטארקן אבזערוואציע וואס ביי אנדערע זעה איך נישט אזוי ווי ביי ר' שאול, (טראץ וואס ס'קען זיין אז עס איז אזוי, זעהט עס נישט אויס אזוי) ר' שאול גרייט זיך אן צו יעדן פראגראם מיט הענט און פוס, ער לאזט זיך נישט פאפן פון זיין גאר טאלאנטפולן און היסטאריע רייכן כח, וואס ער וואלט געקענט זיכער פירן א פראגראם אן קיין שום הכנות, און דער עולם וואלט געווען העכסט צופרידן.
אנדערע פראגראמען וואס איךה אב געהערט, קען זיין זיי זענען אויך צוגעגרייט, און אלע זענען זייער גוט, אבער עס זעהט זיך נישט אן די סארט יגיעה וואס ר' שאול לייגט אריין. און אין דעם סטעידזש פון לעבן, מיט די בעקגראונד פון ר' שאול, איז דאס אפלאדיסמענטווערד (ר' שאול, דאס איז א ווארט??? לכאורה עפעס פארן מדור פון שפראך... לינגוויסטיגס)
איך האב אבער נישט געשיקט קיין בריוו צו ר' שאול אליינס, ווייל ווי ער אליינס זאגט האט ער א גאנצע פייל מיט אומגעענטפערטע בריוו, ער קען נישט נאכקומען, כאטש וואס ער פראבירט עווענטועל אנצוקומען דערצו, אבער איך בין א הונגעריגער מענטש, און ווען איך שיק א בריוו, וואלט איך געוואלט דער ציבור זאל עס הערן, און הערן א רעספאנס פון ר' שאול, נישט דארפן ווארטן ביז תשצ"א און זיך דארפן דערמאנען וואס איך האב דעמאלס געמיינט צו זאגן. איך זעה דאך וויאזוי איך זעה אויס דא אויף אייוועלט ווען מ'דערמאנט מיך ארטיקלען וואס איך האב געשריבן, און איך דארף אנהייבן ביי א' זיך צו דערמאנען ואוס דעמאלס האט מיך געפירט צום שרייבן. (איך האב נישט די גרינע טאגבוך'ס ווי ר' שאול האט אזוי שיין מסודר זיין גאנצען לעבן...)
יעצט צום ענין.
מיר האלטן היינט ביים אנהייב פון אפשר די גרעסטע שניי זינט 2016, נאכן האבן דעם גרעסטן שניי נאר אפאר וואכן צוריק, ווען מיר האבן געמיינט אז די סטאק אין די הימלען פון שניי האבן זיך אפגעליידיגט, און מיר וועלן קענען ווארטן פאר נאך אזא שניי כאטש ביז ווינטער תשפ"ז, אבער פון הימל וויל מען אנדערש, און מ'שיקט אונז אראפ דעם שניי ווי עס וואלט געווען פאר האלב פרייז דעם ווינטער.
איך האב היינט ביים דאווענען געטראכט, הנותן שלג כצמר, וואס שניי איז לכאורה דאס פארקערטע פון צמר, שניי מאכט קאלט, אדער קומט פון קעלט, און צמר ווארימט.
דאס קומט אונז זאגן אז דער אויבערשטער געבט אונז דעם שניי, "כפור כאפר יפזר" צו פארשפרייטן די "כפירה" פון גלאבעל ווארעמונג ווי אש. (אפשר איז דאס אזא חצי חצי דברי תורה...)
און דא האב איך גראד געקלערט פון ר' שאול'ס חצי שיעור, וואס אויב איינער קען אים בעטן אביסל בעסער מסביר צו זיין זיין אייגנארטיגע שיטה אין דעם ענין וואלט איך זייער שטארק עפריציעטירט.
ביי רוב אדער ביי אלע ענינים בין איך נישט נאר שטארק אויף איין מיינונג מיט ר' שאול, איך בין אסאך מאל שטאלץ אז מיר האבן די זעלבע געקלערט און עס איז פאר מיר א ריאפירמעישאן אז איך טראכט לאגיש ווען איך זעה אזא לאגישן מענטש זאגן דאס וואס איך טראכט.
אבער ווען ס'קומט צו די אמונה אין סייענס בכלל און צו גלאבאל ווארמינג בפרט, טרעף איך מיך אויף די אנדערע זייט פון די מטבע, צו זאל עס זיין ווייל איך ווייס נישט דעם אמת, אדער ווייל איך פארשטיי נישט קלאר זיין שיטה, אבער עפעס קליקט נישט.
מיין מיינונג איז זייער קלאר, איך בין נישט קיין סייענטיסט, און איך האב נאר געליינט דאס ביסל וואס איך ליין מיט מיין לימיטעד עקסעס צו די פרייע וועלט, און ביי מיר איז גלאבאל ווארמינג א ריזיגער גרויסער באלון פון שקר, און א רעזולטאט פון די מבול פון כפירה וואס די וועלט דארף האבן בעפאר משיח'ס טאג, ווי ס'ווערט געברענגט אין די ספה"ק.
