פארגאנגענע וואך בין איך געזעצן מיט א גאר שעפערישן אונטערנעמער, וואס ווערט אנגערופן אין די וועלט אין ענגליש "אנטרופונער". א מענטש וואס צילט העכער, און איז גרייט צו שפרינגען העכער, נעמט ריזיקע, און פרובירט נאכאמאל ביז ער איז בעז"ה האפנטליך מצליח.
אזא שמועס איז אלס אינטערסאנט צוליב אסאך סיבות, צום אלעם ערשטן קען מען פון אזוינע אידן אסאך לערנען ברוחניות ובגשמיות, עס איז גאר געשמאק צו שמועסן מיט איינעם וואס נעמט נישט "ניין" פאר אן ענטפער, פרובירט נאכאמאל און נאכאמאל, און גיבט קיינמאל נישט אויף.
עס איז אויך אינטערסאנט פון א פשוט'ערן שטאנדפונקט צו הערן דעם מח ריהטם פון א אונטערנעמער וואס געוויינליך איז עס גאר אנדערש ווי דער מח פון א פשוט'ן מענטש, דער מח פונעם שעפער דרייט זיך אויף א גאר שנעלן טעמפא, און אפשר מיט דעם איז ער גלייך צו יעדן אבער ער איז פארט אנדערש מיט צוויי קליינע חילוקים. איינס אז ער ווייסט וויאזוי עס איבערצוזאגן, און די צווייטע אז ער וועט צומאל טאקע אריינשפרינגען אין דעם געדאנק און עס ממחיש זיין. עס איז אינטערסאנט צו הערן און זעהן וויאזוי זיי נעמען אזוינע אקציעס און וואס די רעזולטאטן זענען.
דער שעפערישער מח נעמט דמיון און פארט עס צוזאם מיט אמביציע, ער ברענגט א נייעם פראדוקט מיט דעם רעצעפט, און דאס קען אמאל זיין א טאטאלער דורכפאל אדער א קאלאסאלער סוקסעס.
דער חילוק צווישן דעם שעפער און סתם באשעפעניש איז אז דער פשוט'ער מענטש וועט קיינמאל נישט האבן אזוינע טאטאלע דורכפעלער ווי דער שעפער, און דאס איז פארוואס 90 פראצענט מענטשן אפי' אויב רופן זיי זיך אונטערנעמער און אטנראפיונער'ס זענען זיי ווייט דערפון, און זיי זענען מער עוסק אין דעם חלק הדמיון וואס דער שעפער פארמאגט.
פון די צווייטע זייט וועט דער געוויינליכער מענטש נישט אנקומען צו די גרויסע הצלחות אויך נישט, ער וועט בלייבן שטעקן אין א 9 ביז 5 ארבייט ווייל ער האט מורא ארויסצוגיין נעמען די ריזיקע.
איך וויל מפסיק זיין מיט א וויכטיגע דיסקלעימער: איר זאלט ח"ו נישט ארויסנעמען פון מיינע ווערטער אז איינס איז בעסער ווי די צווייטע, עס איז קלאר אז די מערהייט פון די וועלט פארשטייט און איז אזוי ערצויגן אז ריזיקע איז עפעס וואס מ'טאר נישט נעמען נאר אויב מ'האט וואו צוריק צו פאלן אין פאל פון א דורכפאל.
דאס מיינט צו זאגן, אז אפי' אויב רעדט מען באגייסטערט פון דעם שעפערישן אונטערנעמער, ווייל עס איז אינטערסאנט צו אבזערווירן, איז זייער קלאר אז נישט יעדער מעג טון וואס ער טוט, און אסאך פון די שעפערישע מענטשן האבן נעבעך פארשפילט זייער לעבן נישט וויסנדיג דעם כלל, אז א דורכפאל איז נישט אלעמאל נאר א שלעכטער געפיהל, עס רופט זיך אן טעכניש אויף די שטוב און אויף די קינדער, און אפ'י אויב ביזטו גענוג געבויט צו נעמען ריזיקע מיינט נישט אז דיין שטוב און דיינע קינדער זענען געבויט דערפאר.
