אויף א ווינקל אין מארק אין די שטאט כעלם שטייט א אידל מיט א שילד וואס רופט די כעלמער איינוואוינער צו קומען נעמען אנטייל אין א געוועט, וואו מ'קען פארדינען אן עקסטערן רובל פארן טאג. א לאנגע שורה פון אינטערסירטע שפילער פארמירט זיך ארום אונזער סוחר'ל וועלכער רופט אויס אז ער וועט פרעגן א פראגע אין מעטאמאטיק, און אויב דער ענטפער איז ריכטיג באקומט מען א רובל, ווידעראום פאר אן אומריכטיגן ענטפער דארף מען אים צאלן א רובל.
ענטוזיאסטיש אין זייער חכמה און אומגעוויינליכן פארשטאנד שטייען די כעלמער ארום דעם איד, וועלכער האלט א באדעקטן קערבל אין איין האנט, און א שאכטל עפל אין די צווייטע האנט. דער ערשטער קומט צו, און דער סוחר פרעגט אים: וויפיל איז איינס מיט איינס? אויב דיין ענטפער איז ריכטיג קריגסטו א רובל.
דער איד צעגערט נישט, אלס כעלמער ווייסט ער שוין זיך נישט צו פארלאזן אויף אינסטינקט ער נעמט ארויס זיינע פינגער פון דעם דיקן הענטשוך און ציילט איינס מיט איינס, און זיין ענטפער קומט קלאר: צוויי.
אלזא נעם א עפל פון דעם שאכטל, און לייג אריין אין קערבל. דערנאך נעם נאך אן עפל, און לייגט דאס אויך אריין, וואס דאס וואלט לויט דיין חשבון געדארפט זיין צוויי, און מ'וועט זעהן ווער עס איז גערעכט. דו קענסט דא פארדינען דיין רובל שנעל.
דער איד מיט גרויס פרייד לייגט אריין צוויי עפל אינעם קערבל, און מיט אומבאהאלטענע עקסטאז ווארט ער מ'זאל עפענען און ציילן און געפינען ווי ריכטיג ער איז ווען ס'קומט צו חשבון. דער סוחר עפנט דעם שאכטל, און צו זיין שאק געפינט מען דארט 3 עפל.
עפעס שטימט נישט דא, עס קען דאך נישט זיין. אבער א פאקט קען מען נישט פארלייקענען, דעם אידל האט עס געקאסט א כעלמער רובל.
אזוי קומט ארויף דער קומענדיגער אין די שורה, און טוט דעם זעלבן שפיל, און ווען ער עפנט דעם קערבל טרעפט מען דארט 5 עפל. ממש א פליאה.
אונזער סוחר שארט רובל'ס און די כעלמער קראצן זיך דעם קאפ, וויאזוי קען דאס זיין? מיר לייגן אריין צוויי עפל, און דער טרעפט כסדר מער און מער דערינען.
א ספעציעלע פאנד צו העלפן די פארלוירענע כעלמער צוריק פארדינען זייערע רובל האט מען געשאפן, אבער מיר וועלן זיך אומקערן זעהן דעם אויסקום פון דעם שווינדל שפיל.
דער לעצטער ארויפצוגיין אויף די בימה איז א אידל וועלכער איז א גאסט אין כעלם, און ער טוט א פשוט'ע פארשטענדליכע אקט, ער בעט צו זעהן דעם קערבל פאר מ'לייגט אריין די עפל, און פארשטיייט זיך אז דארט טרעפט מען א פארזאמלונג פון אלע עפל וואס די כעלמער האבן שוין אריינגעלייגט בעפאר. מ'ליידיגט אויס דעם קערבל, און דאן האט אונזער גאסט געווינען דעם רובל וואס אלע האבן געגארט צו געווינען. און דערמיט איז אונזער סוחר אנטלאפן מיט די איבעריגע רובלן און פארבליבענע עפל, איבערלאזנדיג אן אפגע'נער'טן כעלם אין גרויס טרויער.
כלפי מה הדברים אמורים?
איז טאקע איינס מיט איינס, צוויי? זיכער אז יא, נאר וויאזוי קען זיין אז אמאל אזוינע טרוקענע פאקטן און מציאות ווען מ'באגעגנט זיי פעלשעווען זיך אליינס, און עס קומט אמאל אויס איינס מיט איינס איז דריי?
אין די וועלט נוצט מען זייער אסאך דעם אויסשפריך אויף געוויסע פאקטן, איינס מיט איינס, ווי צו זאגן, עס איז אזוי קלאר ווי איינס מיט איינס. און דאס איז לכאורה פון די גרינגסטע מעטאמאטישע חשבונות, יעדער ווייסט עס איז צוויי.
צומאל שטעלט זיך אבער פארט ארויס אז איינס מיט איינס איז נישט ממש צוויי, און מ'זוכט תירוצים פון אונטערן טיש פארוואס דאס מאל האט דער חשבון נישט געשטימט.
