וויאזוי איז דער עסקן אזוי בלינד? ווי קען ער אזאנס טון אן קיין שום תירץ שבעולם?
איידער מיר גייען אריין אין דעם ארטיקל וויל איך מיך באציען צו געוויסע וואס האבן מיך געפרעגט וויאזוי דער סעריע וועט ארבייטן, און אויף וואס די ארטיקלען וועלן זיין באזירט.
לאמיר עס אויסקלארן פאר די ליינער. ע"פ רוב ווערן די ארטיקלען געשריבן אין אפשפיגלונג פון אקטועלע ענינים וואס איך באגעגן זיך איבער די וואך אין ביזנעס אדער סתם אזוי, ווי אויך וועלן אי"ה די ארטיקלען ענטפערן צו דירעקטע אנפראגן פון לייענער וועלכע ווילן מ'זאל איבערשמועסן א נושא. האפנטליך לתועלת הרבים און צו די הנאה פון אייך חשוב'ע לייענער.
מיר האבן פארגאנגענע וואך אנגעהויבן שרייבן אביסל אין די נושא פון שלום און דער געדאנק פון די "קאלטע מינוט". איך וויל נאר מוסיף זיין עפעס וואס קען זיין אז ס'איז נישט אזוי קלאר ארויסגעקומען.
די "קאלטע מינוט טעאריע" איז נישט צו זאגן אז דער מענטש מוז גורם זיין אז ס'זאל ווערן א קאלטער מינוט, אדער אפקילן די געמיטער, עס איז אודאי געוואונטשן ווען מ'קען עס טון, אבער דער עיקר איז אויסצוווארטן ווען עס איז נאטורליך אזוי, און דאן באהאנדלען דעם פראבלעם ווען דער וועטער איז קאלט, אזא באהאנדלונג קומט מיט מער ישוב הדעת און אן קיין רוגזה, און לאזט נישט עס זאל זיין א פייער פון מחלוקה.
אצינד לאמיר אריינגיין אין די נושא פון די וואך.
די וואך וועלן מיר רעדן פון אן אינטערסאנטן נושא וואס איז אויסגעקומען צו מיטהאלטן די פארגאנגענע טעג, אין אזא עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט, און פארשטייט זיך אז איך פארדריי די פרטים אביסל.
עס האנדלט זיך אין א קאמפליצירטע שלום בית קעיס, וואו די טענות ומענות פון די צדדים זענען נאך אויף די שטאפלען פון גערודער און גערויש אן קיין קלארקייט, און ווי פארשטענדליך ווען מ'רעדט מיט די צדדים הערט מען א פולשטענדיגע קלארע הונדערט פראצענטיגע צד וואס האט נישט קיין שום זייט פון ספיקות, עס איז אזוי גערעכט אז מער גערעכט קען מען נישט זיין.
צד א' לייגט אראפ די זעלבע געשיכטע ווי צד ב' און וואונדערליך איז אז ווען מ'הערט די מעשה פון סיי וועלכע פון די צדדים איז דער מח נוטה צו פארשטיין קלאר דעם צד אן קיין ספיקות, ווי ביי יעדע מחלוקה ליידער, וואס דער אינטערסאנטסטער חלק אין דעם פענאמאנע איז אז ווילאנג דער עושה שלום נעמט נישט קיין צד וועט ער זיך פלאגן מיט דעם פראבלעם אז ווען ער רעדט צו איינעם פארשטייט ער אינגאנצן די זייט, און ווען ער רעדט צום צווייטן פארשטייט ער אינגאנצן די אנדערע זייט.
ווי געשריבן אינעם פריערדיגן ארטיקל, אמאל זענען דא ערנסטע קאנפליקטן אויף מאטריאלע מציאות, ווי געלט שאדן אדער אנדערע שאדנס וואס דאס דארף באהאנדלט ווערן אן קיין געפילן מיטן בלויזן מציאות דורך די רבנים וואס קענען פסקן די הלכות, אבער ווען מ'רעדט פון א מחלוקה געווענליך איז דאס נאר דער קליינער נישטיגער חלק וואס קען זיין האט געהאט א חלק אין דעם גורם זיין דעם פייער, אבער דער פייער אליינס ברענט שוין אויף טרוקענע בלעטלעך און שטרוי, עס האט שוין נישט קיין אחוזה צום עצם כמו וויכטיגן מציאות וואס מ'דארף טאקע באהאנדלען בדין ובצדק.
