יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ קריסטאל
ארטיקלען

קאמפלימענטן קאמפליצירט

קריסטאל · "היימשטאט" · פרשת בא תשפ"ה

די וואך איז מיר אויסגעקומען צו באגעגענען מיט א באקאנטע פארלעגנהייט אין וואס מענטשן טרעפן זיך, און עס איז גאר א וויכטיגער צו פארשטיין וויאזוי צו באהאנדלען.

יעדע זאך אין לעבן האט א פרייז, צומאל איז עס געלט, צומאל איז עס א גוט ווארט, אמאל איז עס פיזישע ארבייט.

נישט אלעמאל איז עס לכתחילה אזוי פארקויפט, דער מענטש כאפט נישט אז ער צאלט א פרייז, אדער אז ער האט אומווילנדיג געצאלט פאר עפעס וואס וועט אים צוריק קומען, אבער ע"פ רוב קען מען טרעפן יעדע זאך וואס מ'באקומט, וואס די פרייז דערפאר איז געווען.

למשל: איך האב די וואך זיך געטראפן מיט א ביזנעס מאן וואס האט באקומען אן גאר אויסנאמליכן פארשלאג און ביזנעס געלעגנהייט, וואס ער האט אנגעקוקט גאר פארדעכטיגט, עס האט אים עפעס נישט געשמעקט אז מ'גיבט אים אזא געלעגנהייט, נישט וויסנדיג פארוואס ער האט זוכה געווען.

זיינע חשדות זענען געווען אויפריכטיג ווייל אזוי איז דער סדר, ווען איינער גיבט דיר עפעס בחנם קוק גוט ארום און גיב אכט אויף דיינע טאשן פון טאשן שניידעריי. קיינער גיבט נישט בחנם מתנות אין די וועלט אין וועלכן מיר לעבן.

אבער מיר האבן דורכגעשמועסט זיין שייכות מיט דעם איד, און פרובירט צו דערגיין פארוואס ער האט אים געגעבן אזא שיינעם פארשלאג. און מיר זענען געקומען צו די מסקנא אז עס האט זיך אלעס אנגעהויבן מיט א אומשולדיגן אויפריכטיגע "קאמפלימענט" וואס מיין קליענט האט געגעבן פאר דעם איד א צייט צוריק, וואס פון דארט האט זיך געצויגן א קייט מיט גוטע שריט וואס האבן געברענגט צו דעם סוף פסוק פון א גאר געלונגענע און ווערדפולע אפפער וואס קען מאכן א גרויסע דיפערענץ אין זיין לעבן.

אלזא, קאמפלימענטן זענען קאמפליצירט, אבער גאר וויכטיג צו פארשטיין.

קאמפלימענטן האבן שוין געברענגט אסאך רווחים, כאטש וואס עס זעהט אויס גאר אומסענסיטיוו צו רעדן פון אזא סענסיטיווע זאך וואס דארף זיין אמת'דיג און פון הארצן, ווי ס'וואלט געווען א וואלוטע אדער עפעס א מאנעטארישע ווירד וואס מ'טוט נאר צו באקומען עפעס דערפאר, וואס אויפריכטיג גערעדט איז עס בכלל נישט אזוי, אבער ווען מ'קוקט דערויף פון א זייטיגן קוק ווינקל מעג מען פארשטיין וואס עס ברענגט, און וויאזוי מ'דארף נוצן דעם געצייג אויפריכטיג, סיי אינעם הינזיכט פון צוריק באקומען עפעס, אבער אפי' אין פשוט'ן לעבן ווען אויב מ'פארשטייט נישט די ווירקונג וואס א קאמפלימענט האט אויפן געבער און נעמער, ווערט עס געטון גאר פאלש און אומריכטיג סיי דורכן געבער און סיי דורכן נעמער, און ס'האט א גרויסע אפעקט אויף ביידע.

בעפאר מיר גייען טיעפער אין דעם שמועס, נאך אן אינטערסאנטן אנעקדאט פון די וואך וואס האט מיר געוויזן אז "קאמפלימענטן" איז די שמועס פארן קומענדיגן ארטיקל,

איך האב געשמועסט מיט א איד וועלכער האט באקומען אן קאמפלימענט פון א משפחה מיטגליד איבער עפעס וואס ער האט באמת הנאה געהאט פון דעם קאמפלימענט, עס האט אים געשעמעקט א גוט ווארט, ווי דער סדר העולם איז.

אבער דער משפחה מיטגליד האט גלייך צוגעלייגט א ווארט אדער צוויי צו פארוואסערן דעם קאמפלימענט, דורכן עס מאכן אויסזעהן ווי ס'איז געווען סתם א וויץ. פארשטייט זיך דער איד האט געשמייכלט און געגאנגען ווייטער, אבער אין א טיעפע שמועס מיט אים האט זיך קלאר געזעהן אז עס האט אים געשטערט. פארוואס האט נישט דער קאמפלימענט געקענט בלייבן גאנץ?

