רעד איך צו א אינגערמאן פארגאנגענע וואך, איבער א אינוועסטמענט אין וועלכן ער קוקט אריין, און מ'שמועסט איבער די צדדים, פארשטייט זיך אז מ'רעדט פון די מעלות און חסרונות, מ'מעסט און מ'וועגט וועלכע זייט איז שווערער, אזוי ווי ביי אלע אזוינע קאנסולטעישאן'ס, עס איז קיינמאל נישט קריסטאל קלאר, מ'מוז זיך באקענען מיט די גוט און די שלעכט בעפאר מ'גייט אריין.
וואס דאס פאר זיך איז א טעמע פון וועלכע מ'קען אסאך שמועסן, ווען מ'דארף מאכן א באשלוס איבער א אינוועסטמענט אדער איבער אנדערע אונטערנעמונגען איז כדי צו געדענקען אז אויב זעהט עס אויס אינגאנצן גוט אן קיין פלעקל איז דא א מעגליכקייט, און איך וואלט געזאגט אז כמעט אויסשליסליך א הונדערט פראצענט פון די פעלער איז דאס ווייל דו זעהסט נישט דעם פולן בילד, אדער ווייל א גוטער סעילסמאן מאכט א גוטן דזשאב.
דאס מיינט נישט צו זאגן אז מ'מעג נישט ווערן איבערגענומען און הנאה האבן אדער וועלן א גוטע זאך און זעהן די גוטס דערין, אבער ערגעץ אינעם פראצעדור מוז זיין עפעס א שמועס אדער א ריר איבער די נישט גוטע זייט, און ווען מ'האט נישט דעם שמועס מיינט אז עס פעלן פאראגראפן וואס מוזן נאך ערפילט ווערן.
צוריק צו אונזער געשיכטע, מ'רעדט פון א אינוועסטמענט, פאר דעם אינגערמאן איז עס א גרויסע אינטערנעמונג, ער זוכט אבער וואו צו לייגן זיין געלט ארבייטן, און א גוטער פריינט האט אים געברענגט א געוואלדיגן געלעגנהייט וואו מ'קען שיין מרויח זיין, און מ'שמועסט איבער די פאקטן.
אזא שמועס ווערט צעטיילט צווישן רויע פאקטן, און רויע צוטרוי.
לאמיך מסביר זיין.
פארשטייט זיך אליינס אז די פאקטן מוזן געזעהן ווערן אין 4 דימענשאן'ס, מ'דארף פרובירן צו זעהן דעם אמת וויאזוי די זאך איז.
אבער אין יעדע "עתידות" יעדע זאך וואס האט צו טון מיט שרייבן א פלאן פאר דעם עתיד און נישט א מעשה פון דעם עבר, איז דא א חלק פון "צוטרוי" וואס קומט אריין אין בילד.
אפי' ווען מ'שרייבט א מעשה פון עבר וואס ס'וואלט זיך געוואלט דוכטן אז דארט קען מען יא זיין 100 פראצענט אקוראט, שטעלט זיך ארויס אז ס'איז קיינמאל נישט אזוי, כ"ש ווען מ'שרייבט עפעס פארן עתיד, און מ'פרובירט צו פארשטיין וויאזוי עס וועט זיך ארויסשטעלן, איז נאריש צו פארלייגן אפי' א טענה איבער א אויסבליק וויאזוי עס וועט זיך אויסארבייטן.
צוטרוי און נאמנות איז זייער א הייקאלע און אסאך מאל אומריכטיג באנוצטע מאטריאל.
דער איד זאגט מיר איבער די ווערטער פון זיין גוטן פריינט, אויף געוויסע חלקים פון דעם ביזנעס פרעזענטאציע, וואס אין יענע ענינים איז "צוטרוי" א פאקטאר, און ער ווארפט אריין דעם באקאנטן "איך גלייב נישט קיינעם" פראזע, איך טראסט נישט קיינעם ווען ס'קומט צו די זאכן וכדו'.
