יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ זאלץ וואסער
ארטיקלען

א שפאציר קיין טויזנט

זאלץוואסער · 2013

אנהייבנדיג מיין שפאציר, מיט לאנגזאמע טריט אויף איינצעלנע ציגל געפלאסטערט אין א הערליך אויסגעארבעטן וועג פון איינצעלנע צו צענדליגע, און פון צענדליגע צו הונדערטע, זעהט זיך אויפן האריזאנט דער הערליכער קור ארט "טויזנט".

א פלאץ ווי אסאך קומען און גייען, און אסאך טרוימען צו אנקומען. יעדער וואס איז דארט האט געמוזט קודם לאנגזאם שפאנען טריט ביי טריט פון איינס צו צעהן און פון צעהן צו צוואנציג, און אזוי העכער, טריט ביי טריט, ביזן אנקומען צו דעם הערליכן אויג פארכאפענדען פאנאראמע פון "טויזנט".

הוי עז כ"נומער" ווייל נומערן קען מען נישט פעלשעווען, דאס איינציגסטע וואס מ'קען טוהן אנצוקומען אהין, איז צו ציילן ביז אהין. ווייל אלע וועגן און אלע שטעגן ציילן די זעלבע טריט פון סיי וועלכן ריכטונג צו דערגרייכן קיין "טויזנט".

יעדע טריט איז איינס נענטער צו די ענדע, און איינס ווייטער פון דעם אנפאנג, אבער מיטן געוויסן און האפענונג צו דערגרייכן דעם אומשאצבארן אוצר, לאזט זיך נישט אויפגעבן, און די כוחות טראגן ווי אין די לופטן, אלס מיטן ציהל ארויף צו גיין צום שפיץ, דארט ווי עס געפינט זיך דאס דערפעלע "טויזנט".

אויפן וועג פול מיט שטרויכלונגען פון פארבלענדענישן, וואס פירן דעם אויג זיך צו שטעלן און קוקן און פארגעסן צו טרעטן פאראויס, דער בארג ארויף מוטשעט די פוס, און שטעלט א שטרויכלונג אין מאכן פארשריט, אבער דער מוח איז שליט און געדענקט אז דער ציהל איז נאך אלס דער איינציגער, צו דערגרייכן צו "טויזנט".

און אז דער אויבערשטער האט געהאלפן און מיר האבן אהין דערגרייכט, דריי איך זיך ארום און קוק פון אלע זייטן, אויפן האריזאנט דעם ווייטן, און איך זעה עס שיינט א ליכטיגקייט אויפן קומענדיגן ציהל... צוויי טויזנט!!!

מיינע ליבע פריינט, באקאנטע און אומבאקאנטע, לאמיך אייך באדאנקען פארן אויפנעמען אזוי שיין, און פארן קאמענטירן, און דיסקוסירן, אויף א אידישן און איידאלען אופן, אלע אונזערע "טויזנט" אשכולות און תגובות. ווייל ווען איר וואלט נישט געענטפערט אדער קאמענטירט, וואלטן די כוחות נישט געטראגן.

ווייל ווען איר וואלט נישט געענטפערט און קאמענטירט, וואלט דער פעדער נישט געשריבן

ווייל ווען איר וואלט נישט געענטפערט אדער קאמענטירט, וואלט דער מוח געטרוקנט.

עס איז אייך צו באדאנקען, און האפנטליך וועל מיר ווייטער זיך קענען מהנה זיין מיט נוצליכע, טרעפליכע, און ווירקזאמע ארטיקלען אין ענינים העומדים על הפרק, ועל המסכת, און אלעס אנדערש.

פון אייער חבר, און מיטגליד

זאלץוואסער