לאמיר רעדן צו ביידע שפילער אין דעם "קאמפלימענט מקח" וואו איינער איז דער געבער און דער צווייטער איז דער נעמער.

קודם לאמיר פארשטיין, אז גאר אסאך איז שוין געקויפט און פארקויפט געווארן מיט א פשוט'ע און אויפריכטיגע קאמפלימענט.

גרויסע פארהאנדלונגען זענען געווארן דורך א אמת'דיגן קאמפלימענט, אדער חרוב געווארן דורך א פאלשן קאמפלימענט וואס האט אראפגעברענגט דעם געשעפט ביז אונטן.

ווען איינער גיבט א "אמת'דיגן" קאמפלימענט, געווינט ער דעם מענטש חנם אין כסף, עס איז דער ביליגסטער וועג איבערצונעמען א מענטש אינגאנצן. פארשטייט זיך אז ס'איז דא אסאך לעוול'ס דערצו, אבער עס איז קלאר אז די ווארט איז "אמת'דיג".

אויב איז עס א פאלשע קאמפלימענט, (דאס הייסט אז דער וואס באקומט עס, שפירט אז ס'איז פאלש, אפי' אויב ס'איז באמת אויפריכטיג, אבער נישט ריכטיג געגעבן) קען עס טון דאס פונקט פארקערטע. פלוצלינג טרעפט זיך דער מקבל פון דעם קאמפלימענט אין א גאר שלעכטע פאזיציע ווי איינער אויף וועם מ'שפילט, אדער מ'פרובירט אים איינצורעדן עפעס.

אסאך געשעפטן ווערן חרוב ווען עס זעהט אויס ווי דער פאלשער קאמפלימענט איז נאר געווען צו באקומען די ביזנעס. וד"ל.

געבן א קאמפלימענט איז א חכמה ואינו מלאכה. אבער ס'איז קלאר א חכמה, און אין א געוויסן הינזיכט א פאך. די ערשטע קאמפלימענט וואס דער מענטש וועט געוויינליך באקומען איז פון די עלטערן ווען ער איז נאך א קליין קינד. אין דעם סדר הקאמפלימענטן וועט דאס זיין שטארק איבערגעטריבן מצד די עלטערן. דהיינו, זיי וועלן באוואונדערן דעם קינד אין זיינע קענטעניסן מיט אומגעהויערע איבערראשונג און איבערגעטריבענע פרייד, וואס די עלטערן זוכן צו ווייזן פארן קינד ווי איבערגענומען זיי זענען פון זיינע קענטעניסן.

אויף איין זייט פון די מטבע זענען עלטערן וואס ווייסן אז די חכמה איז נישט אזוי גרויס ווי מ'מאכט עס, אבער פון די אנדערע זייט איז א קליין קינד וואס נעמט דאס אן מיט שמחה פון קאפ ביז פוס, עס העלפט אים אין זיין דעוועלאפמענט, ער אדער זי שפירן ווי זיי זענען אויפן שפיץ פון די וועלט.

דאס קינד ווערט גרעסער, ער גייט שוין אין אן עלטערן גיל חדר און באקומט קאמפלימענטן פון דעם מלמד, אדער שוין שפעטער פון דעם מגיד שיעור, ער נעמט עס פאר גוט געלט, ער וועט צומאל חושד זיין אז מ'זאגט אים נאר אזוי ווייל מ'וויל אים צופרידן שטעלן אדער קאנטראלירן זיין גיסטע. אבער ער וועט עס אננעמען.

דער מלמד אדער מגיד שיעור אויב איז ער א מומחה אין קאמפלימענטירן, וועט ער שוין מוזן זיין אביסל פארזיכטיג, נישט סתם ווארפן קאמפלימענטן אין די לופטן, אריין לייגן עפעס תוכן, אנווייזן אויף ספעציפישע עררייכונגען, און דאס וועט דאס קינד גוט אננעמען.

דערנאך ווען מ'האט חתונה בשעטומ"צ פאלט דער מעסטער פון קאמפלימענטן צוריק אביסל אין צייט, עס איז נאטורליך און אפשר גאר אזוי ערווארטעט אז מאן און ווייב זאלן זיך קאמפלימענטירן, מ'לערנט אפי' אויס וויאזוי דאס צו טון.

ביידע נעמען אן דעם קאמפלימענט גוט, טראץ וואס ביידע ווייסן אז דאס איז דער סדר העולם אפי' אויב מ'וואלט נישט אמת'דיג ווערד געווען דעם קאמפלימענט, פון דעסטוועגן איז דא א חילוק צווישן דעם וואס האט די פאך אין די האנט, אדער דער וואס טוט עס ווייל די מדריך אדער מדריכה האט געהייסן.