דעריבער, וויל איך קלאר שטעלן: אויב זענט איר נישט קיין ריזיקע נעמער מיינט דאס נישט אז איר טוט עפעס שלעכט, אדרבה, איר טוט וויאזוי איר פארשטייט און שפירט אז ס'איז בעסער פאר אייך. עס איז נישט קיין שום בטלנות נישט צו שפרינגען פון די הייעך ווען מ'האט נישט קיין אונטערלאנער אדער פלאן ב' אויב פאלט מען נישט ריכטיג.
צוריק צום נושא:
פון וואס מיר רעדן איז לאו דוקא וויכטיג אין ביזנעס, עס איז אויך גאר שייך ביי דעם געוויינליכן טאג טעגליכן לעבן. צו קענען מצליח זיין אין לעבן בסייעתא דשמיא, דארף מען קודם פארשטיין וואס הצלחה מיינט, און דאס איז ביי יעדן אנדערש.
דער אריגינעלער פשוטער הצלחה וואס מיר אלע פרובירן דערצו צו גרייכן איז א רואיגער אטמאספערע און א לעבן מיט הרחבת הדעת, עס איז עפעס וואס רוב מענטשן האבן די געלעגנהייט צו עררייכן בעז"ה פארשטייט זיך מיט תפלה און סייעתא דשמיא. און די וואס האבן נאך נישט דערגרייכט דערצו ארבייטן און בעטן און האפן דערויף, אבער דאס איז דער דרך הממוצע.
ווען דער מענטש גייט ארויף א שטאפל, צו דערגרייכן עפעס מער, קומט עס צומאל פון "יכולת" דאס הייסט אז דער מענטש האט פאר א סיבה א געוויסע שטופ וואס לאזט אים קלערן אז ער קען אנקומען העכער, און ער פרובירט דאס, סיי מאטריאליש אויב האט ער מער געלט, אדער אפי' ווען מ'רעדט פון טאלאנט וכדו' וואס איז גייסטישע יכולת, אבער צומאל איז עס אויך פון דמיון, דער באקאנטער לאזונג: אז מעכל קען, קען איך אויך.
אויב קוקט מען דערויף נאר פון א שטאנדפונקט אז אויב יענער קען קען איך אויך, דארף מען אויך געדענקען די אלע וואס האבן געמיינט זיי קענען און צום סוף זענען זיי דורכגעפאלן. אבער אויב קוקט מען אויף "זיך" מ'זעהט אז מ'האט די געלעגנהייט, און מ'וויל נעמען דעם מתנה וואס דער אויבערשטער האט געגעבן און פרובירן, איז זיכער אז דאס איז אן אנדערע סארט אמביציע און ריכטיגע מהלך פון נעמען דמיון און אמביציע און צוזאמשטעלן.
זענען אמאל געווען צוויי שווימער'ס, פראפעסיאנאלע שווימער וועלכע טויכן צו די טיפענישן פון וואסער און שווימען דורך מיט א שנעלקייט און פארשידענע קונצן דערביי.
איינמאל ביי א שווימען פארמעסט, איז איינער אנגעקומען גאנץ לייכט און שנעל, דער צווייטער איז אנגעקומען גאר שווער און האלב טויט, ממש א דורכפאל.
ווען מ'האט איבערגעפרעגט די צוויי איבער די הצלחה און דורכפאל האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער ערשטער האט זייער שטארק געוואלט געווינען, און ער האט בעפארן שווימען דורכגענישטערט אלע דעטאלן איבער דעם וואסער אין וועלכן ער גייט אריין, ווי לאנג, ווי טיעף, וויפיל מינוט, וויאזוי איז די וועטער, און נאך וויכטיגע איינצלהייטן וואס העלפן אים אין זיין שווימען.
פאר די צושויער האט אויסגעזעהן ווי ער שפרינגט פשוט אריין אן קיין צוגרייטונג, ממש מיט עזות גדושה א מענטש וואס האט נישט מורא וכדו', און ער האט עס געמאכט, אבער טיעף אין דעם אונטערגרינט איז געווען גאר שטארקע צוגרייטונגען צו דעם שפיל.
