לאמיר אויסשמועסן א גאר וויכטיגע טעמע, און ווי שוין ערווענט אינעם פארגאנגענהייט, מערסטנסטייל פון די שמועסן זענען תוצאות פון טאג טעגליכע איבערלעבענישן אין וועלכע זיי קומען אפיר און איך שפיר אז ס'וואלט געקענט בייהילפיג זיין פאר אנדערע צו לייענען דערוועגן.
לאמיר אנהייבן מיט א פיזישע יסוד כללי וואס אויב זענט איר נישט קיין סייענטיסט אדער א פיליזאף וועט איר נאך אלס וויסן דעם כלל אפשר נישט מיט די פראפעסיאנאלע טערמינען, אבער מ'דארף זיין זייער נאריש נישט צו פארשטיין, אז כדי א בנין זאל זיין גראד דארף עס מיסודו זיין גראד, מ'קען עס נישט אויסגראדן שפעטער.
נאך מער פון דעם איז זייער קלאר, אז די מינדעסטע שיעפקייט ביים אנהייב פון א גראדן צוזאמשטעל פון צוויי בנינים אדער אפי' נאר פון קלענערע אביעקטן, וועט פירן צו א גאר שארפע און ווייטע קרומע שיפקייט ביים שפיץ, פארשטייט זיך אז עס ווענדט זיך ווי הויך דער אביעקט איז.
מיר נוצן אסאך דעם אנאליז ביי חינוך פון די קינדער, און ביי אנדערע זאכן ארויסצוברענגען ווי וויכטיג יסודות זענען, און ווי א קליינער בייג וואס זעהט אויס אזוי מינימאל ביים יסוד, וועט פארמירן א ריזיגן שייד ביים שפיץ וואס מ'קען נישט צוזאמברענגען.
איינס פון די פלעצער וואו דער מציאות איז מערקבאר, אבער שטארק נישט אנערקענט, און עס פעלט אויס מער מחשבה דערויף, איז אין "לעבנס שטייגער", דאס הייסט אז אמאל קען א קליינער בייג וואס ווערט אפי' נישט באמערקט נאר טאמער מ'זוכט עס, בייגן און פארמירן דעם מענטשן'ס לעבנס שטייגער צום גוטן אדער ח"ו פארקערט.
איר וועט זעהן דעם איד אין ביהמ"ד ער זעהט אויס ווי א נאבעלער וואוילער איד וועלכער טשעפעט נישט קיין פליג, ער קומט אין ביהמ"ד אן קיין רעש, און פארלאזט דעם ביהמ"ד אן קיין געפילדער, ער איז פון די אידן וואס מ'באמערקט נישט אפי' אז זיי זענען אנוועזנד. איר וועט ביי אייך אין מחשבה באשטימען אז דער איד איז געבוירן מיט די מעלה פון זיין איידל און אפי' אביסל מער פארשלאסן ווי מ'דארף.
דא קומט אמאל אויס אז איר זאלט מיט דעם איד דארפן פארקערן אין א געשעפט אדער אפי' נאר אין א וועלטליכן שמועס אין וועלכן איר האט אים פארכאפט, און עס אנטפלעקט זיך א אנגעווייטאגטער און אנגעצויגענער דמות, א מענטש וואס איז ברוגז אויף אסאך, און באשולדיגט די וועלט מיט זיינע פראבלעמען, אז דער שמועס ווערט זייער שנעל אומאיינגענעם.
איר וואונדערט זיך אויף אייך אליינס, וואס איז דא פארגעקומען? איך האב דעם מענטש נישט געקענט אזוי, ער האט אלס אויסגעזעהן ווי א בעל מדות טובות און רואיגער סאלידער כאראקטער, און דא שטעלט זיך ארויס אז דער מענטש איז נעבעך א פארביטערטער נפש, אבער מער פון דעם איז ער פון די וואס באשולדיגן אלס יענעם, און דאס איז נישט אין שאטן פון די גאר גוטע בעל מדות וועלכע איך האב זיך פארגעשטעלט.
איר האט א חבר וועלכער איז א מעורב בין הבריות, א גאר בא'חן'טער איד, יעדער וויל מיט אים שמועסן, און ער האט אלס א גוט ווארט צו זאגן, אבער ווען עס איז אייך אמאל אויסגעקומען צו רעדן א טיעפערער שמועס מיט אים זעהט איר אז איר האט אים נישט ריכטיג געקענט ביז היינט, ער איז מהיפוך להיפוך, דער גאנצער אנשטעל פון זיין א מעורב בין הבריות צופאלט פאר אייערע אויגן ווען איר הערט וויאזוי ער רעדט ווען ער איז אין די צייטן פון כיסו כוסו אדער כעסו, און איר וואונדערט זיך אויף זיך אליינס, וויאזוי מאכט מען דעם אנשטעל? און וואס איז דער אמת?
