מיר וועלן פרובירן צו רעדן די קומענדיגע פאר וואכן פון די גאר וויכטיגע טעמע וואס איז די יסוד פון א פרידליכן לעבן וואס איז טאקע דער אפטייטש פון דעם ווארט "שלום".
שוועריגקייטן אין לעבן זענען נעבעך דא גענוג, מענטשן לעבן אונטער גאר שטארקע דרוק צומאל צוליב געלט, און צומאל געזונט, און נחת וכדו'. מ'זאל אודאי נישט געפרואווט ווערן, און יעדער זאל געהאלפן ווערן בכל משאלותיהם.
איז אבער דא איין געפערליכער אומגעהויערער דרוק לייגער אויפן מענטש וואס מ'נעמט זיך אליינס, און ווי שוין ערווענט אין מיין הקדמה אויף דעם קאלום בין איך נישט דא צו זאגן מוסר, אבער אביסל איבער שמועסן פון פראקטישן זין געוויסע עצות און טיפ'ס וואס מ'קען נוצן צו פארמינערן אדער אינגאנצן עלימינירן דעם דרוק וואס איז אזוי קריטיש אומוויכטיג און פארקערט עס טוט רואינירן לעבנס פאר קיין שום באגנוגענדע סיבה, און דאס איז פארשטייט זיך דאס פארקערטע פון שלום, מחלוקת.
עס איז אודאי נישט קיין נייעס, אבער לאמיר קודם איבערשמועסן דעם יסוד וואס איז וויכטיג צו פארשטיין פראקטיש און נאכדעם וועל מיר אביסל אריינגיין אין געדאנקען וואס איז אויסגעקומען פאר אונז צו נוצן אין געוויסע פעלער סיי אין שלום בית פעלער וואס האבן אויסגעזעהן ווי א פארלוירענער קאמף און מיר האבן ב"ה מצליח געווען צוריק צו ברענגען דעם שלום מיט געוויסע פון די עצות, און סיי אין פעלער פון קלענערע סכסוכים וואס האבן געברענגט אומאיינגענעמע סיטואציעס צו זאל עס זיין מיט פאמיליע, שכנים, אדער סתם צווישן גוטע פריינט.
מ'האט אמאל געפרעגט איינעם איבער א גרויסן מחלוקה צווישן צוויי גוטע פריינט וואס האט זיך געענדיגט צום סוף מיט א אויסגעהאמערטן שלום, ווער פון די צוויי האבן געווינען דעם קאמף? און יא, איר האט צוגעטראפן, קיינער פון די צוויי איז נישט ארויס מיט גאנצע גלידער.
אמאל איז דא א מחלוקה וואס איז מאטעריאליסטיש, און אויף דעם איז דא ביי גויים די קאורט סיסטעם און ביי אידן להבדיל די דין תורה, וואו מ'קומט ארויס מיט א געווינער און פארלירער. דאס ווערט נישט גערופן א מחלוקה, דאס איז עפעס וואס קען געשען אינטער נארמאלע אומשטענדן, עס איז א קאנפליקט איבער געלט אדער וואס, און עס איז פשוט אז מ'דארף נאר באשליסן ווער צאלט פאר וועם.
פארשטייט זיך אז אויב ווערט דער מאטרעאליסטישער מחלוקה ארויפגעפירט צו א פערזענליכן קאמף אדער אפי' אויב דער אפשטאם פון די מחלוקה איז בכלל נישט איבער מאטריאל נאר עס קומט פון באליידיגונגען אדער באשולדיגונגען וכו' דהיינו ווי רוב אומבארעכטיגטע מחלוקות וואס זענען אימאציענאל, און נישט ווערד דעם שוה פרוטה אויף וואס מ'קריגט זיך, וואס דאס זענען זאכן וואס מ'קען נישט דערויף פירן קיין דין תורות און עס איז כמעט נישט דא קיין צד צו ארויסגיין א געווינער אויב לאזט מען זיך אריינשלעפן דערין, איז וויכטיג צו געדענקען, אז אפי' אויב אין די ענדע לאמיר זאגן וועט צד א' אדער צד ב' איינזעהן אין זייער אומרעכט און איבערבעטן וואס לכאורה וואלט דאס פאררופן געווארן ווי א געווינס פארן אנדערן זייט, איז עס פארט געוויינליך א צעקלאפטער קליינער מינדערוויכטגיער געווינס קעגן דעם גרויסן פארלוסט פון דעם מהלך המחלוקה.
לאמיר מסביר זיין: א מחלוקה איז נישט קיין מאראטאן וואס ווער ס'קומט אן צום געווינס ערשט דער האט געווינען, עס איז עפעס וואס יעדע רגע און מינוט וואס דער מענטש איז דערין שעדיגט ער זיינע אינערליכע און אויסערליכע אברים, א מחלוקה איז נישט עפעס וואס האט א ענדע ציהל, עס איז ענדערש א טאג טעגליכע פלאג וואס אויב לאזט מען זיך דערין אריין איז עס ווייטאג און עגמת נפש אן קיין סיבה.
