מיטואך ויגש, עס איז סתם א טאג אויפן קאלענדער, אבער עס טראגט א טיעפן באדייט פאר מיר און מיין משפחה ארום און ארום.
מיטוואך ויגש תשע"ז וועל איך בעז"ה ווערן צום ערשטן מאל א "שווער" (איך ווייס נישט פונקטליך וואס איז געווען אזוי גרינג ביז היינט, איך האף אז עס איז נאר א "ניק")
מיטוואך ויגש ערשייינען מיינע עלטערן דאס ערשטע מאל ביי א חתונה פון אן אייניקל.
מיטוואך ויגש ערשיינען מיינע שוויגער עלטערן דאס ערשטע מאל ביי א חתונה פון אן אייניקל.
מיטוואך ויגש קניפט זיך א קשר צווישן די משפחה פון אייניקלעך פון קול ארי' זי"ע, סוואליווער רב זי"ע, פאליענער רב זי"ע מיט די משפחה פון הייליגע זיידעס ווי דער ישמח משה זי"ע, זידיטשויב זי"ע, דעם בעל סמיכות חכמים זי"ע ועוד ועוד.
מיטוואך ויגש קומט מיין עלטסטער זון אריין אינטער די חופה בשעטומ"צ.
די חתונה וועט אי"ה פארקומען אין בית רחל פאראדייס אין קרית יואל יצ"ו.
מיטוואך ויגש האף איך צו זעהן מיינע גוטע פריינט זיך מיטפרייען מיט די שמחה בשעטומ"צ.
און האפנטליך ביי אייך אויף שמחות וועל איך מיך באטייליגן ווען מעגליך.
כעתירת ידידכם המכונה "זאלץוואסער"
ביטע רעזעווירט דעם דאטום. און אויב וועט זיך אויספעלן וועט מען אראנדזשירן טראנספארטאציע צווישן די חברים בעז"ה.
(די מיטוואך ויחי מיטאג שבע ברכות איז נאך אוועילעבל….)