פארגאנגענע וואך האבן מיר גערעדט אין די נושא פון איינס מיט איינס איז צוויי, און מיר האבן אסאך צוריק געהערט פון די חשוב'ע לייענער, וועלכע האבן געטראפן דעם געדאנק ווירקזאם אין אסאך ווינקלען פון לעבן, און געבעטן מ'זאל אביסל מער מאריך זיין און מסביר זיין דעם נושא, סיי צו פארשטיין דעם עצם געדאנק פארוואס זאל א מענטש זיך אליינס נער'ן מיט אזוינע פשוט'ע פאקטן, און מער פון אלעם וויאזוי נישט אריינצופאלן אין דעם זעלבסט-בלאף וואו דער מענטש אליינס פיטערט דעם מח מיט א פאלשן נעראטיוו און ווערט מיטגעשלעפט פרובירנדיג צו פאר'נער'ן אנדערע.
לאמיר נעמען א דוגמא פון א געשיכטע וואס שפילט זיך אפ אין די איצטיגע צייטן צווישן צוויי שותפים וועלכע האבן זיך פאראייניגט אויף א ביזנעס און געעפנט מיט גרויס פרייד א געשעפט, איינער פון די שותפים איז געווען דער מח פון דעם עצם רעיון, מיט א שטארקע עקספערטיז אין דעם פעלד, דער צווייטער האט נישט געהאט אזוי שטארק עקספיריענס אין דעם פעלד אבער גלייבנדיג די יארן עקספיריענס פון דעם שותף אז ער ווייסט יא וואס ער רעדט, האט ער אינוועסטירט א מאיאנטעק פון געלט אינעם געשעפט.
דער ערשטער שותף דער בעל הרעיון, וועל מיר אים רופן ראובן, האט אראפגעשטעלט אפאר יסודות'דיגע מהלכים צום הצלחה פון געשעפט, און ער האט פארגעשטעלט א בערך'דיגן סדר וויאזוי עס דארף זיך בדרך הטבע אויסשטעלן אויב וועט מען טון די פעולות כסדרן וכהלכתם.
דהיינו, ער האט אראפגעשטעלט א בודזשעט פאר מארקעטינג וואס מ'וועט דארפן האבן צו מצליח זיין, ער האט אויך אראפגעשטעלט א נומער פון וויפיל ארבייטער מ'וועט דארפן האבן צום אנהייב פון געשעפט, און אויך פארשידענע פיטשיווקעס וואס פעלן זיך אויס נישט אזוי ווייט צום עצם יסוד, נאר צו מאכן געלט שנעל.
דאס הייסט למשל אויב פארקויפט מען ברויט, ווייסן ביידע שותפים צוגלייך אז מ'דארף מעל וואסער אייער און א וועלגער האלץ (יא? מ'דארף א וועלגער האלץ? איך ווייס נישט, פרעגט א בעקער, אבער ס'איז נאר א משל) וואס מ'ווייסט נישט אויב מ'האט נישט עקספיריענס, איז וואו די מארקעטינג דארף זיין, און וויפיל ארבייטער ס'נעמט צו מאכן א ברייטל, און אזוי ווייטער.
דער שותף מיטן געלט איז אריינגעקומען מיט א קלארן חשבון וויפיל מעל קאסט, וויפיל וואסער קאסט, און אזוי ווייטער, די איבעריגע עקספענסעס וואס ער האט אנגעקוקט אלס קאטאגאריע צוויי, האט ער נאר בערך'דיג דערהערט ווען מ'האט אויסגעשמועסט דעם געדאנק, און ער איז אריינגעשפרינגען.
אויף זיין טיש ליגט א ביזנעס פלאן מיט שאצונגען פאר די ביזנעס צו פארדינען דעם ערשטן יאר לאמיר זאגן הונדערט טויזנט דאללער. ער ציילט דאס געלט יעדן חודש, און ער ווארט שוין צו זעהן זיינע רווחים.
ווען די יאר האט זיך געענדיגט איז ער בא ב'געוואלדיגע טענה' צום שותף, היתכן די איינקונפט איז סאך ווייניגער ווי די האסט לכתחילה פארגעשאצט, ביזט אן עקספערט אדער נישט?
די שותפים זענען געקומען צו מיר זיך טרעפן אלס מתווך צו זעהן וויאזוי מ'גייט ווייטער. און דא איז ארויסגעקומען נאך אמאל דער גרויסער מציאות פון איינס מיט איינס.