למשל אויב מ'קריגט זיך מיט א שכן, יא גערעכט אדער נישט גערעכט, איז דאס לעבנסשטייגער פולקאם פארקירעוועט מ'טרעפט זיך יעדן טאג, מ'פרובירט זיך צו פארמיידן, קינדער שפילן זיך נישט צוזאמען וכדו' דאס הייסט אז די סאמע וויכטיגסטע וואס מ'זוכט אין א שכן טוב און פארוואס מ'וואוינט מיט שכנים ווערט אוועקגעריסן און ברענגט דאס פארקערטע. און פארשטייט זיך אז דאס איז געזאגט געווארן ביי חברותא, און ביי שלום בית און ביי אלעם.
יעצט לאמיר צוקומען צו איינס פון די נקודות וואס מיר האפן אי"ה צו דעקן אין דעם נושא, און דאס ווערט אנגערופן דער "קאלטער מינוט מעטאד".
ע"פ רוב אזוינע "געפילישע מחלוקות" וואס מאכן זיך אן קיין מקח וממכר אינדערמיט, וואס ווען ס'איז געשעפטליך אפי' אויב ס'איז נישט בארעכטיגט איז עס כאטש פארשטענדליך, איז אבער א געפילישער מחלוקה עפעס וואס דער אינדרויסנדיגער ביישויער וועט נישט פארשטיין, ער וועט פרעגן: אויף דעם קריגט מען זיך? איר זענט קינדער?
אבער דער אמת איז אז א מענטש איז א מענטש און ווען עפעס וואס א צווייטער טוט אדער זאגט איז ווייטאגליך, קען עס פירן אפי' נארמאלע מענטשן אויב טראכטן זיי נישט אריין צו א אומווילנדיגע באן רייזע צו א גרויסע אומאפשטעלבארע מחלוקה, און ווען מ'קוקט צוריק וואונדערט מען זיך, מהיכן ירק זה נולד, וויאזוי איז פון א קליינעם קנייטש אויפן געזיכט געווארן א פולשטענדיגע משפחה קריג וואס ענדיגט זיך קיינמאל נישט.
מ'דארף פארשטיין דעם געבוי פון מחלוקות און וועלכע געצייגן מ'קען נוצן עס צו צוברעכן. צומאל מאכט מען טעותים מיטן נוצן אזוינע וואס זענען ווי אויל צום פייער, מ'כאפט זיך נישט אז נאר וואסער לעשט א פייער, און אויל טראץ וואס עס איז אויך פליסיג וועט נאר פארמערן דעם פייער.
לאמיר נעמען א משל: א איד האט באליידיגט א צווייטן איד גאר שטארק און ווילד, זייענדיג אינטער א שווערן אויפשטאנד דרוק (אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט) דער צווייטער איז געווארן טיעף געטראפן און צוריק געענטפערט, און ס'האט זיך ערוואבן א מחלוקה'לע, מ'האט אנגעהויבן צו רעדן שטיל, און ווען מ'האט געענדיגט האט מען שוין גערעדט אדער גאר געשריגן הויך, און די טענער זענען שוין אומקאנטראלירבאר.
וואס טוט מען יעצט? פארשטייט זיך אז דאס איז א אויבערפלעכליכער משל, אבער מ'קען דאס פארשטיין אין אלע אזוינע אומשטענדן.
א מחלוקה ווערט נאר געבויט ווען מ'טוט סיי וואס אין די הייסע מינוט. דאס הייסט אזוי, אויב ענטפערסטו גוט, און דו ביזט גערעכט, אדער אויב ענטפערסטו נישט גוט און ביזט נישט גערעכט, ביידע וועלן ברענגען די רעזולטאטן פון בויען דעם מחלוקה, און עס וועט נישט אויפטון ארויסצולאזן די לופט און די היץ פון די אנגעצויגנקייט.
דאס הייסט אז ווען א מענטש טרעפט זיך אין אזא סיטואציע, וועט "ענטפערן" אדער רעאגירן, סיי יא גערעכט און סיי נישט גערעכט נישט ברענגען די געוואונטשענע רעזולטאטן (פארשטייט זיך אז מ'רעדט אז איר ווילט ארויסלאזן די לופט און מאכן די מחלוקה זאל זיך ענדיגן. מ'דארף וועלן, אויב נישט לייענט נישט ווייטער...)
אלזא וואס בלייבט איבער צו טון?
