פאריגע וואך האבן מיר גערעדט איבער די נושא פון "הונדערט פראצענט גערעכט", און מיר האבן באקומען אסאך קאמענטארן איבער דעם ענין, איך באדאנק זיך פאר די וואס שיקן אריין קאמענטארן, עס העלפט פארשטיין סיי וואס די לייענער ווילן לייענען, און אויך וואס עס איז נאך כדי אויסצושמועסן איבער די נושא.
אין דעם גשמיות'דיגן וועלטל אין וועלכן מיר לעבן האט אונז השי"ת געגעבן די רעכט צו זיך איינרעדן אז מיר פארשטייען געוויסע נאטורן און אייגנשאפטן פון דעם יצור, און מיר זאלן זיך קענען אפגעבן מיט אפלערנען און חוקר זיין וויאזוי די נאטור פון די בריאה וואס השי"ת האט באשאפן ארבעט.
די ספרים הקדושים שרייבן אז דאס איז פאר צוויי סיבות, איינס כדי די צדיקים זאלן באקומען שכר דורך טון דאס וואס דער הייליגער רמב"ם שרייבט אז אהבת השם קומט דורך אריינקלערן אין די גרויסקייט פון די בריאה און פארשטיין ווי נישטיג מיר זענען.
לעומת זה איז עס להפרע מן הרשעים וועלכע קומען צו כפירה דורך זיך איינרעדן און איינרעדן אנדערע אז עס איז נאטור און האט נישט ח"ו דעם יד השם באמצע.
איינס פון די גרעסטע וואונדער וואס די חכמי עולם האבן שטודירט און ענדיגן נישט (אדער בעסער געזאגט האבן נאך נישט אנגעהויבן) צו פארשטיין איז דער "מענטש", עס איז עפעס וואס איז אוממעגליך צו באגרייפן אפי' א פיצינקע חלק פון דעם מובחר הבריאה.
אבער ביז היינט איז געווען דער סדר אז די אזוי גערופענע חכמי העולם די וואס באפאסן זיך מיט חקירות האבן געשריבן און געווייגערט אין דעם און אין אלע זייערע פארש ארבייט, אויפגעקומען מיט געדאנקען און אפגעפרעגט די אלטע, און געמאכט נייע און אזוי האט זיך דער ראד געדרייט, ווען אין די זעלבע צייט איז דער פשוט'ער המון עם געווען פארנומען מיטן טאג טעגליכן, לערנען דאווענען, ברענגען פרנסה און אזוי ווייטער, עס האט נישט אינטערסירט פארן פשוט'ן מענטש צו פארשטיין פארוואס ווען ער לאכט הייבן זיך זיינע ברעמען אדער ווען ער האט קאפוויי קנייטשט זיך דער שטערן, ער האט געטון וואס ער האט געדארפט טון און געלעבט זיין לעבן.
אפי' ווען ס'איז געקומען צו חינוך, צו שלום בית, אדער ווי מ'האט יא געדארפט נוצן אביסל מער פארשטאנד איז אין א געוויסן הינזיכט געווען א שוואכקייט צו וועלן אפי' פארשטיין דעם עמקות פון וואו דער פראבלעם שטאמט, אדער וואס האט געברענגט דערצו?
מ'האט אין א געוויסן זין אפגעלאכט פון די חקירות. דאס קינד איז שלעכט גיב א פעטשל, דאס קינד איז וואויל גיב א שמייכל. מאך שלום, זיי מוותר, און אזוי ווייטער.
פארשטייט זיך אז די חכמי הרפואה און די מעדיצינישע וועלט האט קיינמאל נישט אויפגעהערט צו טיילן דיעות איבער די ענינים און מסביר זיין פון וואו יעדע פראבלעם שטאמט, און ווען מ'האט שוין יא געדארפט אמאל גיין צו הילף האט מען געקענט זעהן ווי זיי רעדן צווישן זיך אין סוד שפראך און מיט קאוד'ס, ווייל פאר די מעדיצינישע עקספערטן צו פארשטיין איינעםס פראבלעמען האט אויסגעפעלט צו האבן נומערן און קאוד'ס נישט צו דארפן פארליינען א גאנצע מגילה פון דעם פראבלעם, אזוי ווי מ'זאל זאגן, דאס קינד האט דעם פראבלעם פון קאפיטל 34 און מ'פארשטייט שוין פון וואס מ'רעדט.
דא אבער איז אריינגעקומען א שינוי אין די וועלט מיט דעם וואס די וועלט איז קלענער געווארן אין א ראדיקאלן וועג, דאס הייסט אז יעדער ווייסט אלעס, די געאגראפישע צוימונגען זענען געבראכן, יעדער איז איבעראל אלעמאל.