דהיינו, שמעון דער אינוועסטאר טענה'ט אז ער האט געגעבן אלס וואס מ'האט געדארפט צו עפענען דעם ביזנעס, און ס'האט נישט געברענגט די רעזולטאטן וואס ראובן האט פארגעזאגט.
ראובן ענטפערט, איך האב דאך דיר קלאר געזאגט אז פאר מארקעטינג דארף מען טון אזוי און אזוי, און פאר ארבייטסקראפט דארף מען אזוי וכו', און דו האסט די אלע זאכן אוועק געמאכט. אלזא וואס פארלאנגסטו פון מיר?
פארשטייט זיך אז מ'רעדט דא נישט פון קיין מחלוקה, אדער א ביזנעס צוזאמפאל, נאר אביסל קלארקייט, וואס נעמט אריין די צוויי לעצטע נושאים וואס מיר האבן אויסגעשמועסט אין די ראמען פון דעם רובריק "קריסטאל".
איינס, וועם גלייבט מען יא? דאס הייסט אז אויב האסטו גענומען א שותף אלס אן עקספערט אין א פעלד, און דו האסט אים פארטרויט מיט אזויפיל געלט, קענסטו נישט אויפהערן און איבערנעמען די לייצעס ערגעץ אינמיטן וועג און ערווארטן אז עס זאל זיך בויען א פעסטער שותפות מיט גוטע אויסזיכטן.
צוויי, ווען ערגעץ אינמיטן די ארבייט באשלוסט איין שותף אז מ'קען שניידן ווינקלען, און מ'דארף נישט טון פונקטלטך וואס מ'האט אפגעשמועסט, צו זאל עס זיין צוליב די אומערווארטעטע אדער אומגעשאצטע קאסטן אדער ווייל עס האט פשוט געטראפן א אויסערליכע סיבה נישט צו קענען טון וואס מ'האט געוואלט, קענסטו נישט ערווארטן אז די רעזולטאטן זאלן יא זיין די זעלבע, ווייל:
איינס מיט איינס, איז צוויי. מ'קען נישט אריינלייגן אדער אראפנעמען און נאך אלס ערווארטן דעם זעלבן נומער צוויי ביי די ענדע.
וועט אמאל פאסירן אז די מעשה טוישט זיך און מ'דארף טאקע טון אנדערש ווי געקלערט אדער ווי דאס וואס דער עקספערט האט לכתחילה געזאגט, און מ'קען די זאכן נישט באווארענען, דאס איז די ריזיקע אין ביזנעס וואס יעדער נעמט, אבער כדי צו בלייבן אין שותפות מיט א גוטן געמיהט קען מען נישט ארויף ווארפן די שולד אויף דעם וואס האט לכתחילה געזאגט אז מ'וועט דאס ברויכן.
מ'דארף עס נעמען און פארשטיין אז אין אונזער פאל האט זיך דערווייל נישט אויסגעארבייט וואס מ'האט פונקט געוואלט, און מ'דארף אפשר רידירעקטירן די מהלך, אדער טאקע אננעמען א לענגערע וועג צו סוקסעס, וואס דאס איז שוין נישט נוגע דא צו אונזער שמועס, וואו די מעשה פון א בעקעריי איז נאר א משל ווי דערמאנט.
לאמיר נעמען אן אנדערן אנעקדאט וואס האט זיך לעצטנס אפגעשפילט מיט א "איינס און איינס" סיטואציע, וואס וועט ארויסברענגען למעשה וואו צו נוצן דעם מהלך פון טראכטן און אדאפטירן צו ריכטיגע רעזולטאטן.
אונזער שמועס פארט אריבער צו א פאנדרעיזער פאר א מוסד וואס גייט שוין אן פאר איבער 10 יאר, די מוסד האט שוין געהאט פאנדרעיזער'ס, שוין פארלוירן און געווינען, זיי האבן שוין א שטיקל מהלך וויאזוי זייער פאנדרעיזינג ארבייט, צו זאל עס זיין מיט א דינער, אדער מיט אן אפיעל, איך וויל נישט אריינגיין אין קיין טיעפע דעטאלן כדי נישט צו ווערן פארזייטיגט מיט די אומנויטיגע דעטאלן, אבער אין קורצן איז דער מוסד גאנץ פיין אויסגעשטאט מיט א מהלך צו מאכן געלט.