עכ"פ אין אונזער פאל האט דער מאן פארציילט געוויסע מעשיות אויף זיין ווייב וואס זי האט אים בא'עולה'ט גאר שטארק, איך וועל נישט אריינגיין אין די מעשה'לעך אליינס, אבער אינעם שפראך פון דעם מאן האט ער מיר קלארגעשטעלט אז ער קען בשום אופן נישט פארשטיין אדער משיג זיין מיט וואספארא רעכטן זיין ווייב האט אזוי געטון, און ווי שטארק ער וויל נאר וועט ער איר נישט קענען דן זיין צו קיין שום כף זכות, עס איז נישטא קיין תירוץ.
פרעג איך דעם אינגערמאן צו א יאר אדער צוויי צוריק האט די ווייב אים אויך אזוי באהאנדלט? אדער האט ער איר געקענט אלס א נארמאלע אנשטענדיגע פרוי ביז ווען עס האט זיך אנגעהויבן דער קריג.
דער אינגערמאן איז מיר מודה אז עס זענען געווען אמאל פרידנסצייטן ווען זי איז נאך יא געווען איינשטענדיג און נישט געטון אזוינע שריט וואס ער באצייכנט אלס העכסט אומפארשטענדליך.
פרעג איך דעם אינגערמאן צו ער האט עפעס א מהלך אין קאפ וואס אויב ער וואלט געוואלט טרעפן א צד צו פארשטיין פארוואס זי האנדלט אזוי, צו ער וואלט עפעס געקענט אויפקומען אפי' אויף א גאר ווייטע מציאות אז עס זאל אמת זיין, אזא בדוחק'דיגן דן לכף זכות.
דער אינגערמאן ערקלערט אז בשום אופן קען ער איר נישט פארשטיין. זי איז 100 פראצענט אומגערעכט, נישטא קיין וועג צו פארשטיין איר זייט אין דעם נושא.
האב איך געזאגט פאר דעם אינגערמאן דעם כלל וואס מיר רעדן די וואך אינעם סעריע, א ווארט וואס מיר האבן שוין כמה פעמים גענוצט אין אזוינע אומשטענדן וואס האט געברענגט צומאל א היפוך דיעות און געמאכט רואיגער די אנגעצויגענע געמיטער און צוגעברענגט נענטער דעם שלום.
"ווען דו קענסט הונדערט פראצענט נישט פארשטיין יענעם, זאלסטו וויסן אז דו פארשטייסט נישט הונדערט פראצענט".
לאמיך מסביר זיין דעם נקודה:
ווען צוויי מענטשן האבן א קאנפליקט און יעדער האלט אודאי אז ער איז הונדערט פראצענטיג גערעכט, וועלן אבער ביידע דארפן פארשטיין אז צווישן די צוויי זענען זיי נאר 50 פראצענט גערעכט, וויבאלד ס'איז דאך פאקטיש דא נאך א צד.
דאס הייסט אז אפי' אין מיין מח האלט איך אז איך בין הונדערט פראצענט גערעכט, דארף איך זיין גענוג קלוג צו פארשטיין אז אין א מצב וואו איך בין נישט אליינס אויפן ברעטל, דא שטייט נאך איינער מיט א פונקט פארקערטע מיינונג, מוז איך אננעמען אז איך בין נאר 50 פראצענט גערעכט "אויף דערווייל", אויסער אויב איך קען ברענגען דעם צד שכנגד צו מודה זיין למחצה לשליש אדער גאר אינגאנצן צו מיין מיינונג, וואס דאן קען איך ערקלערן א געווינער.
לאמיר נעמען פאר א ביישפיל וואס האט זיך נארוואס אפגשפילט ביי די וואלן פארן פרעזידענט, ווי מ'האט געקענט הערן מענטשן רעדן איבער זייערע מיינונגען.
די חילוק פון די וואס רעדן א שפראך פון ילדות אדער מענטשן וואס זענען מער באזעסן ווערט קלאר ארויסגעברענגט מיט דעם אז דער וואס האט אין זיך א ווילדן און קינדישן צוגאנג וועט אלס רעדן פון זיין מיינונג ווי דער אנדערער האט פשוט נישט קיין זכות קיום און ער לייגט א סטעמפל פון 100 פראצענט אראפ פון די מאפע.
