שלום וברכה טייערע לייענער, עס איז מיר א כבוד און א עהרע אייך צו ברענגען א נייעם קאלום וואס מיר וועלן האפנטליך האבן די געלעגנהייט וועכנטליך אויסצושמועסן און אויסקלארן מיט א קריסטאל קלארן בליק איבער ענינים און טעמעס וועלכע וועלן אייך אי"ה פאראינטערסירן.
עס איז מן הנימוס אראפצושטעלן די יסודות און פארשטיין געבן דעם ציהל בעפאר מ'הייבט אן א סעריע, און דערמיט אויך ערקלערן געוויסע דיסקלעימער'ס איבער דעם בעפארשטייענדען פראיעקט.
מ'לעבט אין א וועלט וואס לייען מאטריאל איז דא לרוב, און עס גיסט זיך חכמה אין די גאסן, סיי וועלכע טעמע מ'וויל בארירן איז דא עקספערטן און שרייבער וועלכע פארשטייען אדער זאגן אז זיי פארשטייען דערצו, און אויף יעדע קשי' איז דא א תירוץ, אויף יעדע איבעיא איז דא א איבעית אימא, יעדער פארשטייט, אן עולם התיקון.
א גאר אינטערסאנטער פאראדאקס צום פאקט אז היינט ווען איינער לייענט אן ארטיקל איבער א טעמע, איז ערווארטעט ביים לייענער דארט צו לעזן דאס וואס ער אליינס ווייסט און פארשטייט, ער ערווארט נישט קיין חדשות ע"פ רוב, ער וויל רואיג און אומאנגעשטרענגט לייענען זיין אייגענעם מיינונג וואס איז א הסכם צו זיין געדאנקענגאנג, ער וויל נישט ווערן באאיינפלוסט פון פרישע לאסטן.
מ'נעמט נישט קיין נאטיצן פון די חידושים וואס מ'ליינט, מ'קלאפט זיך אין רוקן ווי גוט מ'האט דאס שוין פארשטאנען פון בעפאר, און מ'האט הנאה פון דעם שרייבער'ס לשון אדער משלים און מליצות, און דאס ווערט באצייכנט ווי א גוט שטיקל שרייבעריי.
לאמיר נעמען א דוגמא ווען ס'קומט אפי' צו רוחניות'דיגע מחאות אדער תיקונים וואס מ'האלט דערויף דרשות פון מנהיגי הדור און מגידים שונים, און עס קומען זיך צוזאם א ציבור אידן אויסהערן, שטעלט זיך ארויס ע"פ רוב וועלן די אידן וואס זיצן דערביי נישט זיין די זעלבע וועם מ'וואלט געוואלט זאלן דארט זיין, ס'איז זיי ווייניג נוגע די טעמע, און פון דעסטוועגן וועלן די אידן הנאה האבן פון דעם דרשה, און זיך באסמאקעווען מיט די שיינע מליצות, אין דער צייט וואס די וועלכע ס'איז נוגע ווייסן נישטאמאל אז מ'האט גערעדט דערפון.
דער דור האלט אין א שיינעם רוחניות'דיגן מצב ב"ה בזכות רבותינו ואבותינו וועלכע האבן במסירות נפש צוריק געשטעלט אידישקייט און זייערע תפלות און פעולות באגלייטן אונז לעד ולנצח, אבער וואס דער דור שטעלט אויך פאר איז "באקוועמליכקייט". קיינער זוכט נישט ארויסצוגיין פון זיין רוטין צוליב א דרשה אדער אן ארטיקל, קיינער זוכט נישט צו טוישן זיין מהלך החיים. מער זוכן צו הערן און לייענען בארואיגונגס רייד און הסכמות צו דאס וואס זיי גלייבן און ווייסן, כדי נישט צו מוזן באלעסטיגן דעם מח מיט איבעריגע ארבייט.