ס'האט מיך היבש געוואונדערט דעם שארפן טאן פון אומצוטרוי וואס ער האט ארויסגעוויזן, און עס האט מיך אויך דערמאנט אז דאס איז א טעמע וואס דארף ווערן אויסגעשמועסט. איך האב אים געפרעגט פארוואס ער האט אזא אומצוטרוי צו דעם זעלבן מענטש וואס האט אים געברענגט צו טראכטן בכלל פון דעם גאנצן עסק, וואס איז לכאורה א סימן אז עפעס צוטרוי האט ער צו דעם מענטש.
ווען דער מענטש וואלט געווען אומטרויבאר בכלל וואלט דאך דער שמועס בכלל נישט געווען שייך, מיר וואלטן נישט גערעדט דערפון, דו וואלטסט דאך אפי' נישט גענומען די מיה צו קומען פאר קאנסאלטינג צו פארשטיין די דעטאלן פון אן אינוועסטמענט פון א אומפארטרויליכן מענטש, מוז דאך זיין אז עפעס א צוטרוי איז דא, אלזא וואו שטעלט זיך עס אפ? ביז וואו גלייבסטו אים, און פון וואו און ווייטער נישט? און פארוואס?
אונזער שמועס איז געגאנגען ווייטער און מ'האבן מיר אויסגעגליכן די פארקנייטשטע אומקלארע מיינונגס פארשידנהייטן, און ב"ה מ'רעדט ווייטער דאס וואס מ'דארף אין דעם ענין. אבער דאס איז שוין נישט נוגע צום ארטיקל.
פון דעם עפיזאד און נאך אזוינע אין די פארגאנגענהייט איז ווידער ארויף געקומען אויפן אויבערפלאך א מציאות וואס מענטשן דארפן ווען בעסער פארשטיין, און דורכטראכטן ווען ס'קומט צו צוטרוי.
עס זענען אלס דא די אומזיכערע מענטשן וואס קענען באמת נישט טון גארנישט מער ווי די טעגליכע רוטין צוליב דעם פחד און אומצוטרוי צום גלאבאלן מענטשהייט, אמאל קומט עס פון אינעווייניג, פשוט דער מענטש קען נישט אליינס געטרויען קיינעם, עס איז א פאך צו קענען געטרויען מענטשן, מ'מוז האבן דעם כח אין זיך, און אמאל קומט עס פון אינדרויסן, דהיינו אז דער מענטש האט זיך עטליכע מאל אפגעבריהט און שאקירט געווארן איבער דעם נידעריגקייט פון שקרנים וואס האבן אים אזוי פאר'נער'ט, אז ער קומט צו א צייט וואס ער קען שוין מיט די בריאה דער מדבר קיין געשעפטן נישט מאכן.
ער איז נעבעך אומשולדיג, אבער ער וועט נישט אנקומען מיט דעם מהלך אין ערגעץ, עס העלפט אים נישט קיין סאך, די וועלט גייט אן מיט אים אדער אן אים, און דער גלגל דרייט זיך און ער איז דערויף א איינוואוינער ביז די הונדערט און צוואנציג.
עס זענען ווייטער דא די מענטשן וואס זענען גאר ווילד אין זייערע באשלוסן, טראכטן נישט צופיל, און בריען זיך אפ נאכאמאל און נאכאמאל, און באמת טוען איבער די זעלבע טעותים יעדעס מאל אנע צוזאמשטעלן דעם בילד אז עפעס טוט איר נישט ריכטיג, און איר וואלט שוין געדארפט בדרך הטבע וויסן אז בעפאר איר באשלוסט עפעס דארף מען עכ"פ מאכן די מינדעסטע השתדלות נישט אריינצופאלן.
די מענטשן צומאל קומען אן זייער ווייט, ווייל במציאות טוען זיי און עס מאכט זיך אז זיי האנקערן זיך אריין אין א גוט געשעפט אפי' זיי האבן נישט געמאכט די ריכטיגע השתדלות, אבער אויך מאכט זיך גאר אסאך אז זיי פאלן אריין אין גאר א טיעפן גרוב וואס ליידער האט שוין באוויזן צו באגראבן מענטשן פינאנציעל און אפי' טיעפער פון דעם.