אזוינע עפיזאדן פאסירן אסאך, ווען מיר באגעגענען זיך מיט א מהות, און מיר לעבן מיט דעם מציאות און מיינען אז מיר פארשטייען דעם מהות פון דעם מענטש באזירט אויפן חצוניות'דיגן בליק, און ווען מיר קומען נענטער זעהן מיר זיך מיט א צווייטן מהות אינגאנצן.
פארשטייט זיך אז עס פאסירט אויך פארקערט, ווען א מענטש זעהט אויס צו זיין נאטורליך נישט קיין גרויסער בעל מדות, און מ'ווערט שאקירט ווען מ'ווערט געוואויר אז אנדערש ווי ער זעהט אויס איז ער באמת א גאר גוטער מיסודו און האט אין זיך גאר גוטע שטריכן וואס מ'זעהט פשוט נישט אן פון אינדרויסן אלעמאל, דער בילד טוישט זיך.
דאס איז ע"פ רוב די תוצאה פון דעם קליינעם שיעפן בייג וואס פאסירט אין לעבן, און פארמירט דעם מענטש אנדערש ווי ער איז באמת, אדער ווי ער וואלט באמת געוואלט זיין.
איך האב גערעדט מיט א איד וואס זעהט אויס מורא'דיג פארקאכט אין קהלי'שע פאליטישע געפעכטן, ער איז ממש ווי א חלק פון דעם פייער ווען עס טוט זיך א קאנפליקט, ער נעמט עס צום הארצן, זיינע געשעפטן גייען מיטן פיטום אראפ ווען עס איז דא א קאנפליקט אין זיין קהלה, ער קען נישט עקזיסטירן.
נאך א לענגערע שמועס מיט אים, און נאכן טון דאס זעלבע מיט אנדערע אין דעם זעלבן מצב, האט זיך זייער קלאר ארויסגעשטעלט אז דעם איד'ס גאנצער מהלך החיים האט זיך געטוישט און האלט אין איין ווערן ערגער נאר צוליב דעם וואס איינער פון זיינע שבעה קרובים איז מכלומרש'ט אויף די אנדערע זייט פונעם חסידות, און זיין גאנצער לעבן איז יעצט געווארן א שטיק קאמף צו קעמפן פאר זיין מיינונג.
דאס הייסט אז דער איד בעצם איז קיינמאל קיין בעל מחלוקה נישט געווען, ער האט נישט געהאט קיין שייכות צו די זאכן, און ער איז נישט פון די עסקנים אין זיין קהלה אז מ'זאל זאגן אז ער "מוז" פשוט טון וואס ער טוט צוליב דעם פאסטן וואס ער פארמאגט, גארנישט, ער האט פשוט געכאפט א קליינעם קנייטש, מיט דארפן אויפווייזן פאר א גאר נאנטן משפחה מיטגליד זיין מיינונג, דאס האט אים אין א געוויסן הינזיכט ריאונירט זיין לעבן, ער איז פארנומען מיט די הבלים פון צופרי ביז ביינאכט, רוב מענטשן ארום אים קוקן אויף אים ווי א קעמפער וועלכער האט פשוט הנאה פון די מחלוקה, ווען אין אמת'ן אריין איז ער א וואוילער איידעלער נשמה וואס האט פשוט איינעם אין זיין משפחה וועם ער דארף אויפווייזן עפעס.
דאס הייסט אז אין דעם גראדן סטראקטור פון זיין לעבן האט זיך א קליינער שיעפקייט אריינגעכאפט און שיעף געמאכט דעם גאנצן בנין. ער האט היינט א לעבל, א נאמען, מ'פארצייכנט אים אלס א מענטש וואס ער איז נישט, עס שאדט אים און פאר זיינע קינדער, און אלעס ווייל?
איינער גאר נאנט צו אים האלט אנדערש ווי אים.
מיר קענען ברענגען נאך און נאך אזוינע משלים, ווי איין קליינער נארישער בייג, וואס וואלט באמת נישט געדארפט אפעקטירן דעם מענטש בכלל, טוישט זיין וועזן, און וואס ער באמערקט נישט איז אז די גאס ווייסט נישט פארוואס ער איז אזוי, ער שאפט זיך א נאמען, א פערסאנע, וואס באגלייט אים א גאנץ לעבן, אלס ווייל ער האט געהאט א קנייטש וואס ער האט פרובירט אויסצוגראדן.