דאקטורים און פראפעסיאנאלן טיילן מיט זייערע ידיעות מיטן פשוט'ן המון עם כדי צו באקומען פרסום, און יעדער בעל עגלה איז א מומחה אין דאקטאריי געווארן, און יעדער היימלאזער מאן קען זיינע לעגאלע רעכטן, יעדער ווייסט אלעס, עס איז געווארן גאר שווער צו זיין א מומחה אין א פעלד, און זיך נישט דארפן באפאסן מיט גאר פראסטע אומזיניגע דעבאטעס מיט אלע שיכטן און קלאסן.
ס'איז א מעלה? ס'איז א חסרון? איך וועל עס לאזן פאר די חוקרים, אבער לענינינו וויל איך רעדן פון א נושא וואס קען אפשר העלפן פאר אונז אידעלעך אין טאג טעגליכן לעבן.
לאמיך אייך פארציילן א מעשה'לע וואס האט פאסירט, צו פארשטיין וואס האט מיך געברענגט צו שרייבן אין די נושא.
איך האב געהאנדלט אין א געוויסע פראבלעם, ס'האט זיך גערעדט פון א שלום בית אומארדענונג, אין וועלכן דער מאן איז באשולדיגט געווארן דורך די "עקספערטן" אין א געוויסען אקראנים פון די היינט אונטערוועלט באקאנטע סימנים וואס מ'לייגט אויף א מענטש ווען מ'וויל פארענטפערן א געוויסע התנהגות. ווי למשל עי די העיטש די, אדער די אנדערע נעמען וואס מאנכע פון אונז זענען באקאנט דערמיט, און אנדערע מיינען אז זיי זענען באקאנט דערמיט.
עס האבן זיך אפי' געיאוועט עקספערטן (חברים פון ישיבה) וועלכע האבן אים אידענטיפיצירט מיט קאלירן, און איינער דער גרויסער מר בר רב אשי פון די חברים האט אים דערקענט אפי' לויט די סימנים פון די 9 אניגראם נומערן, ער האט געוויסט אפי' צו זאגן וויפיל פראצענט פון יעדן נומער ער איז, און עס איז געווען א גאר מאדנער צוזאמשטעלט פון א נאטור וואס האט לויט דעם עקספערט מיט אלע זיינע חברים פון ישיבה געברענגט דעם אומארדענונג.
ווען די חברים און משפחה מיטגלידער האבן שוין געהאט באפעסטיגט זייער מיינונג איבער דעם קאליר, נומער, און לעצטע אותיות וואס מ'דארף מדבק זיין צו דעם איד, האט מען נאר געדארפט טרעפן יעצט א קלארן מהלך וויאזוי מ'באהאנדלט דעם פראבלעם.
אין דעם פאזע פון "העלפן א חבר" האבן זיך שוין ווייניגער געמישט, זיי זענען טאקע עקספערטן, אבער נאר ביז די קשי' זיי זענען פון די סארט וואס זייער עקספערטיז איז צו זיצן מיט א קאווע און חקר'נען מיט זייער לאנג יעריגע עקספיריענס אין "שמועסן פון יענעם'ס פראבלעמען". פארט האבן זיך יא געמאכט אפאר וואס האבן געהאט א מהלך, און איינער האט אפי' שכל'דיג פארגעלייגט, אז יעצט אויב מיר ווייסן שוין וואס די פראבלעם איז, דארף מען זיך ווענדן צו א מומחה אין דעם פעלד.
מ'האט אזוי געטון, מ'האט געפרעגט פון געוויסע מומחים, וועלכע האבן אויפריכטיג געענטפערט אז זיי קענען נישט די קעיס, אבער אויב איז די מעשה אזוי, און דער מענטש איז דיאגניזירט מיט דעם דיאגנאז איז וויכטיג אנצונעמען אט די מיטלען וואס זיי האבן פארגעלייגט. איך וועל פארשטייט זיך נישט איבערגעבן פונקטליך די מיטלען, עס איז נישט נוגע לענינינו.
