יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ קריסטאל
ארטיקלען

קריזיס? קאטאסטראפע?

קריסטאל · "היימשטאט" · פרשת בשלח תשפ"ה

מיר האבן פאריגע וואך אנגעהויבן רעדן איבער די נושא פון "קאמפלימענטן" און איך מוז זאגן אז די לייענער זענען שנעלע לערנער, איך האב באקומען ב"ה אסאך "קאמפלימענטן" און איך דאנק די חשוב'ע לייענער פארן זיך נעמען די מיה און שיקן קאמענטארן אדער אפי' קריטיק.

איך מוז אבער מפסיק זיין מיט א צווייטע נושא, צוליב די רעלעוואנץ דערפון, און די וויכטיגקייט פון רעדן דערוועגן. וואס האפנטליך וועט עס העלפן ממשות'דיג די חשוב'ע לייענער.

די פינאנציעלע מצב אין די וועלט איז אביסל שאקלדיג שיין גערעדט, און ביי כלל ישראל אביסל מער ווי שאקלדיג. איך בין נישט פון די עקספערטן וואס גלייכן צו דערשרעקן דעם ציבור צו איז עס פאר אגענדעס אדער ווייל מ'האט ליב צו זיין א העלד מיטן דערשרעקן כל העולם כולו, אבער אמאל איז דא ווען התבוננות איז גאר וויכטיג.

די פארגאנגענע וואך האט הקב"ה געפירט אז איך זאל קאנפערירן מיט פארשידענע עקספערטן אין די טעקס פיילינג אינדוסטרי וואס איז יעצט על הפרק, פון פארשידענע לעוול'ס, די גרויסע די קליינע, און די מיטעלע.

פון מיינע שמועסן מיט אט די עקספערטן קומט ארויס א בילד וואס איז היבש שרעקוועדיג, אבער צו די זעלבע צייט אויך נאך גענוג צייטליך צו טון די נויטיגע שריט דערצו, דערפאר האב איך באשלאסן צו לייגן אלעס אין די זייט און רעדן פון אט די קריטישע נושא.

וואס איז דער פראבלעם?

אין די וועלט איז די פראבלעם, אינפלאציע, און הויכע אינטערעסט ראטעס וואס ווען די צוויי קומען זיך צוזאמען ווערט א שטיקל סאמעטוכע,

צו מאכן א סימן וויאזוי דאס האט אן אפעקט אויף די אקאנאמיע פון אויבן און פון הינטן גייט דער ניגון אזוי: אינטערעסט ראטעס, צעדרוקט די טאטעס. אינפלאציע דרוקט די פאפולאציע.

די גרויסע חברה קענען שווערער אינוועסטירן ווען די בענק זענען נישט געבעדיג, דאס האט אן אפעקט אויף דזשאבס, און אויף פראדוקציע און אזוי ווייטער.

ווידעראום אינפלאציע האט א דירעקטערע אפעקט אויפן פשוט'ן המון עם טאג טעגליך, ווען פרייזן גייען ארויף און די הכנסות גייען נישט ארויף.

ביים היימישן ציבור, איז אינפלאציע א גאר אנדערע לעוול, מ'קען זאגן אז אלס די הלכות הבדלה מבין העמים זענען מיר מיט אינפלאציע אינגאנצן פארשידנארטיג.

אין די צייט ווען אינפלאציע איז כמו גוט אין די גאס, קען ביי אונז אידן ווערן א אינפלאציע מצב דוקא ביי די ספעציעלע חפיצים וואס זענען געאייגנט פאר אונז, צו איז עס מצות, שטריימלעך, חתונות, וכדו', און עס האט נישט קיין שום דירעקטע קייט צו סיי וועלכע וועלטליכע געשעענישן, עס קען פאסירן פון א גוטע מארקעטינג קאמפאני וואס האט באשלאסן אז מ'גייט פראמאוטן א געוויסע פראדוקט, און אויב זיי זענען מצליח ח"ו קען גאנץ כלל ישראל שפירן דעם אפעקט אין טאש.