ווייטער דער צווייטער האט נישט געטון די אלע זאכן, ער האט פארשטאנען אז אויב דער ערשטער פארשטייט ער קען עס דא מאכן, קען ער אויך, ער איז דאך א פראפעסיאנאל פונקט ווי אים, אבער למעשה ווען די כוואליעס און די אומערווארטעטע שוועריגקייטן זענען אנגעקומען האבן נישט געהאלפן די הסברים און קיין חשבונות, ער האט קוים דורכגעמאכט לעבעדיג דעם פארמעסט.
עס איז וויכטיג צו פארשטיין, און אזוי ווערט געברענגט אין פלא יועץ אז א מענטש וואס האט געוויסע טאלאנטן אדער יכולת מעג און דארף פרובירן צו מצליח זיין דערמיט, פארשטייט זיך אז נישט אויפן חשבון פון די תורה, אבער זיך מעסטן דעם יכולת קען מען נישט קעגן א צווייטן נאר קעגן זיך אליינס.
אלזא דער חילוק צווישן צוויי שווימער און אין אונזער פאל צווישן צוויי אונטערנעמער און שעפער, זענען וויכטיג צו פארשטיין קלאר.
כלל א', וואס ברענגט דיך צו אריינשפרינגען אין דעם עסק? איז עס ווייל אז יעדער קען קען איך אויך? אדער ווייל איר האט איבעריגע פלאץ אין בעיסמענט צו עפענען א ביזנעס? אדער אזוינע סברות וואס זענען גאר אויבערפלעכליך.
און צומאל איז עס פשוט א גוטע בליץ פון א געדאנק וואס צו באשרייבן אדער איבערגעבן פאר די ריכטיגע מענטשן וואלט געווען זייער גוט, אבער אליינס האט איר בכלל נישט די יכולת דאס צו ברענגען לידי מעשה.
כלל ב' אפי' ווען מ'האט יא א קלארע וויזיע אינעם עסק, און די סיבה פון אריינשפרינגען איז קלאר, און נישט געמאסטן לויט די גאס, האט איר א קלארע וועג ארויס אויב ס'ארבייט נישט אויס?
כלל ג' אויב האט איר יא א קלארע וועג ארויס איז עס דער איינציגער מהלך? אדער קענט איר באמת איבערטראגן שוועריגקייטן? דאס הייסט אז איר פארשטייט קלאר אז אריינשפרינגען איז נישט קיין גראדע ליניע צו סוקסעס און ס'וועט נעמען גאר אסאך ארבייט און שוועריגקייטן איבער צו קומען בעפאר מ'זעהט די פירות.
אויב איז אייער מהלך קלאר אז נאר אדער אריין אדער ארויס, לוינט זיך ע"פ רוב נישט אפי' אריינצוגיין, ווייל יעדער ארויסגיין נעמט עקסטערע כוחות און געלט, און בדרך הטבע וועט איר זייער שנעל זיין אינדרויסן.
דער שווימער וואס איז מצליח איז דער וואס ווען ער זעהט א שווערע כוואליע וועט ער בכל כוחו דאס איבערקומען, דער וואס איז נישט מצליח האט נישט קיין פלאן וויאזוי דאס איבערצוקומען, ער האפט נאר אז ס'וועט נישט אנקומען.
און טאג טעגליכן לעבן איז וויכטיג די כללים נישט נאר ביי געלט, עס איז שייך ביי חינוך, ביי שלום בית און ביי סתם חברותא, נעמט נישט דעם שווערן וועג ווייל יעדער קען, דער דרך הישר שיבור לו האדם איז דער דרך הממוצע, און אויב זענט איר גרייט צו טון עפעס אויסערארדנטליך קוקט אייך גוט ארום ווער זענען די ארום אייך וואס קענען ליידן דערפון און זעהט צו איר זענט אמת'דיג גרייט דערויף, און צו זיי זענען גרייט דערויף.
געדענקט אז ווען איר שפרינגט שפרינגט איר נישט אליינס, איר זענט געקניפט און געבינדן מיט אנדערע, און מ'דארף זיך דערמיט רעכענען.