דער נייער פאנדרעיזער איז געקומען לכתחילה פון א סעילס פאזיציע אין א קאמפאני וואס פארקויפט א געוויסע פראדוקט פאר עסן געשעפטן, און ער האט געדארפט נאכגיין די סעילס, און ווי מ'רופט עס אין די ביזנעס וועלט האט ער געדארפט מאכן "קראס סעילס" דאס הייסט מאכן אז די איצטיגע קליענטן זאלן קויפן מער, אדער "אפסעילס" וואס דאס הייסט די איצטיגע קליענטן זאלן קויפן טייערערע פראדוקטן אפי' דאס וואס זיי קויפן שוין יא.
למשל: אויב ביז יעצט האט ער נאר געקויפט די חנוכה דאונאטס וואס גייען פאר 3 דאללער, זאל ער אויך לייגן אויף די שעלווס אפאר וואס זענען 8 דאללער א שטיקל, דאס איז געווען זיין ארבייט, מאכן זיכער אז פון די פופציג אדער הונדערט קאסטומער'ס קומט אריין מער געלט.
דער סעילסמאן האט געשפירט אז ער איז אנגעקומען צו א הויכפונקט פון וואו ער קען נישט ווייטער וואקסן מיט זיין עקספערטיז אין סעילס, און ער האט באקומען אן אפפער פאר פאנדרעיזינג וואו ער הייבט אן דארט וואו ער ענדיגט אין זיין איצטיגן דזשאב, מיט פאטענציאל וואקסן גאר הויך. און עס איז ריכטיג אזוי.
דא קומט אריין דער פראבלעם: זייענדיג א נייר מחוק, דאס הייסט ער קומט שוין פון סעילס, מיט א געוויסן בליק אויף זאכן, ער האט א מהלך, ער האט א מיינונג, ער ווייסט וואס מ'דארף טון, אפ'י אויב נישט ממש, ווייסט ער בערך, ער איז נישט ניי אין פעלד, האט די מוסד וואס האט אים אזוי ענטוזיאסטיש אויפגענומען זיך געטראפן מיט דעם מציאות, אז דער אינגערמאן איז טאקע גוט, אבער מ'קען אים נישט "הייסן" וואס צו טון. זיין תירוץ איז אלס: דו האסט מיך אויפגענומען מאכן געלט, פארוואס זאגסטו מיר וויאזוי?
אין אמת'ן וואלט דער מוסד אוועק געקוקט און געלאזט אים טון וואס ער וויל צו ברענגען דעם געלט, אבער לאמיר זיך נישט פאפן, פונקט ווי דער אינגערמאן האט אפשר עקספערטיז אין איין פעדעמל פון סעילס, האט דאך די ארגעניזאציע עקספערטיז אין זייער פראדוקט, און ווייסן שוין וויאזוי עס ווערט דאס בעסטע פארקויפט. (מיר ווילן נישט יעצט אריינקריכן אין דעם נושא וואס איז א סעריע ארטיקלען פאר זיך, אויב וועט זיין א פארלאנג)
ווען די מוסד האט אראפגעשטעלט די "אקטיוויטעטן" פארלאנגען פון דעם אינגערמאן, האט ער עס גענומען אבער נישט מיט קיין ערנסטקייט, און ווען די רעזולטאטן האבן נישט פארשפעטיגט צו קומען, און מ'האט דערקענט אז עס קעומט נישט אריין וויפיל מ'האט ערווארטעט, האט זיך אנגעהויבן דער יום טוב אטמאספערע פון באשולדיגן איינער דעם צווייטן.
און ווייטער איז אריינגעקומען דער "איינס מיט איינס".
דער סעילסמאן האט געטענה'ט אז דער מוסד דארף מער אינוועסטירן אין פאבליק רילעישאן'ס וכדומה, און די מוסד האט געפרעגט: האסטו געטון וואס מ'האט פארלאנגט פון דיר?
דער תירוץ איז געווען יא, אבער... דאס הייסט אז די מוסד האט פארשטאנען אז איינס מיט איינס איז צוויי, אבער דער פאנדרעיזער האט מצדו איינגעזעהן אז דאס איז יא און דאס איז נישט וויכטיג, און איינס מיט איינס האט שוין געהאט אסאך אינמיטן, און פארשטייט זיך אז דעמאלס איז איינס מיט איינס נישט צוויי.
וואס די סוף פון די מעשה איז געווען אדער האלט נאך אינמיטן זיין, וועל מיר לאזן פאר א קומענדיגע געלעגנהייט, אבער האפנטליך לערנט מען ארויס פון די נושא וויאזוי יא צו רעכענען מיט קלארקייט דעם איינס מיט איינס, אין יעדן הינזיכט.