אבער דער וואס שטייט אינדערמיט, און ער וויל יא גיין אויפן דרך הממוצע, דער איז וועלכער מיר ווילן צו יענעם רעדן היינט, ווען דארף מען גלייבן אדער בעסער געזאגט "מעג מען" גלייבן, און ווען טאר מען נישט גלייבן, אדער עכ"פ דארף מען זיין מער פארזיכטיג.
צו טרויען א מענטש פארשטייט זיך אז מ'דארף אדער קענען דעם מענטש פערזענליך, אדער האבן ריכטיגע אינפארמאציע, און פארשטייט זיך אויך אז אויב זעהט עפעס אויס צו זיין אומגעוויינליך אין סיי וועלכע ביזנעס אפפער אדער אפי' אין פערזענליכן לעבן, דארף מען זיין זייער פארזיכטיג, מקיים זיין דעם כבדהו וחשדהו, מיר לעבן פארט אין א עולם השקר, און עס איז וויכטיג צו באטאנען אז "הוי דן לכל אדם לכף זכות" איז נישט געזאגט געווארן אויף צו בויען א פאלשן צוטרוי צו א מענטש צוליבן דן זיין לכף זכות, מ'דארף טון דאס מערסטע נישט אריינצופאלן.
אבער ווען דער צוטרוי איז אויפגעבויט, מוז מען וויסן אז עס דארף זיין א כלליות'דיגער, און מ'קען נישט אריינגיין אין ביזנעס מיט האלבע צוטרוי, אפי' אויב אויף איין געוויסן נושא איז מען שוין אמאל דורכגעפאלן קען מען נישט חושד זיין יעדן מיט וועם מ'קומט אין קאנטאקט צו זיין אומאויפריכטיג.
עס איז אויך וויכטיג צו פארשטיין דעם חילוק צווישן צוטרוי און גלייבן אין דעם מענטש, דהיינו:
איך קען גלייבן אז דער מענטש איז א איש האמת און ער וועט בשום אופן נישט זאגן שקר, און אזוי ווייטער, אבער פארט מוז מען זיין אייביג פארזיכטיג ווייל דער מענטש נישט קיין חילוק ווי אויפריכטיג ער איז קען אויך האבן א טעות, דאס איז וואס מיר האבן געשריבן אנהייב פון דעם ארטיקל, דער עצם השתדלות וואס דער מענטש מאכט צו וויסן אויב ער טוט ריכטיג דארף ווייטער געטון ווערן און נישט בלינדערהייט טון, אבער מ'מעג און מ'מוז געטרויען געוויסע מענטשן מיט וועם עס איז אויפגעבויט א טראסט ווייל אנע דעם קען מען באמת נישט אנקומען ווייט.
לאמיר גומר זיין מיט איין ווארט.
אויב איז יענער נישט באגלייבט, הייב נישט אן מיט אים
אויב איז ער יא באגלייבט, מיינט נאך נישט ער ווייסט אלעס,
אויב פון אייער זייט שטימט דער מציאות, און דער מענטש איז באגלייבט באופן כללי, איז דאס דער ריכטיגער רעצעפט פאר א גוטע ביזנעס רילעישאנשיפ, און ווערט אנגערופן ריכטיגע השתדלות נישט צו מוזן יעדן טאג נאכאמאל מעסטן זיין נאמנות.
ווען מ'נעמט אויף א לייף גארד צום שווימען, אדער אין אנדערע פראפעסיאנאלע שטעלע'ס אויב האט דער מענטש א כתב, אדער א לייסענס, איז דאס גענוג צו באשטעטיגן אז דער מענטש קען די פאך, און מ'דארף נישט מאכן א דורכדרינגליכן פארהער, ווייל נאמנות דארף קומען באיזה אופן שהוא, אבער מ'קען נישט א שותף אדער א ארבייטער פארהערן יעדן טאג אויף נאמנות, עס צענעמט אן מאכט חרוב די צוזאמארבייט.