ווען ס'קומט צו די ראטע העכערונגען איז אויך דא א דירעקטע אפעקט ביים ציבור, אבער ווען ס'וואלט געווען נאר דאס וואלט עס געקענט ווערן גערופן א פראבלעם פאר ריעל עסטעיט אדער אפי' פאר קויפן הייזער, וכדו', נאך נישט גענוג אויסצורופן אן אלארם איבערן גאנצן לאנד.

ווען מ'האט ביידע, און עס קומט נאך די אומגעהויערע אינפלאציע פון געלט ביי די קאוויד יארן ווען מענטשן האבן זיך אומווילנדיג צוגעוואוינט צו א געוויסן לעבנס שטייגער וואס אין בעסטן פאל איז אומרעאליסטיש, און אין קלארערע ווערטער א חטא איום ונורא, דאן ווערט עפעס וואס איז נענטער צו א קריזיס.

אויב טוט מען גארנישט דערצו, וואקסט דער קריזיס צו א קאטאסטראפע ח"ו.

פרעגט מיך נישט קיין פשט אין די טערמינען, נאר לאמיר זיך פארטיעפן אין דעם מציאות. אויב ח"ו וואלטן מיר נישט געווען דער עם הספר די בני דעה, און מיר וואלן נאר געהאלטן דעם טיטל פון עמא פזיזא, וואלט דער מצב געווען זייער אומדערטרעגליך אין אזוינע אומשטענדן.

צום שבח פון כלל ישראל זענען אידישע קינדער נישט קיין נערנים און ע"פ רוב זעהט מען זייער שנעל ווען מ'דארף צו טון עפעס, און אויב זעהט מען נישט אליינס זענען אלס דא עסקנים וואס זענען מעורר און מ'הערט זיך צו.

אלזא, אויב איז אמאל די צייט דערפאר, איז עס יעצט.

ביזנעסער פארמאכן זיך ליידער אסאך, און פון די שמועסן מיט די אקאונטעטנס און טעקס פיילער'ס זעהט אויס ווי עס איז נעבעך דא גענוג וואס זענען אויפן שמאלן פאס פון ח"ו דורכפאלן.

אסאך ארבייטער קענען פארלירן דזשאבס אויב עס האלט אן אזוי, און פארשטייט זיך אז מ'דארף נישט ווערן פארלוירן, און זיך האלטן גראד, אבער מ'דארף טון צו דער זאך.

עס איז ליידער דער מציאות וואס די אלע עקספערטן זאגן, אז מ'האט זיך אריינגעשטעלט אין א מצב וואס קען ח"ו זיין א קאטאסטראפע.

וויאזוי זעהט אויס א קריזיס?

מענטשן האבן נישט קיין דזשאב'ס, מענטשן פארלירן הייזער, צאלן נישט קיין בילל'ס וכדו', און עס איז נישטא צופיל וואס צו העלפן ווייל דער צאל פון נויטבאדערפטיגע ווערט מער ווי דער געוויינליכער רוטין.

וויאזוי זעהט אויס א קאטאסטראפע? ח"ו.

שווער ממחיש צו זיין, אבער ווען מ'הערט זאכן וואס שטעלן אויף די האר פון קאפ לגבי שריט וואס מענטשן האבן געדארפט נעמען צו לייגן ברויט אויפן טיש, דאס הייסט א קאטאסטראפע.

אחינו בני ישראל זענען רחמנים בני רחמנים און מ'העלפט זיך איינער דעם צווייטן, אבער אויב האט מען נישט אליינס דעם שכל זיך צו העלפן, איז אפי' מיט די הילף פון די רחמנים בני רחמנים דער מצב גאר ביטער פאר די באטרעפנדע, און קיינער וויל דערצו נישט אנקומען.

איך געדענק נישט צו איך האב דאס נאר געזעהן בספרי רביה"ק אדער אפי' פריער, ווען מ'רעדט פון דעם הבטחה וואס הקב"ה האט אונז געגעבן שלא ימוש מפיך ומפי זרעך און כלל ישראל וועט אלס בלייבן דער עם הנבחר, אבער פארט בעטן מיר א עקסטערע תפלה אז מיר זאלן זיין א חלק דערפון.

דאס זעלבע מיט דעם "כלליות'דיגן" קאטאסטראפע, יא, אידן וועלן זיך העלפן, אבער די וועלכע ליידן קענען נעבעך אסאך מיטמאכן צוזאמען מיטן הילף, און קיינער וויל זיך נישט דארט טרעפן.