מ'דארף נישט מסביר זיין צופיל און פארשטיין געבן אז עס איז גאר אנדערש ווען עס איז א אמת'דיגער קאמפלימענט אדער נישט. אבער דער פראבלעם ווערט ווען א מענטש וואס וויל באמת געבן א קאמפלימענט, און פאר סיי וועלכע סיבה טוט ער דאס פארקערטע פשוט ווייל ער וויל עס מאכן פערפעקט. מיר וועלן זיך שוין אומקערן צו דעם נאכן ברענגען דעם קומנדיגן מצב אין קאמפלימענטן.

דער מענטש איז שוין אין ביזנעס אדער אין כולל אדער סיי ווי אין די ימי עמידה, די שווערסטע צייט פון געבן און אקצעפטירן קאמפלימענטן.

דער מענטש איז ביי זיך זייער זיכער אז א קאמפלימענט האט אונטער זיך עפעס א פארלאנג, אדער איז עס א באצאלונג פאר עפעס פון פריער. וויאזוי עס זאל נאר נישט זיין איז דער קאמפלימענט א חפץ חשוד, מ'ווייסט נישט פונקטליך וויאזוי זיך אומצוגיין דערמיט.

ער וויל נישט אויסזעהן ווי דער קליין קינד וואס ווערט נתפעל פון דעם איבערגעטריבענעם קאמפלימענט.

ער וויל אויך נישט שפייען אין פנים אויב איז דאס אויפריכטיג א הארציגער קאמפלימענט.

ער דרייט מיטן צונג, מאכט זיך ווי ס'גייט אים נישט אן, און אין די זעלבע צייט וועט ער ארויסמורמלען א יישר כח ווי איינער זאגט "יישר כח דיר פארן מיך מחזק זיין" וכדומה.

דער שנה ראשונה קאמפלימענט סעזאן איז א גוטער פלאץ אנצוהייבן פארשטיין, אז דער מח ווערט אזוי געפארעמט נישט צו גלייבן אין קיין סתם געזאגטע קאמפלימענטן אפי' אויב מ'גלייבט דערין, און מ'ווייסט אז ס'קומט זיך אמת'דיג. וויבאלד מיטן גאנצן אמת קומט אויך א דעק פון אנגענומענע און געלערנטע קאמפלימענטן וואס נעמט אוועק דעם אינערליכן אויפריכטיגקייט פון דעם אמת'ן קאמפלימענט.

אלזא וואס איז די חכמה אין קאמפלימענטן צו געדענקען אז ס'זאל טראגן געוויכט?

א קאמפלימענט קען נישט זיין קיין "כלליות'דיגער", דאס הייסט אז מ'קען טאקע זאגן פאר א מענטש ווי געראטן ער אדער זי איז און עס איז זייער גוט דאס צו טון, אבער אויב ווילסטו אז א קאמפלימענט זאל אנגענומען ווערן מיט א שטארקייט מוז עס זיין ספעציפיש, עס מוז האבן עפעס א פרט אין זיך.

למשל: דו ביזט אייביג מסודר'דיג, בעיקר האב איך זייער הנאה געהאט נעכטן וויאזוי דו האסט מסדר געווען דעם שאפע. וכדומה.

א קאמפלימענט איז נישט גוט ווען עס קומט מיט עטליכע אויף אמאל. עס מוז נישט אויסזעהן ווי א שטורעם פון קאמפלימענטן, דאס מאכט עס אויסזעהן זייער פאלש. איינס אויף אמאל ארבייט די בעסטע.

מער פון אלעם איז וויכטיג אז דער קאמפלימענט זאל זיין אין א שמועס וואס איז "נישט נאר" קאמפלימענט באזירט, מ'רעדט פון נאך זאכן, און מ'ווארפט עס אריין אלס אן אמת'ע אבזערוואציע אדער איינערקענונג.

אין קורצן איז די חכמה פון "געבן" א קאמפלימענט נישט אזוי קאמפליצירט, מ'קען מאכן נאך סעיפים, אבער איינמאל אז מ'לייגט צו קאפ צו פארשטיין פון וואו עס קומט דער שוועריגקייט פון אקצעפטירן א קאמפלימענט, וועט שוין יעדער מענטש פאר זיך וויסן און פארשטיין וויאזוי צו געבן ריכטיג א קאמפלימענט.

לאמיר נישט פארגעסן אז דער מענטש איז געווען א קינד, און אויך שנה ראשונה און אזוי ווייטער, דורך פארשידענע תקופות פון קאמפלימענטן, און דערפאר איז נאר נאטורליך אז כדי עס זאל ווערן ריכטיג אנגענומען דארף עס ווערן געטון מיט שכל.

נעקסטע וואך וועלן מיר אי"ה רעדן צום פאך פון "נעמען" א קאמפלימענט. וואס איז נאך צומאל שווערער ווי געבן.

האטס א גוט שבת.