איינס פון די שווערסטע זאכן אין לעבן וואס מ'קען זאגן אז אין דעם הינזיכט איז אמת דער "ירידת הדורות" סטיגמע, איז דער נושא פון מאכן "באשלוסן".
לאמיר מסביר זיין אביסל וואס איך מיין. אמאליגע צייטן זענען רוב באשלוסן וואס מענטשן האבן געמאכט, געווארן געטון מיט א שטארקע קלארקייט, אויף אזוי ווייט אז אויב איינער פון אונזער דור זאל צוריק גיין הונדערטער יארן און צוקוקן פון די זייט וויאזוי דאס לעבן גייט, וואלט ער געקענט בנבואה זאגן וואס די קומענדיגע באשלוס וואלט געדארפט זיין.
באשלוסן זענען געווארן גענומען דורך דעם מצב אין וועלכן דער מענטש איז געווען, און דורך דער פלאץ אין וועלכן ער האט זיך געפונען, און אביסל אויך אין זיין קערפערליכע אייגנשאפטן וואס מ'רופט היינט די ענד עי, אבער אלעס איז געווען קלאר. א בעל עגלה קאפ האט אויסגעקליבן א גלעזל משקה, א פרינץ האט געזוכט דעם לוקסוריעזן אויסוועג, און א פשוט'ער מענטש האט געזוכט צו באצאלן זיינע חובות.
אינטער צו קויפן א מענטש האט מען געקענט גראד וויסן וויאזוי, אויב האט מען געוואוסט דעם מצב פון דעם מענטש. מ'האט אים געקענט פארלייגן א שיינע פרנסה'לע, און דער מענטש זאל 99 פראצענט מסכים זיין עס צו נעמען אויב האט ער ביז היינט פארדינט ווייניגער, אן קיין שום עקסטערע נאכזוכונגען אדער איבערראטונגען, דער מענטש האט זיך געפריידט ער קען פארדינען אפאר דאללער מער, און געכאפט און געלאפן.
ווי קלוגער די וועלט איז געווארן, אלס שווערער איז געווארן דאס מאכן באשלוסן. מיר האבן שוין אמאל גערעדט אביסל אין די נושא, אבער היינט וויל איך רעדן פון איין ספעציפישן חלק אין באשלוסן, וואס ווערט אנגערופן אין ענגליש "ריסוירטש",
דאס מיינט נישט צו זאגן אז די באשלוסן וואס מ'האט אמאל געמאכט זענען געווען גוטע, און מ'האט נישט געמאכט שטארקע טעותים, אבער אין די היינטיגע צייטן ווען באשלוסן זענען שוין פול שווערער און ווי מיר וועלן ווייטער שמועסן, איז אויך דא גענוג טעותים, די נקודה איז וויאזוי עס פלעגט געמאכט ווערן, און מיר וועלן צו קומען צו איין חלק פון מאכן באשלוסן וואו מ'קען זיך בעז"ה גרינגער מאכן, אדער בעסער מאכן דעם פראצעדור פון באשליסן, און דאס איז ווי דערמאנט דער נושא פון ריסוירטש.
ריסוירטש איז עפעס וואס די גרעסטע און די קלענסטע סיי די גרויסע קארפארעישאן'ס, און סיי א כולל אינגערמאן וואס זוכט א דזשאב, אלע טוען עס היינט יעדער אויף זיין שטייגער.
די גרויסע קארפארעישאן וואס וויל מאכן אן אינוועסטמענט אין זייער ביזנעס, אין סיי וועלכע נושא, וועט אריינלייגן מיליאנען אין ריסוירטש, און הערשט נאכדעם וועלן זיי גיין ווייטער מיטן אינוועסטמענט, זיי וועלן זיין גאר שטארק פרא – אקטיוו אויף אזוי ווייט אז עס זענען דא גאנצע ריזיגע פירמעס וואס טוען נאר דאס, ריסוירטש, זיי ווערן באצאלט פאר דעם הינטערשטן ליניע ראט וואס מ'ערווארט פון זיי.
א פירמע קען באצאלן 20 מיליאן דאללער פאר ריסוירטש, וואס וועט סך הכל זיין איין אדער צוויי בלעטער פון רעקאמענדאציעס, און מיט דעם וועלן זיי בויען ווייטער זייערע פלענער.
פארשטייט זיך אז צו באקומען די גרויסע געלטער פעלט זיך אויס אז די ריסוירטש פירמע זאל באמת זיין באגלייבט און האבן א היסטאריע פון גוטע באשלוסן, און געוואלדיגע רעקאמענדאציעס, מ'נעמט נישט אויף יעדן גאסן אינג צו מאכן ריסוירטש.
