מיין רבי פלעגט זאגן ווען מ'האט געזאגט אויף א תלמיד חכם אז ער קען לערנען, ער איז נישט קיין תלמיד חכם פארן קענען לערנען, ווייל דאס קענען מיר אלע, ער איז א תלמיד חכם ווייל ער לערנט.
אין א טעכנאלאגישע וועלט, וואו לערנען א פאך אדער סיי וועלכע ידיעות איז גרינגער ווי סיי ווען, מ'קען אלעס וויסן דורך אנפרעגן די גרויסע מאשינעריע אונטער די גוגל אדער AI אייגענטומשאפט, און מ'ווייסט אלעס, איז וויכטיג צו אויסשמעוסן די פאלגענדע נקודות אין די נושא.
איך האב זיך באגעגנט לעצטנס עטליכע מאל מיט עפיזאדן וואס ברענגען די טעמע צום אויבערפלאך, אלזא לאמיר זיך אויסשמועסן.
ווען ס'קומט צו מאכן באשלוסן איז דאך פשוט אז מ'דארף "קענען" די נושא, אמאל פעלט אויס צו הערן פון אנדערע ערפארונגען, אמאל דארף מען זיך זעצן לערנען די נושא צו קענען מער. פארשטייט זיך אז נישט אויף יעדן טריט און שריט קען מען זיך זעצן לערנען די גאנצע סוגי', פונקט ווי ביי רוחניות ווען ס'קומט צו א שאלה גייט מען צום דיין און מ'פרעגט. האפנטליך האט דער דיין יא דורך געלערנט די נושא גוט און קען ענטפערן.
דער פראבלעם ווערט ווען מ'דארף מאכן געוויסע באשלוסן וואס זענען מער יסודות'דיג און מ'דארף יא לימוד, און דא איז ווי דער 2025 דור טרעפט ווינקלען צו שניידן דורך מאכן אזויגערופענע ריסוירטש.
וואס איז געווען ריסוירטש אמאל, און איז נאך אלס אין די קארפארעט וועלט אזוי, פשוט מ'נעמט אויף א שטאב וואס זייער ארבייט איז צו הערן, צו לערנען, צו פארשטיין, צו שטודירן, און קומען צו א באשלוס באזירט אויף די אלע אינפארמאציע וואס קומט אריין.
עס קען אמאל נעמען חדשים אויב נישט מער, ביז מ'האט טויזנטער בלעטער פון דאטא, וואס דאס וועט עווענטועל פירן צו באשלוסן וואס מ'קען אפשרייבן אויף א קליינעם פאפיר. דאס איז ריכטיגע חקירה ודרישה און ריסוירטש.
קען דען יעדער מענטש דאס טון? ניין, מ'פארלאזט זיך אויף געוויסע קאמפאני'ס וואס טוען ריסוירטש פאר פרנסה, און מ'קען פון זיי אסאך נאשן, מ'פרעגט און מ'הערט פון זיי דאס וואס איז נוגע צום ענין.
אבער ווען ס'קומט צו א פריוואטע לימוד איבער אן ענין וואס ריסוירטש וועט נישט העלפן אדער מ'קען נישט צאלן דערפאר, וועט מען פרובירן דורך פרעגן עקספערטן אין דעם פעלד, און אזוי ווייטער. (מיר האבן שוין אביסל געשריבן דערפון אין עבר, אבער יעצט וויל איך צוקומען צו אן אנדערע נקודה)
דער פראבלעם מיטן 2025 איד איז אז ער מיינט ווען ער פרעגט AI א שאלה אדער אויב ער מאכט א גוגל זוכמעך, האט ער געמאכט ריסוירטש.
איך רעד צו אידן איבער געוויסע נושאים און זיי ענטפערן מיר מיטן גרעסטן גלייכגילטיגקייט, איך האב געטון מיין היים ארבייט און געמאכט גוטע ריסוירטש. וואס האט ער געטון? ער האט געמאכט א סוירטש ביי גוגל, באקומען בערך 20 טויזנט תשובות, און באשלאסן וועלכע פון די תשובות ס'זעהט אים אויס צום געפעלן, און ביי דעם איז ער געבליבן.