עס איז כדי אמאל זיך אראפצושטעלן און באטראכטן זיך אליינס, בין איך טאקע דער וועלכער איך בין? (דאס איז נישט קיין מוסר שמועס, דאס איז פשוט א פראקטישע עצה) פלאג איך מיך מיט עפעס אין לעבן וואס וואלט בכלל נישט געווען מיין פראבלעם נאר ווייל ערגעץ ווי יארן צוריק האב איך זיך פארטשעפעט אין א געוויסן קנייטש אדער א בייג וואס לאזט מיך נישט ארויס דערפון?
דער פראבלעם איז נישט אייביג קיין חסרון, אין זייער אסאך פעלער איז דאס גאר א מעלה, אז דער מענטש ווערט אפעקטירט צום גוטן דורך אזא קליינעם בייג, אבער דער פראבלעם איז ווען דער מענטש טוט נאר וואס ער טוט צוליב דעם בייג, און ער טוישט זיך נישט באמת, וואס ווען מ'ווערט עלטער און מ'האט נישט דעם כח מער צום "זעלבסט בלאף" ווערט ער צוריק דער אלטער אמאל און די גוטע נאמען אדער פערזענליכקייט וואס ער האט זיך געשאפן צופאלט ווי א קארטן טורעם.
די עצה דערצו איז אז ווען דער מענטש טוט עפעס וואס האט א אינטערוויילעכדיגן מעסעדזש וואס ער וואלט זיך געשעמט צו פארציילן. למשל: גיי פארצייל אז די גאנצע סיבה פארוואס דו טיילסט צדקה איז ווייל דו ווילסט אז דיין שכן זאל מיינען. אויב האט איר אזא סארט מדה וואס איר שפירט פון אינעווייניג אז דער יסוד איז ביי א קנייטש וואס איר ווילט נישט פארציילן, איז דא א עצה טובה, וואס ווערט געברענגט אין די ספרים הקדושים, און ווערט אויך להבדיל אלף רבבות הבדלות גענוצט אין די ביזנעס און סתם עמא דבר.
אין אונזער מסורה'דיגע וועגן, ווערט עס גערופן מתוך שלא לשמה בא לשמה, וואס ווי פארשטענדליך איז דא גענוג שלא לשמה'ניקעס וואס קומען קיינמאל נישט אן צום לשמה, און די סיבה דערצו ווערט קלאר ארויסגעברענגט אז עס קומט זיך נישט פון זיך אליינס, עס מוז זיין א ציהל אנצוקומען צו לשמה, אויב דער שלא לשמה, למשל לשם כבוד אדער לשם סיי וועלכע אנדערע גשמיות'דיגער בענעפיט איז דער ציהל, וועט זיך דארט אפשטעלן דער געיעג, און דער מענטש וועט קיינמאל נישט אנקומען צום לשמה. ער מוז צילן צו גיין ווייטער.
דאס זעלבע איז אין אונזער פאל אין טאג טעגליכן לעבן, אויב דער מענטש האט שלא לשמה געטוישט זיין אינערליכע מהות און פאר א קליינעם קנייטש וואס ער וואלט אפשר נישט פארציילט ברבים זיך געטוישט א מדה אדער א שלעכטע מהות, אויב וועט ער זיך אפשטעלן דעם ציהל ביי דעם צו בלאפן די וועלט, אדער צו האבן דעם קליינעם קורצזיכטיגן בענעפיט, וועט ער נישט גיין צופיל ווייטער, און ווען ער וועט עלטער ווערן וועט ער נישט האבן די כח און מוהט אנצוהאלטן דעם פאלשן מדה.
אויב אבער אנערקענענדיג אז דאס וואס ער איז יעצט פאלשערהייט איז בעסער ווי דאס וואס ער איז באמת, ער דרייט זיך מיט די גוטע, ער הערט און זעהט דעם גוטן לעבן וואס א מענטש קען האבן ווען ער איז בעסער, און ער באשליסט אז דער ציהל איז אנצוקומען טאקע דערצו מיט אן אמת, איז די וועלט אפן פאר יעדעם.
אין קורצן: אויב זענט איר בעסער ווי איר זעהט אויס, קוקט אייך אום, און נעמט אייך ארויס פון דעם קליינעם קנייטש, און שטעלט זיך גראד.
אויב זענט איר ערגער ווי איר זעהט אויס, מאכט דעם ציהל צו ווערן דאס וואס איר זעהט טאקע אויס.
דיסקלעימער: איך רעד נישט דא קיין מוסר, הגם דאס ווערט געברענגט אין די מוסר ספרים, אבער מיינע ווערטער וואס מ'לאזט מיך שרייבן איז נישט מוסר נאר פשוט פראקטיק. לייענט, טראכט, און טוט וואס איר דארפט.