לאמיר נעמען אן עקזעמפל, דער דאקטאר האט געהייסן א איד יעדן טאג שפאצירן פאר א געוויסע צייט כדי זיין בלוט דרוק זאל ווערן בעסער, ווען דער איד קומט צוריק צום דאקטאר און מ'זעהט נישט קיין רעזולטאטן, פרעגט אים דער דאקטאר, האסט געטון וואס איך האב דיר געהייסן? אודאי יא, נו, דאקטאר, האסט דאך געזאגט אז ס'איז איינס פלוס איינס, און ס'דארף מיר בדרך הטבע העלפן, און דא גארנישט?
נאך א לענגערע שמועס איז ארויס געקומען אז די צוואנציג מינוט שפאצירן האט ער טאקע געטון, אבער בסירוגין, נישט אין איינמאל, אביסל דא א ביסל דארט, וכדו'. פארשטייט זיך אז דאס איז שוין נישט געווען קיין איינס מיט איינס, און עס איז בכלל נישט פון וואס מ'רעדט.
מ'זאגט פאר א ביזנעס סעילסמאן אז ווען ער פרעזענטירט זיין פראדוקט פאר א געוויסע צאל פון פאטענציאלע קונים וועט בדרך הטבע ארויסקומען דערפון א געוויסע צאל סעילס, באזירט אויף די פאקטן און סטאטיסטיקס אין די ביזנעס.
ווען דער סעילסמאן קומט צוריק מיט א ויצעקו אז ביי אים ארבייטן נישט די פאקטן, אדער אז ביי אים איז דער דרך הטבע בכלל נישט גילטיג, און איינס מיט איינס איז ביי אים נאך אלס נישט צוויי, קומט געוויינליך ארויס די מציאות אז אמת ער האט אפשר גערופן די צאל מענטשן, אבער מיט דעם איז נאך אלס געווען עפעס עפל אין דעם קערבל, ווי למשל ער האט גערופן די זעלבע מענטשן עטליכע מאל, אדער גערופן אזוינע מענטשן וואס ער האט געוואוסט אז ער האט נישט קיין שאנס זיי צו פארקויפן פאר סיי וועלכע סיבה.
דאס איז שוין אודאי נישט צוויי, ווייל ס'איז נישט איינס מיט איינס.
איינס מיט איינס איז נאר ווען עס איז א ריינער איינס מיט איינס, איר קענט נישט וועלן האבן גוטע רעזולטאטן פון סיי וועלכע השתדלות ווען איר לייגט צו און נעמט אראפ כרצונכם הטוב, און דערנאך זיך וואונדערן אז היתכן איינס מיט איינס איז ביי אייך נישט צוויי.
אודאי איז דאס אויך שייך אין סיי וועלכן הינזיכט אין לעבן ווען די פאקטן וואס ווערן פארגעשלאגן זאגן אז דער מציאות וואלט געדארפט זיין אנדערש ווי ס'שטעלט זיך ארויס, און מ'רעדט דא נישט פון קיין אויסערארדנטליכע ניסים, אבער ווען דער מענטש טוט א זאך בשלימות נישט צו דארפן פארענטפערן פארוואס ער האט געטון וואס ער האט געטון, נאר באמת מיטן ציהל אנצוקומען, האט הקב"ה אריינגעלייגט אין די טבע אז מ'זאל קענען רעכענען איינס מיט איינס, און דערמיט טון די ריכטיגע השתדלות.
שטעלט אייך פאר ווען א אינדזשעניר וועלכער דארף בויען א בריק וועט רעכענען איינס מיט איינס בערך, און ערווארטן אז דער ריזיגער בריק זאל שטיין גלייך און שטארק. ולעומת זה ווען ער טוט יא זיין ארבייט בשלימות און רעכנט מיט א פונקטליכקייט איז נישט קיין מעשי ניסים אז עס ארבייט זיך אויס, ווייל אזוי האט הקב"ה אריינגעלייגט אין די טבע אז דער מענטש זאל קענען טון געהעריגע און אויסגערעכנטע השתדלות צו קומען צו גינסטיגע רעזולטאטן.
איך הער ווי א אינגערמאן זאגט פארן צווייטן: איך ווייס נישט פארוואס, אבער פאר מיר ארבייט דאס נישט. ביי יעדן יא, אבער ביי מיר נישט. דאס איז דער תירוץ אין רוב פון די פעלער, דער קערבל האט שוין עפל, דארפסט עס אויסליידיגן און אנהייבן פון אל'ף.
ווען מ'זאגט איינעם וויאזוי צו פארן, וואו צו מאכן א רעכטס און א לינקס כדי אנצוקומען צום ציהל, מוז מען וויסן פאראויס וואו מ'האט אנגעהויבן. מ'קען נישט געבן קיין דירעקציעס ווען מ'ווייסט נישט פון וואו מ'האט אנגעהויבן.
אידן זעצן זיך אראפ מיט א קאנסאלטענט אדער אפי' סתם א גוטן איד צו פרעגן אנווייזונגען אין א נושא, אבער אפאר דעטאלן שפירט ער נישט באקוועם צו מיטטיילן, דערנאך האט ער טענות אז ס'האט ביי אים נישט געארבייט טראץ וואס ביי יעדן ארבייט עס יא.
ר' איד, דער קערבל דארף זיין ליידיג, מ'קען נישט טון קיין האלבע ארבייט, מ'דארף זיין פולקאם קלאר, און פונקטליך, אן אויסלאזן פאקטן, און אודאי נישט מיטן צוליייגן פאקטן.