לכבוד מיין טייערער פריינד און ווירטואלער ידיד ני"ו
איך קום צו אייך מיט א בקשה, און איך בעט אייך צו לייענען מיינע שורות מיט אויפמערקזאמקייט.
די לעצטע פאר יאר האבן מיר ב"ה געהאט די זכי' צו זיין פון די איינציגע אויב נישט די סאמע איינציגסטע שפילערס און געניסער'ס פון די כשר'סטע פלאץ אויף די אלוועלטליכע געוועב, וואס מיט די שטארקע וואלונטירישע און הארציגע ארבייט פון די הנהלה האט אונז געברענגט די געוואונטשענע רעזולטאטן אין יעדן הינזיכט.
מיר זענען זייער דאנקבאר פאר זייער ארבייט, און אלס אידן וואס האבן די מדה פון הכרת הטוב, ווערן מיר אסאך מאל מיד און ערשעפט פון קאמפלימענטירן אונזערע מנהלים פאר די ארבייט וואס זיי לייגן אריין.
אונטער אלע שווערע ארבייט און וואלונטיר ווערק ליגט אבער א אפענער בערזל וואס גיבט אויס געלט פאר אונז יעדע איינציגע חודש אנע בעטן פון אונז קיין שום פרייז, אלעס בחנם ממש אן קיין חשבונות, און נאכן אויסגעבן איבער צוויי הונדערט טויזנט דאללער האלט נאך אין איין אן צו באצאלן יעדע חודש פאר די סערווער'ס און אויפהאלטן אונזער סייט אייוועלט.
איך קען רעדן און רעדן און איר קענט אודאי מיטרעדן ווען מ'טראכט אריין וואס אונזער ידיד "ארענדאר" טוט פאר אונז אונטער די קוליסן, און ווען עס קומט א פראבלעם וויאזוי אלע אויגן זענען געוואנדן צו אים ווי ער וואלט אונז עפעס שולדיג געווען, און וויאזוי ער רייסט זיך אוועק פון זיין אייגענע פרנסה און רוהט נישט ביז די פראבלעמען ווערן באהאנדלט צום בעסטן.
די סיבה פון שיקן דעם בריוו צו אייך אין אישי, איז ווייל ארענדאר וואלט קיינמאל נישט געבעטן, און וועט קיינמאל נישט בעטן פון אונז קיין הילף. אבער...
ארענדאר האט יעצט געמאכט א גרויסע שמחה מיטן געבורט פון זיין מיידעלע, און אלס אידן מכירי טובה, איז עס ממש אין מיינע אויגן א חיוב צו ווייזן אז מיר טוען אפרישיעיטן זיין ארבעט פאר אונז, און אפילו מיר קענען אים נישט באצאלן פאר די געלט וואס ער לייגט אריין, זאל ער כאטש זעהן אז מיר שטייען אינטער אים און זענען גרייט צו גיין א עקסטערע מייל אים צו ווייזן הכרת הטוב.
איז נישט יעצט די פאסיגסטע צייט אים צו געבן א הערליכע מתנה וואס זאל באמת זיין ווערד, און זאל זיין גענוג גוט צו קענען עכ"פ ווייזן א חלק פון אונזער הכרת הטוב?
איך מיין אז יא...
איך בעט אייך זייער, אויב איר קענט, זאלט איר צוריקשיקן צו "הערליך" אין "אימעיל" PresentIvelt@gmail.com (דאס טאר נישט פובליצירט ווערן. ביטע נישט מאכן דערפון קיין שמועס אין קיין איינע פון די אפענע פורום'ס) אויב איר זענט מסכים און וויפיל איר זענט מסכים צו ביישטייערן פאר די מדה פון "הכרת הטוב".
נ.ב. ארענדאר טאר בשום אופן נישט וויסן, ער האט מיך שוין געווארנט פערזענליך אז מ'זאל עס נישט טוהן, ווען ער האט געלייענט אויפן אמ"ג דערוועגן. אבער מיר דארפן טוהן וואס מיר האלטן איז ריכטיג. נישט אזוי?
הק' זאלץוואסער
הערה: ביטע שיקן אין אימעיל, נישט אין אישי, עס איז זייער שווער צו ריספאנדן אין אישי.
מען קען שיקן פעי פאל אדער א קרעדיט קארד, אדער אויף סיי וועלכן אנדערן אויפן, פארבינד אייך צום אויבן דערמאנטן אדרעסס, אויב נוצט איר פעי פאל און איר זענט מקפיד אויף גילו איז רעקאמענדירט צו נוצן א צווייטענס עקוינט (חבר וכד') ווייל עס ווייזט דעם נאמען ביים אריינקומען, מיר פון אונדער זייט וועלן האלטן אלעס שטרענג קאנפידענטשל