דערנאך איז דא ווען א קלענערע פירמע וואס קען זיך נישט ערלויבן קיין גרויסע אינוועסטמענט פון דינגען מענטשן צו מאכן די ריסוירטש, וועט זיך געוויינליך באגענוגן מיט א מארקעטינג פירמע וואס איז גרויס אין די אינדוסטריע אין וועלכן די קאמפאני איז עוסק, און מ'וועט זיי אויפנעמען פארן מארקעטינג, און בדרך אגב באקומען פון זיי אסאך ריסוירטש וואס קומט אין פארמאט פון "עקספיריענס". דאס הייסט אז די מארקעטינג פירמע וועט באמת האבן א לעצטע ווארט אין די באשלוסן צוליב דעם פאקט אז זיי קענען דעם אינדוסטריע פון אינדרויסן, און מיט אסאך מער קלארקייט.
דא קומט אריין א געוויסע נאמנות וואס איז שווער צו עררייכן, און א מארקעטינג פירמע וואס האט דאס, מאכט אסאך געלט. דהיינו אז די קאמפאני וואס דינגט זיי מוז באמת גלייבן אז די רעקאמענדאציעס וואס די פירמע וועט זיי געבן האט נישט צו טון אין קיין שום וועג מיט זייער אייגענע בענעפיטן, וואס דאס איז זייער שווער צו גלייבן ווען דא איז דא א גאר קלארע קאנפליקט ווען די מארקעטינג פירמע זוכט דאך ווי מער צו שפענדן אין מארקעטינג, און אויב איז בעסער פאר די קאמפאני נישט דאס צו טון, וועט אפשר די מארקעטינג פירמע נישט זיין אויפריכטיג.
אבער אויב איז דאס א טראסטבארע פירמע, איז דאס דער פלאץ וואו די מיטל ראנג קאמפאניס וועלן נעמען זייערע אנווייזונגען, און עס קען זיך זייער שיין אויסארבעטן.
דא לאמיר צוקומען צום נקודה פון דעם ארטיקל ווען עס קומט צו מאכן א באשלוס פאר א פערזענליכן אינדיווידואלער מענטש, למשל ווען ער דארף אננעמען א נייע דזשאב, אדער אריינגיין אין א נייע ביזנעס, וכדו', דא איז וואו אסאך מענטשן פלאגן זיך, און קענען נישט אנקומען צו קיין באשלוס, מ'הייבט אן מאכן ריסוירטש, און די פראבלעם איז אז מ'האט נישט קיין אנונג וואס מ'וויל וויסן, אדער וואו מ'דארף עס געוואויר ווערן.
איך רעד אין די לעצטע טעג מיט עטליכע אזוינע וועלכע האלטן ביי א באשלוס, און זיי פארציילן מיר אז זיי האבן דורכגעטראכט זייערע אפציעס און געמאכט ריסוירטש און באשלאסן צו טון אזוי אדער אזוי.
ווען ס'שטעלט זיך אפ ביי "דורכגעטראכט די אפציעס" קען איך נישט אוועק מאכן אז דאס איז וויכטיג, און א מענטש קען זיך די בעסטע צו קענען עכ"פ זאגן פארוואס איין וועג ציהט אים מער ווי די צווייטע, און ווען ער קומט צו א קאנסולטענט עס אויסשמועסן, איז עס צו הערן א צווייטע חוות דעת פון אן אינדרויסנדיגער אן קיין נגיעות.
און ווי פארשטענדליך אינגעלייט וואס הייבן אן צום ערשט אין זייער לעבן איז וויכטיג צו גיין צו עלטערן אדער מורה דרך צו איבערשמועסן ווען מ'מאכט א גרויסן באשלוס.
ווען זיי פארציילן מיר אבער וועגן די "ריסוירטש" וואס זיי האבן געטון, דארט איז וואו איך זעה אז עס פעלט קלארקייט.
לאמיר נישט גיין ארום אין רעדלעך און רעדן זייער קלאר איבער די פאר נקודות וואס 'מדארף וויסן ביי ריסוירטש.
פרעגן די ווייב זי זאל פרעגן פון א פריינדינע ביים באס איז נישט קיין ריסוירטש
רעדן מיט א חבר וואס האט א שוואגער וועמענס טאטע האט אמאל געארבייט פאר אזא קאמפעני איז נישט קיין ריסוירטש.
אפי' רופן נאנטע חבירים און איבערשמועסן און הערן וואס זיי האלטן איז אויך נישט קיין ריסוירטש.
וואס איז יא?