דעריבער איז וויכטיג צו טון די פאלגענדע, און קבל את האמת ממי שאמרו, טוט דערין "שוין", אן קיין שהיות, און אן קיין אפלייגעניש.

פארן פשוט'ן בעל הבית, איז וויכטיג אויסער די תפלות צום הייליגן באשעפער, זיך צו האלטן צו די יסודות.

אוועקשטעלן א סטאנדארט מיט קלארקייט, דהיינו אז די בני בית און די קינדער זענען קלאר אויפן זעלבן בלאט און פארשטיין די סיבה דערצו אז מ'מוז זיך האלטן צו א געוויסע סטאנדארט ווייל מ'וויל נישט ח"ו דארפן בעל כרחך אראפנידערן די סטאנדארטן וואס דאן גייט עס שוין מיט א שטארקע פלאטשקע וואס טוט וויי.

קענען דעם אייגענעם בודזשעט אויף ווי ווייט מעגליך, און ווייטער מאכן זיכער אז די בני בית איז אויך קלאר דערין.

סיי וועלכע גרעסערע הוצאות וואס מ'זעהט פאראויס, דהיינו מ'ווייסט אז מ'האלט פאר א שמחה, אדער סיי וועלכע אנדערע הוצאה גרעסער ווי געוויינליך, זיך נישט פארלאזן אויפן לעצטן מינוט נאר "שוין" אנהייבן ארבייטן דערויף, ווייל ווען מ'לייגט אריין די ריכטיגע השתדלות טרעפט מען בעז"ה א וועג.

בעלי בתים וועלכע האבן אייגענע ביזנעסער, סיי די וועלכע האבן שוין שוועריגקייטן, און סיי די וועלכע האבן גוטע ביזנעסער און ס'זעהט אויס אלעס איז כמעשה'דיג גוט.

אייער בוך האלטעריי זאל זיין אויפן קלארסטן פארנעם, ס'לוינט זיך צו שפענדן געלט צו האבן קלארקייט.

זעהט צו איר גייט אויפן וועג ארויף אדער אראפ ח"ו, און נעמט הילף צו אנאליזירן וואס עס דארף געטון ווערן דערצו.

זייט א גוטער וועג ווייזער זיך צו האלטן צו סטאנדארטן וואס איז עטוואס נידעריגער ווי דאס וואס איר מיינט אז איר קענט. סיי ווייל עס איז ריכטיג פאר אייך אליינס, אבער אויך כדי אנדערע זאלן זיך קענען לערנען ביי אייך. איר וועט ווערן

טייערע אידן, עס זעהט אפשר אויס שלא מן הענין צו ווענדן דעם "קריסטאל" קאלום פאר די נושא, אבער ווען עס ברענט איז נישט שייך צו ווארטן אויף כיבודים, און אפי' אויב בין איך נישט דער ריכטיגער קאנדידאט געשטעלט מטעם הציבור מעורר צו זיין, איז עס א מצב פון קבל את האמת ממי שאמרו.

באקענט אייך מיט אייך אליינס

באקענט אייך מיט אייער מצב,

מאכט זיכער אז אין שטוב איז דא קלארקייט און פרייליכקייט צו די זעלבע צייט.

נישט מאכן קיין מצב פון אנגעצויגנקייט, נאר פארקערט, אז מ'לעבט לויט די סטאנדארטן פון א אידישע משפחה וואס לעבט לויטן געברויך, און נישט אויף א לוקסוריעזן שטייגער.

און לאמיר געדענקען זיך אומצוקוקן אויף גוטע פריינט, און ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן בעצה ותושי', און די וועלכע קענען זיך ערלויבן מער זאלן לטובת הציבור ווייזן א גוטן עקזעמפל און דערמיט מאכן זיכער אז אנדערע וואס רעספעקטירן זיי זאלן זיי נאכטוהן וועט דאס פאר זיך זיין גאר א גרויסער חסד וואס לוינט זיך ברוחניות ובגשמיות.

לאמיר צוזאמען מאכן גדרים וסייגים וועלכע זענען סתם אזוי אויסגעהאלטן, און יעצט נאך מער קריטיש וויכטיג ווי אלעמאל.