יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ קריסטאל
ארטיקלען

מאטיוואציע

קריסטאל · "היימשטאט" · פרשת וארא תשפ"ה

אין אידיש וואלט איך עס גערופן "אפעטיט", גוט מוהטיגקייט" אויפגעלייגט"

איינס פון די גאר וויכטיגע זאכן אין היינטיגן דור אויף וואס מ'ארבייט שטארק און מ'פרובירט צו דערגרונטעווען מהלכים דערין, ווערט גערופן "מאטיוואציע".

אין דער אלטער היים איז דער ווארט נישט געווען באקאנט, דער טערמין איז נישט געווען נויטיג, מ'האט געלעבט אין א וועלט פון פאקטישע ארבייט און פאקטישע רעזולטאטן פאר פאקטישע געברויכן.

לאמיר מסביר זיין אביסל וואס איך מיין.

דער קרעטשמער איז געשטאנען און סערווירט זיינע קליענטן צו ער איז געווען גוט געלוינט צו ער האט געהאט א שווערן טאג, ער האט קיין צוויי ברירות נישט געהאט, אויב האט ער נישט געטון זיין ארבייט האט ער נישט אהיים געברענגט ברויט.

דער קלייטניק איז געשטאנען אויף די פוס און סערווירט א טאג פאר א חתונה, נאך א חתונה, אין א שלעכטן מוהט אדער אין א גאר געהויבענעם מוהט, אלעס דער זעלבער. די איינציגע חילוק איז געווען אפשר אינעם שמייכל, מ'האט געקענט אפשר הערן א גוט ווארט ווען ער איז געווען גוט אויפגעלייגט און אז נישט האט מען גלייך געזעהן אז היינט איז אלעס ביזנעס אנלי, מ'קען צו אים נישט רעדן איבער ביהמ"ד פאליטיק.

און אזוי איז געווען אפי' דער גרויסער נגיד וואס האט געפירט האלץ אויפן טייך, ער האט געהאט א טאג אינעם סעזאן ווען ער האט געארבייט שווער, ברצון ושלא ברצון, און אזוי האט ער אויך געהאט א טאג ווען ער האט נישט געארבייט בכלל, ברצון ושלא ברצון, ער האט נאר געהאט דעם מזל אז ער האט געקענט מער צייט רוען, ווייל ס'געווען א שטאב פון קנעכט און דינסטן וואס האבן געטון א חלק פון זיין ארבייט.

מער אדער ווייניגער איז יעדער געועון פארנעמען מיט א געוויסן שנעלקייט אויף געוויסע ארבייט, און יעדער האט געוואוסט וואס ער האט צו טון.

בעלי מזל האבן געקענט טון ווינייג און פארדינען אסאך, און די שלימזל'ן האבן זיך נעבעך געדארפט היבש איבעררייסן צו מאכן א גרייצער.

מאמענטום?

איך ווייס נישט וואס דאס מיינט! זאגט דער בעל עגלה, ווען איך פרעג אים.

וואס הייסט? וואס קען מאטיוואציע טון פאר מיין פערדל, ווען ער באשליסט א נאפעץ צו כאפן אינמיטן העלן טאג ארבייט?

מאטיוואציע? וואס מיינט דאס?

פרעגט דער שמש אין גרויסן שטאט שוהל.

וואס הייסט דאס קען מיר העלפן אנגרייטן דעם פרוכת? פארוואשן דעם מקוה געמויזעכץ? וועלכע פון מיין ארבייט וועט דער מאטיוואציע העלפן טון?

און אזוי האבן אלע געענטפערט אין דעם אלטן דור ווען איינער וואלט זיי ווען געפרעגט.

שמועס איך מיט סעילסלייט פון היינטיגע צייטן ,און זיי זענען פארנומען מיט מאטיוואציע, און איינער פרעגט זייער ספעציפיש, וויאזוי נעמט מען מאטיוואציע אריבער צו טעג ווען עס איז נאטורליך נישט דא?

דארף מען דאך פארשטיין אז היינטיגע צייטן איז יא דא דער דערהער פון "מאטיוואציע" דאס הייסט אז אא איד גייט אין דער ארבייט, וואו ער האט מכלמורש'ט א טאג ארבייט, אבער ער ווייסט שוין פון אנהייב אן אז עס איז נישט קיין געלאנגענער טאג, ער איז נישט גוט אויפגעלייגט, אדער ער איז צו מיד, און ער ארבייט ווי א געצווינגענער פון א שי'"ן דל"ת.

ער האט נישט קיין דרייוו, קיין מאטיוואציע, איי אויב דו פרעגסט אים וואס ער דארף מאטיוואציע ווען דער פשוט'ער סיבה פארן ארבייטן איז בכלל נישט געמאכט צום הנאה האבן נאר ווייל אדם לעמל יולד, לעבט ער דאך אין א פרייע ליבעראלע וועלט, וואו מ'קוקט יא אויף געפילן, און די בעלי בתים זענען יא געוואוינט צו הערן פון די ארבייטער אמאל אמאל אז זיי זענען היינט עפעס אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט, און מ'וועט מוזן מאכן דאס בעסטע וואס מ'קען.