איגנארירן? דאס איז אויך נישט עפעס וואס העלפט, קען זיין עס וועט אמאל מאכן די וואוקס פון די היץ זאל זיין שטייטער, אבער עס וועט בדרך כלל נישט עלימינירן די היץ, און צומאל אויב טוט מען עס מיט א טראציגקייט וואס דאס איז די חילוק צווישן איגנארירן און מעביר על מדותיו וואס דאס זענען צוויי עקן פון די וועלט. דער אומגעזאגטער ווארט קען אמאל שטעכן מער ווי די שפיזיגע אנטווארטן אין א קריג.
די סייענטיפישע וועלט זאגט אז א מענטש ווען ער קאמיוניקירט איז נאר 7 פראצענט פון זיין קאמיוניקאציע דורך רעדן, די איבעריגע ווערט געטון מיט זיינע רעאקציעס און פנים אויסדרוקן וכדו'. דאס מיינט אז ווען איך ענטפער נישט פאר איינעם קען עס מיינען אז איך וויל מיך נישט קריגן, ס'קען אויך מיינען אז איך איגנאריר דיך אלס א נקמה פאר דיין אטאקע וכדו.
נו וואס קען מען טון אויב ענטפערן איז נישט גוט און נישט ענטפערן איז נישט גוט, וויאזוי ווערט א מחלוקה'לע אפגעשטעלט?
דא קומט אריין די "קאלטע מינוט".
אין יעדן פאל ווען א מחלוקה איז צווישן פריינט אדער פאמיליע איז וויכטיג צו ווארטן אויף די "קאלטע מינוט" ווען עס איז נישט קיין רעאקציע צום ספעציפישן קאנפליקט, און דאן איז די געלעגנהייט אן קיין הסברים אדער לאגישע ענטפערס צו ווייזן רעספעקט און ליבשאפט אויף סיי וועלכע אנדערע נושא, און דאס וועט פון זיך אליינס אויטאמאטיש אראפברענגען די געמיטער אפי' אאויפן ספעציפישן קאנפליקט.
דאס הייסט אז אויב די קריגעריי איז געווען איבער א ווערטער אויסטויש אין די נושא פון עסן, אדער אפי' אין לערנען, אבער דא קומט אמאל אריין א געלגענהייט צו רעדן פון א אנדערע נושא, וואס דאס איז די "קאלטע מינוט" דארף מען דאס נעמען ווי א מתנה פון הימל און אויסנוצן צו ווייזן א ספעציעלע אחוה וואס דערנאך ווען מ'קומט צוריק צו די אנגעצויגענע קאמף וועט מען פלוצים זעהן אז יעדער פארשטייט זיך, אדער עכ"פ יעדער איז גרייט זיך צו פארשטיין. דער גרויסער בארג ווערט א קליין לעפעלע זאמד, און מ'קען עס גרינג פארשארן.
לאמיר צום ביישפיל נעמען אפי' ווען א טאטע רעדט צו א קינד, וואס דאס פארלאנגט באמת אן ארטיקל פאר זיך, עס איז נישט אזוי פשוט, און דער טאטע ווייזט פארן קינד א געוויסע אומצופרידנהייט, און ווי איר ווייסט קען דאס אמאל אראפפארן פון די רעלסן אויב גייט מען איינס פאר איינס, אפי' מיט דרך ארץ'דיגע אויסדרוקן, עס קען ברענגען א גאר אומאיינגענעמע אטמאספערע.
אויב א מינוט נאכדעם אדער סיי וויפיל צייט נאכדעם קומט אויס אז דער טאטע קען מיטן קינד רעדן אין א גאר אנדערע נושא מיט ליבשאפט, וועט אלעס ווערן צוריק אין ארדענונג, און דאן אין די "קאלטע מינוט" וועט דער טאטע קענען מסביר זיין פארן קינד זיין מהלך אדער פארוואס ער איז געווען ברוגז, און עס וועט ברענגען די געוואונטשטענע רעזולטאטן.
אין א שלום בית איז דאס זעלבע, ווען עס איז דא א געוויסע אנגעצויגנקייט אין שטוב, און דא דארף מען גיין צו א חתונה אדער מ'דארף זיך גרייטן צו סיי וועלכע אנדערע שטוב ווירטשאפט, דאן ווערט א "קאלטע מינוט" (טראץ וואס די געמיטער קענען נאך זיין הייס, אבער דער מינוט איז קאלט ווייל עס האט נישט קיין שייכות צום אנגעצויגנקייט) קען מען דאס אויסנוצן ארויסצו ווייזן א רעספעקט וואס ווען דאס פאסירט קען מען נאכדעם אין א קאלטע מינוט זיך גאר גוט מסביר זיין אדער עכ"פ ברענגען עטוואס פארשטענדעניש.
איך האף איר האט פארשטאנען, אדרבה פרעגט. לייענט דעם ארטיקל אין א קאלטע מינוט צו קענען אביסל מער אריינקומען אין די נושא...