יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ קריסטאל
ארטיקלען

מיין שטעלונג

קריסטאל · "היימשטאט" · פרשת ויצא תשפ"ה

אין די פארגאנגענע וואכן האבן מיר גערעדט איבער נושאים אינעם ענין פון שלום, אין אן אינטערסאנטן מהלך פון מחשבה, און מיר טוען דאס כסדר לויט וויאזוי עס קומט אקעגן זיך צו טרעפן מיט סיי וועלכן נושא אין טאג טעגליכן לעבן, און דערפאר וועלן מיר יעצט רעדן פון א נושא וואס איז אויך אן אנגייענדע טעמע וואס איז כדי ארויפצוברענגען ווען מ'רעדט פון די ענינים.

לאמיר רעדן פון עפעס וואס איז אויפן סדר היום, בפרט ווען עס מאכט זיך א מחלוקה'לע אדער א קאנפליקט, וואו מ'זעהט גאר אינטערסאנטע נאטורן זיך אויסשפילן, און ווען מ'טראכט אביסל אריין וועט מען האפנטליך קענען נעמען אין באטראכט די אבזערוואציעס ווען עס קומט אונטער אזא סארט מצב צו קענען אפשר אביסל פארבעסערן אדער עכ"פ נישט פארערגערן די מצב.

לאמיר אנהייבן מיט א עפיזאד וואס האט זיך זיכער אפגעשפילט ביי אייך אויך אין די פארגאנגענע וואכן, אבער איך אלס א איינצעלנער מענטש פאר מיר האב עס מיטגעהאלטן גאר אסאך, ווען עס פארמירט זיך א שמועס איבער ענינים העומדים על הפרק, אמאל איז עס סתם פאליטיק, און צומאל אפי' רוחניות'דיגע אדער קהלי'שע פאליטיק אויב מעג מען עס אזוי רופן, און יעדער נעמט א שטעלונג און מיינונג אין דעם טעמע.

מיר שטייען אין א שמועס, און מ'רעדט פון אנגייענדע שטורמישע מחלוקת הפוסקים און רבנים, איבער א טעמע וואס יעדער נעמט א שטעלונג, יעדער האט א מיינונג, געוויסע מער און געוויסע ווייניגער, איך שטיי און באטראכט דעם שמועס וואס פון איין זייט שטעלט פאר א לעבהאפטיגער הלכה'דיגער פולמוס וואס ברענגט שטאלץ צו זעהן אז יעדער אפי' יונגעלייטלעך זענען באהאוונט אין אזוינע טיעפע און שווערע הלכות, און פון די צווייטע זייט ברענגט מיר א סארקאסטישן שמייכל.

איינער פון די אינגעלייט זאגט בערך דעם לשון: איך נעם נישט קיין שטעלונג, אבער וויאזוי קען א דיין פסק'ן אזוי? דער צווייטער אינגערמאן לאקט זיך די פיאות און טענה'ט צוריק: די הלכה איז קלאר אזוי אדער אזוי, און פונקט פארקערט איך פארשטיי נישט וויאזוי א רב אדער דיין קען אפי' האבן א הוא אמינא צו פסק'ן פארקערט.

אנדערע אינגעלייט וועלכע זענען שוואכערע כאראקטער אין דעבאטע כוחות לאזן ארויס א זיפצל איבערן מצב הדור, און צו וואס מ'האט זיך דערקייקלט.

איינער זאגט אפי' אז ער ווייסט פאר א פאקט אז מ'באהאלט פאקטן פון די וואס דארפן וויסן די פאקטן. און סאיז משמע פון זיינע ווערטער אז נאר ער ווייסט טאקע די פאקטן.

און אזוי גייט אן דער שמועס אומענדליך מיט א נאטורליכן פלוס פון א געוויינליכן היציגן שמועס.

אינטערסאנט איבער די שמועסן איז ווען מ'זאל אלעס אפשטעלן און קיינער זאל גארנישט זאגן, נאר מ'זאל אראפלייגן די טעמע אויפן טיש און פארשטעלן די שפילער וועלכע גייען דא נעמען צדדים, וועט יעדער ע"פ רוב וויסן 80 פראצענט פון דעם שמועס פאר ס'ווערט געזאגט. איך קען גראד וויסן אז ראובן וועט טענה'ן אזוי, און שמעון אזוי, אין מיין אויער קלינגט קלאר וואס יהודא וועט ענטפערן.