מאטיוואציע איז געווארן א וויכטיגער און אינטעגראלער חלק אין ביזנעס, און בפרט ביים סעילסמאן אדער בעה"ב וועלכער קען באמת לאזן אז די געפילן זאלן איבערנעמען, ער האט נישט קיין בעה"ב מיט א שטעקן איבערן קאפ וואס זאל אים זאגןג וואס צו טון. וואס פאר רוב עמא דבר איז דאס א וויכטיגע מעלה אז ער קען נישט ווערן צו שטארק איבערגענומען פון א שוואכקייט אין מאטיוואציע ווייל די ארבייט מוז געטון ווערן.

אבער אויב ארבייט ער פאר זיך אליינס, איז עס שוין יא זייער שווער.

אלזא דאס איז אמאל אמת אז אינעם לעבנסשטייגער פון יארע צוויי טויזנט און פיר און צוואנציג איז שוין יא גאר וויכטיג צו קענען אנהאלטן מאמענטום.

לאמיר זיך נישט פאפן, ווען א מענטש קומט אריין אין די ארבייט און דער רוטין איז פארשלאפן און האט נישט קיין אויסנאמע אקטיוויטעטן, שלאפט איין דער מאמענטום, ווידעראום ווען ער קומט אריין און עס איז דא א דעדליין, אדער אנדערע וויכטיגע לעצטע מינוט פראיעקטן, ווערט דער מאמענטום געהויבן, נישט קיין חילוק צו ס'קומט מיט קולות אדער מיט א רואיגן שטארקן שטורעם, עס איז לעבעדיג אין געשעפט, אלעס דרייט אלעס גרייט, מ'איז פארנומען.

דער סעזאן גייט אריבער און דער מענטש שפירט זיך שוואך און ערשעפט, און ער דארף אנהייבן פון דאסניי, און דער לעוול פון מאמענטום האלט גאר נידריג.

אלזא די שאלה איז: וויאזוי האלט מען מאמענטום הויך אפי' ווען דער אקטיוויטעטן לעוול איז נאטורליך נידריג?

דער אמת'דיגער פראבלעם איז אז מענטשן זענען זיך טועה אין דעם אפטייטש פון "מאטיוואציע" פון א גוטער "אנהייבער" צו א אנגייענדע שורש פון ענערגיע.

ווען איר זעהט אז איר דארפט געבן א באאסט פאר אייער קאר, טאג נאך טאג, וועט אייך אמאל בייפאלן אריינצולייגן א "סטארטער" אינעם קאר פערמענאנט? אדער וועט איר גיין זוכן הילף צו פאררעכטן דעם פראבלעם?

אודאי וועט איר פארשטיין אז דא איז דא א יסודות'דיגער פראבלעם, און מ'קען נישט אנגיין צו פארן אין א קאר אטאטשירט צו א סטארטער פארן פולן טאג.

דאס זעלבע איז ביי די ארבייט.

דאס אז עס מאכט זיך אמאל מ'דארף מאטיוואציע, מ'דארף עפעס צו געבן דעם ערשטן שטופ, גייט נאך מיט. אויב ווערט עס עפעס וואס מ'מוז האבן ווי אקסידזשען צום אטעמען אין ביזנעס, מיינט אז עס פעלט אקסיזשען אין די ביזנעס, און איר דארפט הילף.

אבער דאס קענט איר זיכער פרובירן צו טון וואס קען אייך בייהילפיג זיין.

נעמט אייך ארויס פון דעם רוטין, און מאכט אייער טאג אדער וואך אין קלענערע פראיעקטן.

דהיינו: אויב זענט איר א ארבייטער וואס טוט די ארבייט אויף די שעה, וואס די איינציגע זאך וואס שטופט דעם וואגן איז ווען איר זעהט אז די וואך ווערט קלענער און די טשעק ווערט נענטער, דאס וועט אייך קיין סאך נישט העלפן אין מאטיוואציע, אבער אויב וועט איר דאן אין אייער מח אדער אפי' אויף פאפיר זיך שפילן מיט א געוויסע טשאלאנדזש ווי למשל זיך מעסטן דורך פראדוקציע, נישט אויף די שעה, ווי צו זאגן: לאמיר זעהן וויפיל איך קען מאכן אדער שטופן אין די שעות? קען איך מאכן מער ווי געוויינליך? קען איך אנקומען מער? וכדו'.

דאס גיבט "זעלבסט מאטיוואציע" און דאס גיבט אן אנדערן בליק אויף די וואך, עס העלפט דעם מענטש אוועק קוקן פון די גרויע זייט פון שטופן צייט, און מאכט עס מער אויפהייטערנד צו טון וואס מ'דארף.

די זעלבע אויב ווערט איר געמאסטן אויף פראדוקציע, נישט אויף די שעה. זאלט איר אויסדרייען דעם דאשיק און זיך מעסטן אויף שעות.

למשל: אויב געוויינליך שטופט איר ארויס 10 שטיקלעך אדער וואס ס'זאל נישט זיין אייער פראדוקציע אין איין טאג. און עס נעמט אייך 8 שעה. לאמיר זעהן צו איך קען עס טון אין 7 שעה? אדער מער ווי 10 אין אכט.

דאס הייסט אז איר שפילט מיט אייער אייגענעם מח צו מאכן די ארבייט מער פריש און מונטער. דאס קען אייך העלפן צו זעלבסט מאטיוויזירן, און אסאך מוצלחים זענען אזוי אנגעקומען גאר ווייט.

הצלחה.