יא, עס טוישן זיך וועטער'ס, און מיר געדענקען זייער קלאר ווען זיין מאיעסטעיט באראק אבאמא, און זיין פארגייער על גאור, האבן שארף און קלאר ארויסגעברענגט אז גלאבעל ווארמינג זעהט זיך אן קלאר אין דעם וועטער טויש, און אז ניין פון די הייסטע יארן פון די רעקארדירטע היסטאריע איז געווען אין די לעצטע 10 יאר (כלשון אבאמא) וואס דאס האט געדארפט צו דערוועקן אדער ענדערש דערשרעקן דעם מענטש אז מיר שטייען פאר א עקזיסטענציאלע קריזיס,
איך געדענק ווען דער כופר באלקי ישראל בערני סאנדערס האט זיך פארנומען מיטן זיין דער שומר העולם, און דערקלערן בפני כל העולם כולו, אז זיין גאנצע וועזן האט השי"ת נאר געשיקט פשוט זיך אן עצה צו געבן מיטן אפהיטן זיין וועלטל. איך האב געלאכט פון דעם אלטן פאליטיקאנט דעמאלס, ועכשיו ביותר.
שטייען מיר יעצט אין א ווינטער וואס איז אזוי ווייט פון גלאבאלע ווארמונג כרחוק שקר פונעם אמת, און די גלאבאלע לינקע ליבעראלע באשעפערס וועלט היטער זענען פארקנאקט די צונג צווישן די ציין, און מ'הערט נייע דוגמאות און גוזמאות אז די קעלט איז גאר א רעזולטאט פון די גלאבאלע ווארמונג.
איך פארשטיי דעם קאנצעפט, און קען זיין אז ווען ס'וואלט געווען גלאבאלע ווארמונג אין ערשטן פלאץ וואלט דאס געווען הערבאר.
אבער ווען דער שפיל וואס האט אנגעהאלטן יארן לאנג האט געוויזן הויפטזעכליך אז פראוו צו די גלאבעל ווארמינג פענאמאנע איז די וועטער, איז דאך דאס געפאלן צום אפגרינד כפור כאפר יפזר, אלזא שטעלט אייך אלע אין די רייע און זייט מפייס דעם מלך מלכי המלכים פארן חושד זיין אז ער קען נישט אליינס פירן זיין וועלטל. עפ"ל.
יא, די וועטערס טוישן זיך ווייל השי"ת וויל אזוי,
עס איז געווען די אייז עידזש, און עס איז געווען ווארימערע צייטן, און השי"ת האט ב"ה אלעס אויסגערעכנט פון אנהויב, און גארנישט איז נישט בידינו צו העלפן אדער שטערן.
מיר גלייבן אזוי ווייטער, אפי' ווען דער וועטער זאל צוריק זיך אנהיצן פאר 20 יאר אין א ציה, אבער יעצט ווען די קארטן צופאלן, און דער וועטר איז צוריק צו די נארמאלע אדער אבנארמאלע קעלט, זייט אזוי גוט מר. אבאמא, מר. גאור, און אלטער סאנדער, און זייט אייך מודה ומתודה אז איר האט א פינסטערע אגענדע און הקב"ה שפילט נישט מיט אייך.
ח"ו נישט צו פארמישן ר' שאול אין די רייע פון די אויבנדרמאנטע פאליטיקאנטן, אבער ר' שאול האט עטליכע מאל אויפן פראגראם געלאזט הערן פארשידענע רעיונות אין דעם ענין וואס ער גלייבט יא אין דעם גלאבאל ווארמינג פענאמענע, פארשטייט זיך אז אלף אלפי הבדלות פון די דערמאנטע כופרים, ער האט קיינמאל נישט ארויפגעברענגט קיין ספיקות אין די אמונה, נאר פארקערט מיט זיין רעטארישע קראפט זייער שיין מסביר געווען זיין זייט און זיין מיינונג, וואס בעצם איז ר' שאול א שטארקער תלמיד פון זיינע לימודים מיט וועלכע ער האט געהאלפן אזויפיל אידישע קינדער, און ער גלייבט אין דעם חכמה בגויים תאמין, און נוצט אויס די חכמה צום גוטן.
פארט, פארשטיי איך נישט פונקטליך וויאזוי מ'קען גלייבן אין די גלאבאלע ווארמינג באלון, און איך וואלט שטארק געקענט באשטיין צו הערן ר' שאול'ס מיינונג אביסל קלארער.
איך האף אז מיינע ווערטער זענען נישט צו לאנג צום פארשטיין וואס איך וויל דא, און נישט צו קורץ צו בטעות מיינען אז איך שרייב קעגן איינעם פון מיינע גרעסטע רבי'ס ר' שאול וואס איך מעג אים רופן רבי ווייל אפי' תורה האב איך שוין געלערנט פון זיינע חצי חצי דברי תורה מתוקים כדבש, פארט שפיר איך אז אויב קען אים איינער אנווייזן צו ענטפערן, וואלט איך שטארק דאנקבאר געווען.
(געלייגט אויף אייוועלט פאר פורים תשפ"ו)