איך ווייס ווער ס'וועט רעדן פון פאקטן, און איך ווייס אויך ווער ס'וועט זיך אנהענגען אין די עצי חיים פון די תורה צו מאכן זיין קעיס, און אויך דער וועלכער וועט אלעס אוועקמאכן אלס איבערגעטריבן. איי פארוואס שטיי איך נאך ביי דעם שמועס בכלל? א גוטע קשי', ווייל איך מוז אויך קענען ענטפערן אדער ווייל איך וויל טאקע זיין איבערצייגט אז דער שמועס גייט ווי געקלערט. עס שפירט זיך גוט צו זיין גערעכט.

לאמיר צונעמען די נושא אביסל, ווייל ס'איז נישט נאר נוגע אין דעם פאל, נאר אין אלע פעלער. ס'איז שוין היינט נישט קיין שאלה פון לשון הרע אדע רכילות, עס איז שוין ליבערשט א חיוב צו נעמען א שטעלונג פשוט פארן כבוד התורה.

איך געדענק נאך ווען לשון הרע האט געמיינט אז מ'האט פארציילט א מעשה'לע איבער א צווייטן וואס האט יענעם געשאדט אדער סתם מוציא געווען א שם רע אויף א איד, עס איז געווען די אריגינעלע לשון הרע פון די ספרים הקדושים, עס האט נישט געהאט קיין שום צד פון היתר, און ערליכע אידן האבן זיך מונע געווען דערפון און געשטאנען ווייט כמטחוי קשת, און די וואס זענען ליידער דורכגעפאלן האבן האפנטליך תשובה געטון.

לשון הרע האט אנגענומען א נייעם צורה, עס איז שוין נישט קיין מעשה וואס מ'פארציילט אדער א נייעס וואס מ'אנטדעקט, יעדער ווייסט די נייעס בעפאר עס פאסירט, קיינער דארף נישט קומען אין מקוה אדער אין ביהמ"ד צו הערן וואס טוט זיך.

די בטלנים זענען די וואס הערן די נייעס הערשט א האלבע שעה נאכן פאסירן, מ'קוקט זיי אן ווי פון די לבנה, וואו וואוינט איר אין א מערה אין מדבר? איר זענט נישט דא געווען 15 מינוט צוריק ווען די נייעס האט געבראכן?

ליידער איז עס אזוי, די וואס פלעגן אזוי געשמאק ברענגען די נייעס און הנאה האבן צו זעהן ווי דער ציבור הערט זיך צו מיט גאפט זענען היינט ארבייטסלאז, כדי צו קענען האלטן דעם אוידיענץ געשפאנט מוזן זיי אדער אנקומען צו ווערטלעך און גוט זאגעריי וואס איז בעצם נישט זייער פאך, אבער ס'איז דא גענוג און נאך פון וואו צו שעפן די חיונה דערפאר. אדער מוזן זיי מוסיף וגורע זיין צו די מעשה מיט פארגעשטעלטע דמיונות וואס זיי מיינען אז ס'איז קרוב אל האמת ווייל אנדערש קען גאר נישט זיין.

זיי וועלן אייך פארציילן די מעשה'לע נישט אלס א נייעס, נאר צו מוסיף זיין די קרישקעלע איבער זייער בליק אויף די זאך, און וויאזוי זיי מיינען אז עס האט זיך אויסגעשפילט אזא נייעס. זיי זענען מומחים עצומים אין אריינברענגען א דמיון צו א ספק, און א ספק צו א ודאי ביז עס פארמירט זיך א געשיכטע וואס האט קיין איין ליגנט און קיין איין דירעקטן דובר שקר אויסגעשטעלט א געשיכטע פון לויטער אמת וואס איז כולו שקר.

און אט אזוי ווערט דאס אויסגעשפילט.

ראובן דער נייעס ברענגער פארציילט די מעשה. יעדער שאקלט ווי צו זאגן, יא יא שוין געהערט. האסט עפעס נייעס? ער הייבט אן מיט אריינווארפן שפעקולאציעס. ער וועט געוויינליך נישט זאגן אז ער אליינס האט שפעקולירט, ער וועט זאגן אז ער הערט פון געוויסע אזא סארט קאנספיראציע שפעקולאציע.