דערפאר איז שווער צו שרייבן ווען ס'קומט צו מיינונגען אן פארשידענארטיגע בליקן איבער נושאים וואס יעדער האט דערויף א שטעלונג. ווייל צו זיין א גוטער שרייבער איז דער סדר צו זאגן וואס דער רוב האט ליב צו הערן, און אלס איז דא ווער ס'האלט פארקערט, אדער וויל הערן פארקערט.
מיר האבן שוין אין די פארגאנגענהייט אסאך געשריבן אין אזוינע נושאים, און ב"ה אלס פרובירט צו גיין עטוואס צווישן די טראפן, נישט צו ברענגען ח"ו צו קיין אומהיימליכקייטן צווישן אונז און די חשוב'ע לייענער, אבער פארט וועט מען אמאל שרייבן עפעס וואס איר האלט בהחלט אנדערש, וואס דאס זאל זיין א קלארגעשטעלט צווישן אונז אז נישט נאר איז עס עפעס וואס מיר ערווארטן, נאר אז מיר טוען שטארק מכיר טוב זיין אויב וועט איר אונז שרייבן און לאזן וויסן אייער מיינונג דיפערענץ, און מיר וועלן זיך ערנסט באפאסן דערמיט כיד ד' הטובה, אויב וועט די צייט און לאגיק ערלויבן.
מיר האפן צו שרייבן לויטן פארלאנג איבער נושאים וואס זענען נוגע, וואס צומאל וועלן מיר שרייבן דעם מיינונג פון איין מאן דער שרייבער פון די שורות, אן קיין שום פארלאנג עס אנצונעמען, נאר אלס א פערספעקטיוו פון נאך א בליק פון וועלכן ווינקל איר קענט הנאה האבן צו זעהן וואס פון אייער קוק ווינקל האט איר נישט בעאבאכטעט ביז יעצט.
מיר וועלן אויך פרובירן צו ברענגען מיינונגען און אינטערסאנטע אבזערוואציעס פון אנדערע וואס זענען אונז יא מער מחייב און פארלאנגט זיך א התבוננות אדער מחשבה.
דער סעריע איז נישט קיין מוסר אדער רוחניות'דיגער פראיעקט, ווי פארשטענדליך, וואס דאס געהער צו אונזערע רבנים און מנהיגים, עס איז מער א שמועס צווישן חברים און גוטע פריינט וואס דער ציהל איז אז איר זאלט הנאה האבן דערפון, און אמאל אויך קענען בענעפיטירן פון פארשטיין אדער ארויסהאבן קלארקייט אין געוויסע נושאים אין וועלכען איר האט דערווייל נישט געהאט די צייט אדער מוהט אליינס צו אויסקלארן.
אויב האט איר סיי וועלכע טעמע וואס איר שפירט אז עס וואלט געווען לטובת די חשוב'ע לייענער צו בארירן און אויסשמועסן, וועלן מיר פרובירן צו טון השתדלות צו ברענגען דעם נושא אין די ראמען פון דעם סעריע, אויב מיר שפירן אז מיר קענען עס געהעריג אויסשמועסן.
אבער פארט קענען מיר נישט זאגן אז אויף יעדע קשי' האבן מיר א תירוץ און אז אויף יעדע ספק האבן מיר א קלארקייט. ניין, געוויסע זאכן וואס זענען ביי אייך א ספק, זענען נאך ביי אונז א ספק ספיקא, און אויב וועלן מיר רעדן דערפון וועלן מיר זייער קלאר ארויסשרייבן אז עס איז נישט קלאר ביי אונז אליינס, אפי' אויב מיר ברענגען צדדים לדבר.
מיט א תפלה צום בורא עולם אז דער סעריע זאל ברענגען אהבה אחוה שלום ורעות, מיט סייעתא דשמיא צו שרייבן נאר וואס איז ריכטיג, וועלן מיר אי"ה אנהייבן דעם סעריע אין די זמנים ווען מ'וואונטשט שוין א כתיבה וחתימה טובה אז אונזערע שרייב ארבייט זאל זיין א כתיבה וחתימה טובה.
א גוט שבת,
אויף ווידערזעהן קומענדיגע וואך אי"ה.