רעדן צו עקספערטן אין דעם פעלד, און נישט באופן פון זייער פערזענליכע מיינונג, נאר זיין גרייט מיט 4 אדער 5 עיקרים וואס מ'וויל וויסן, און אזוי ארום נישט פארקריכן אין קיין עמאציאנאלע שייד וועגן.
וויפיל מאל איז די חילוק צווישן א גוטע גריס און א נישט גוטע, די גיסטע פון דעם מענטש וואס איז היינט אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט? דאס הייסט אז איר גייט מאכן א לעבנס באשלוס באזירט אויף א מענטש מיט א גוטע אדער שלעכטע גיסטע? איז דאס ריכטיג?
איר טרעפט א מענטש וואס ארבייט אין די זעלבע אינדוסטריע, ער איז שוין יא אן עקספערט, און איר פרעגט אים וואס ער האלט.
דער מענטש רעדט פון "זיינע" טעאריעס, אדער זיינע דורכפעלער אדער געווינסן, אלעס קען זיין אמת אבער איז נאך נישט גענוג צו ווערן אנגערופן בכלל ריסוירטש, עס איז ענדערש "פראפעסיאנעלע גאססיפ [לשון הרע]" עס איז נישט תכלית.
איר מוזט האבן 5 שאלות וואס וועלן אייך העלפן מאכן א באשלוס, און זיך ווענדן צו די וועם איר טראסט אין דעם פעלד, מיט די פינעף שאלות.
די פינף שאלות טארן נישט זיין פערזענליך. נאר זייער טעכניש און מעכאניש איבער די ביזנעס.
און פארשטייט זיך ווען מ'רעדט נישט פון ביזנעס, ביי אנדערע זאכן איז אויך שייך דער כלל, אבער מיר רעדן פון ביזנעס אלס א דוגמא.
למשל: אנשטאט צו פרעגן א מענטש א אפענע שאלה, ווי "וויאזוי האסטו הנאה דארט? אדער "וואס קענסטו מיר זאגן פון דארט?"
דאס זענען זייער ברייטע שאלות וואס וועלן פארענטפערט ווערן געוואנדן אין די גיסטע פון דעם מענטש אדער אין די נאטור פון דעם מענטש, און דאס זאל נישט מאכן אייערע באשלוסן.
די שאלה דארף זיין ספעציפיש: וויאזוי איז אין די ביזנעס דער פראבלעם? אדער וויאזוי גיבט מען זיך דארט א עצה מיט דעם אדער דעם שוועריגקייט?
וואס זענען די עיקרים פארוואס דו ביזט אריין אין די ביזנעס? וואס האסטו געזעהן דארט וואס קען זיין א כלליות'דיגע שוועריקייט וואס מ'זעהט נישט ערגעץ אנדערש?
ווען איך האב געפרעגט מיינע 5 שאלות פון עטליכע אין די אינדוסטריע, מוז איך נאכדעם באשליסן וויפיל ס'איז גענוג, און אויפהערן!
גענוג איז גענוג! מ'קען נישט מאכן ריסוירטש א גאנץ לעבן. א באשלוס דארף ווערן געמאכט מיט א פאראויס באשטימטע צאל און ציהל, איך וועל פרעגן אזויפיל, און באשלוסן לויט דעם וויאזוי צו גיין ווייטער.
ווען איך האב שוין געמאכט דעם באשלוס, לייג איך אראפ די געווער, און איך בין געבונדן צו מיין באשלוס.
מ'זעהט מענטשן וואס נאכן אריינגיין אין ביזנעס פאר א יאר אדער צוויי, וועלן זיי נאך אלס רעדן אומבאשלאסן, איך ווייס נישט אויב איך בלייב דא, אדער איך ווייס נישט אויב איך טו גוט, ער האט מורא צו זאגן אז ער האט געמאכט א טעות.
דאס איז א נושא פאר זיך, די פאלשע פחד פון מאכן א טעות, (האפנטליך וועל מיר נאך שרייבן דערוועגן ווען עס וועט אויסקומען אי"ה)
איך פאר יעצט קיין מאנסי, איז איין וועג פון זאגן. אדער קען איך זאגן, איך פאר יעצט אויפן טרו-וועי איך וועל שוין זעהן אפשר וועל איך אנקומען קיין מאנסי? זייער נאריש! אודאי וועט מען נישט אזוי רעדן.
לסיכום: באשטים א צייט, א צאל, און א ציהל, און מאך א באשלוס מיט תפלה צום אייבערשטן אז עס זאל זיין די ריכטיגע, און לייג אראפ די לייצעס און שטעל דיך צו צו דיין באשלוס אינגאנצן. האב נישט מורא וועסט דורכפאלן.
הצלחה