די צוהערער זענען שוין נישט פון די אמאליגע בטלנים וועלכע הערן די נייעס און קעמען ווייטער די פיאות, זיי האבן אויך א מיינונג מיט אייגענע שפעקולאציעס און וועלן נעמען דעם ראש המדברים אויף אן ערנסטן פארהער, זיי האלטן צומאל אנדערש, און זיי ברעכן זיך נישט פאר סתם דמיונות.

פון וואו נעמסטו אז ס'מוז אזוי זיין?

איך נעם נישט קיין שטעלונג, איך זאג נאר וואס איך הער פון אנדערע. און ס'זעהט מיר אויס ווי די איינציגע וועג וואס קען זיין אמת דא.

דער צוהערער וועלכער "נעמט אויך נישט קיין שטעלונג" זאגט וואס ער האט פערצופאל געהערט, און עס איז אין פארקערטן ריכטונג, און עס פארמירט זיך אן ערנסטן דעבאטע.

איר באמערקט אז, ראובן און שמעון האבן נאך דערווייל קיין לשון הרע נישט גערעדט, זיי האבן דערווייל קיין שקר נישט געזאגט, און אפי' נישט מוציא שם רע געווען אויף קיינעם, און ניטאמאל האבן זיי גענומען א שטעלונג.

די אינטערסאנטסטע חלק איז אז 90 פראצענט פון די וואס פארציילן וואס זיי האבן געהערט, פארציילן נאר נאך וואס זיי האבן געהערט ווייל זיי נעמען דאך נישט קיין שטעלונג, האבן געהערט דאס וואס זיי פארציילן יעצט דאס ערשטע מאל צוזאמען מיט אייך. איר קענט אים נישט אפפרעגן, ער וועט נישט ענטפערן פון וואו ער האט עס געהערט, ווייל: ער רעדט נישט לשון הרע... ער האט נישט ליעב צו טראגן און ברענגען, ער איז נישט קיין הולך רכיל.

ווען דער גרופע צעגייט זיך, איז דא א פריש פארמירטע געשיכטע וואס שלאגט די גאס מיט אימפעט, יעדער פארציילט ווייטער די דמיונות און פארשטייט זיך אז קיינער נעמט נאך אלס נישט קיין שטעלונג. און די שטעלונגלאזע שטעלונגען שטעלן דעם טאן איבער דעם נושא, און מיר רעדן נאך דערפון.

לאמיר זיין זייער קלאר מיט אונז אליינס, און נישט מצד די תורה'דיגע אדער הלכה'דיגע אספעקטן פון דרעשן אין שמוץ אדער אין יענעם'ס פראבלעמען, דאס לאזן מיר פאר די רבנים ודיינים, אבער מצד נארמאלקייט און מענטשליכקייט. ווען עס איז עפעס וואס איר פארשטייט אז צום דיפלאמאטישן אויסקוק פון אייער שמועס דארפט איר ערקלערן א דיסקלעימער אז "איר נעמט נישט קיין שטעלונג", מאכט זיכער אז ביי די ענדע פון די שמועס האט זיך נישט פון זיך אליינס פארמירט א שטעלונג. ווייל דער וואס וועט טראגן ווייטער אייערע ווערטער וואס איר האט אליינס געטראכט און איבערגעזאגט אזוי ווי געהערט פון אנדערע, און יענער מיינט נעבעך אז איר האט טאקע גענומען די מיה צו הערן פון אנדערע, און דאס ווערט א אומווילנדיגע שיין אויפגעבויטע פאלשע לשון הרע אדער שם רע, וואס איר ווייסט אפי' נישט ווי שטארק איר זענט פון די מייסדים דערפון.

אמאל ווען מ'האט גערעדט לשה"ר האט מען געוואוסט תשובה צו טוהן, היינט האט מען שוין דאס אויך נישט, מ'רעדט ווי מיט די אמאליגן היתר פון "נישט אום שבת גערעדט" און מ'ווארפט אריין אזא "נישט אום לשה"ר גערעדט" ווייל מ'פארציילט דאך נאר א טעאריע, איך האב דיך דאך נישט געזאגט אז עס איז דער אמת איך האב נאר געזאגט אז איך מיין, אדער אז איך האב געהערט. איך האב אפי' צוגעלייגט מיט גרויס ענוה אז "איך נעם נישט קיין שטעלונג".

נעמט א שטעלונג און שטייט ווייט פון פארשפרייטן אומגעשטעלטע שטעלונגען, ועושה שלום במרומיו יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל אמן.