לעומת זה דער וואס איז יא מער באזעסן און קלוג וועט פארשטיין אז טראץ וואס זיין מיינונג לשיטתי' איז גערעכט, און ער וואלט קיינמאל נישט מודה געווען צום צד שכנגד, אבער אויב וואלט מען אים געפרעגט ווען ס'איז נישט נוגע וואס זענען די צדדים וואס יענער האלט, וואלט ער עס גרינג געקענט ערקלערן, און ער וואלט נאר געהאט תירוצים פארוואס ער האלט אנדערש.
און דאס זעט מען אויך ווען עס קומט צו קהל'ישע און ציבור'ישע אנגעלעגנהייטן, וואו מען הערט מענטשן צומאל זיך אויסדרוקן אויף עסקנים ווי אומפארשטענדליך זיי באהאנדלען עפעס וואס איז דאך אזוי קלאר און אפן און יעדע'ס קליין קינד קען פארשטיין אז זיי זענען ממש אומגערעכט און ס'נישטא קיין תירץ שבעולם פארוואס זיי האנדלען אזוי.
און אויך דארט וועט זיך ארויסשטעלן אז דער באזעסענער מענטש וועט קענען פארשטיין עכ"פ וואס די "טעות" פון די עסקנים זענען, און פון וואו דער טעות שטאמט. ער וועט נישט תיכף אנהייבן פארפירן און פארזיגלען דעם עסקן אלס פושע און פאררעטער.
די יונגווארג און מער היציגע טראכטער וועלן נישט געבן דעם געלעגנהייט אפילו פאר אן אויסוועג, זיי וועלן אפי' נישט ערלויבן אז ס'זאל ווערן גערופן "טעות", עס איז קלאר פארראט און אומדערהערטע חוצפה וכדו'.
זיי וועלן נישט געבן פלאץ פאר לופט פארן מח צו טראכטן, וויאזוי קען זיין אז פונקט די עסקנים וועלכע געבן זיך אוועק פאר מיין קהלה זאלן פלוצים ווערן פאררעטער? ווי קען זיין אז עסקנים וואס האנדלען אין אן ענין שוין יארן לאנג, ווערן ממש בלינד און פארביי אין פניות און נגיעות אזש מ'קען זיי נישט פארשטיין בשום אופן?
ער וועט האבן הונדערט תירוצים פון פסוקים אין משלי אדער מאמרי חז"ל וויאזוי א מענטש ווערט פארבלענדעט פון געלט אדער כבוד, טראץ וואס ער ווייסט נישט אויב דאס איז דא דער מציאות, אבער גענוג אים צו געבן דעם סיבה פארוואס דער עסקן אדער איש הציבור איז בארעכטיגט צו זיין אומגערעכט אינגאנצן, און טאטאל אומפארשטענדליך.
פארשטייט זיך אז ס'איז קיינעם נישט נוגע פונקטליך וואס יעדער צוקוקער אדער ביישויער זאגט אדער טראכט, אבער ווען איר זענט אליינס אין דעם קריג, און איר פארשטייט וואס מיר האבן פאריגע וואך געשריבן איבער דעם נחיצות פון ארויסגיין מיט גאנצע גלידער, אדער אויב זענט איר א שלום מאכער וועלכער גיבט זיך אפ מיט סיי וואס אזוינע ענינים, איז דער מעטאד פון "הונדערט פראצענט גערעכט" עפעס וואס האט שוין געהאלפן אסאך אידן בארואיגן און דעאקטיוויזירן דעם היץ פון דעם פייער און צוביסלעך צוריק ברענגען שלום על ישראל.
אין קורצן: דער באטרעפנדער מוז קענען טראכטן און איבערזאגן א מהלך וואס וואלט יא געשטימט וויאזוי דער צד שכנגד האט געמאכט דעם טעות צו האלטן אנדערש ווי איך. אויב קען ער דאס נישט טון איז נאך דא אסאך ארבייט פאר מ'הייבט אן רעדן פון "מאכן שלום".
א גוט שבת.