נאך א לאנגע שווערע אומווירקזאמע ארבייט איז דער פאל אנגעקומען צו מיר, און איך האב געטון וואס מ'פלעגט טון אינדערהיים ווען מ'איז נאך נישט געווען אזוי קלוג און ערפארן. איך האב מיט דעם אינגערמאן געשמועסט שעות ע"ג שעות איבער אלעס און אלעמען, מיטן ציהל צו טרעפן דעם פינטל, און איך קען זאגן אז איך האב געטראפן מער ווי איין פינטל, און א שיינע פאר בלאט פלעקן אין דעם דיאגנאז וואס מ'האט אים געגעבן. איך בין נישט קיין מומחה אין קאלירן און אין נומערן, אבער איך בין זייער באקאנט מיט מענטשליכע באנעמליכקייטן, און דאס האט מיר געגעבן די מעגליכקייט צו שטייטעלעך ארבייטן מיט דעם אינגערמאן און ב"ה אנגעקומען נאך א לאנגע צייט צו א גרויסן דורכברוך און געהאלפן גראד שטעלן דעם שטוב בעזר השי"ת.
די מעשה איז פארשטייט זיך נישט געשען אין איין וואך מ'רעדט דא פון חדשים ארבייט אדער גאר מער, אבער ווען איך האב באקומען א טעלעפאנישן רוף פון איינעם וועלכער האט אויך פרובירט צו העלפן, און ער האט מיר געפרעגט מיט אומבאהאלטענע ברויז, וויאזוי קען זיין אז איינער וואס האט ... זאל ווערן באהאנדלט מיט דיין מהלך? עס איז דאך קעגן די נאטור און קעגן די טבע.
איז מיין תירוץ געווען אז איך בין נישט באקאנט מיט די דיאגנאזן, איך בין באקאנט מיט מענטשן.
ווען איר האט אראפגעקלעבט אויף דעם איד א דיאגנאז, האט איר אויטאמאטיש אויסגעשלאסן אלע סארט הילף וואס ער האט נעבעך געדארפט, אלעס ווייל מ'האט אנע רעדן מיט אים אדער מיט די בני בית באשלאסן אז קענענדיג זיין נאטור איז ער זיכער פון די סארט נאטורן, און אזוי ארום געבויט א ריזיגן בנין אויף א וואסערדיגן יסוד.
איך האב נישט געקענט דעם דיאגנאז ווייל איך בין נישט קיין דאקטאר פון פאך, און איך נוץ נישט קיין מיטלען וועלכע איך האב נישט קיין לייסענס צו נוצן, און דערפאר האב איך געקענט אביעקטיוו באטראכטן און באנעמען אלעס ארום דעם מענטש און ארבייטן לויט ווי ס'האט אויסגעזעהן די בעסטע ב"ה.
עס איז קלאר אז די אלע דיאגנאזן זענען וויכטיג, די מעדיצינישע וועלט און די מענטאל געזונט עקספערטן מוזן דאס האבן צו קענען רעפערירן איינער צום צווייטן אין א ווירקזאמע וועג, און ווען זיי טוען א גוטן ארבייט אינעם דיאגנאזע זענען זיי צומאל די ריכטיגע שליחים צו טון די פעולות וואס פעלט זיך אויס צו פאררעכטן.
אבער ווען יעדע ישיבה קטנה בחור, אדער אפי' כולל אינגערמאן ווערט א עקספערט אין דיאגנאזן, איז אויך נישט אזוי ווייט א פראבלעם, פונקט ווי ווען ער לערנט הלכות שחיטה, אזוי לאנג ווי ער שעכט נישט איז ער נישט קיין פראבלעם.
אבער אויב איינער זאל לערנען הלכות שחיטה אין קיצור שולחן ערוך און זיך איינהאנדלען א חלף מיט א ריזיגן פארטוך און אנהייבן שעכטן בהמות בין איך כמעט זיכער אז מ'וועט נישט עסן זיין שחיטה.
איר מעגט לערנען אניאגראם, קאלירן, און אנדערע פראפעסיאנאלע אקראנימען, אבער בעפאר איר נוצט עס צו אפסטעמפלען א מענטש אדער אפי' נאר צו "העלפן" א מענטש, רייכט ארויס צו איינעם וואס האט די ריכטיגע לייסענס עס צו באהאנדלען אדער עכ"פ צו זאגן אויב דאס איז דער פראבלעם.
דאס פאסירט אין חינוך, אין שלום בית, אין ביזנעס און אין יעדן הינזיכט פון לעבן. יעדע קשי' האט א תירוץ, אבער ס'מוז נישט דוקא זיין אז יעדער בן אדם ווייסט די תירוצים, איר זענט נישט ווייניגער חשוב אויב איר ווייסט נישט דעם תירוץ, לאזט אייך העלפן דורך די וואס האבן געלערנט און באקומען רשות צו באהאנדלען דעם פראבלעם, און לייגט צו א האנט ווען מ'בעט אייך, נישט ווען מ'בעט אייך נישט...
ודי למבין