מיין פריינט, דאס איז נישט קיין וועג פון זיך באקענען מיט א זאך ווען עס איז א וויכטיגע מכריע אין מאכן א באשלוס וואס איז נוגע באמת.
יא, מ'קען ניצן די כלים געוואויר צו ווערן צו א געוויסע פאקט איז ריכטיג, אדער אויב עס איז נישט נוגע צו שטארק צו יסודות מעג מען אפי' מאכן ריסוירטש סתם אזוי, אבער אויב גייט דאס זיין א באשלוס פאקטאר אין א גרויסן באשלוס, איז דאס נישט נאר ווייט פון גענוג, נאר אין רוב פעלער איז עס גאר פאלש.
לאמיר גיין אביסל טיעפער.
דער מענטש וויל למשל אינוועסטירן אין א געוויסע סטאק אדער א אינדוסטריע, און מ'רעדט פון אריינלייגן דאס האב און גוטס, עס איז א ערנסטער באשלוס, דער מענטש וועט אויפזוכן די נאמען פון די אינדוסטריע און לייענען וואס עקספערטן זאגן, און ער זעהט אנווייזונגען לימין ולשמואל קיינער זאגט נישט די זעלבע, וועט ער געוויינליך ווערן גאר שטארק צומישט, אדער אויב איז ער א בעל דמיון וועט ער זאגן איך האב געטון מיין השתדלות און איך וועל אננעמען דאס וואס איך גלייך, וויבאלד אז איינער זאגט אזוי איז דאך מעגליך אז ס'איז טאקע אזוי, און וויפיל דארף דען א מענטש טון מער פון דעם?
אמת, מ'דארף נישט, אבער אויב ווילסטו עס יא טון ריכטיג דארף מען וויסן וויאזוי.
למשל אין דעם אויבנדערמאנטן פאל, אויב האט ער געפרעגט פון אן עקספערט: וואו קען איך האבן ריכטיגע אינפארמאציע וואס איז טראסטבאר אין די נושא?" און דער עקספערט צייגט אים אן פון די 22 טויזנט בלעטער תשובות וועלכע קאמפאני אדער מקור ער וואלט געגלייבט, דאס איז שוין עפעס וואס ברענגט ריכטיגע רעזולטאטן, ווייל ער האט גענומען די ידיעות פון א מענטש וואס פארשטייט און ווייסט, דאס הייסט אז ער דארף טאקע נישט ארויפקריכן דעם ריזיגן בארג און ער שטייט ביים שפיץ ווייל "א צווייטער האט שוין געלערנט פאר אים".
אבער דא איז דא נאך א וויכטיגע נקודה וואס מ'דארף פארשטיין.
קענען א זאך אומגעלערנט פירט געוויינליך צו אומריכטיגע באשלוסן. פארוואס? ווייל דער מענטש ווייסט אפי' נישט פון די פראבלעמען וואס ער דארף אפיר זוכן.
מ'זאגט אז אידן לערנען אין ישיבה און האבן חתונה, און דערנאך גייען זיי בעז"ה ארבייטן, נאר אחד מני אלף זענען יוצא להוראה, אלזא פארוואס דארף סתם אידן לערנען שו"ע און אזוי ווייטער? נאר מ'זאל וויסן וואס צו פרעגן איז זייער וויכטיג.
אויב האט איינער נישט געלערנט, ווייסט ער נישט וואס איז א שאלה, און דאס איז א ריזיגער פראבלעם.
די זעלבע איז אין ביזנעס, און אין סתם יעדן טאג לעבן. ווען דו פרעגטס איבער א נושא, און די נושא איז נאר באקאנט לויט די שאלות וואס דו מיינסט אז דו פארשטייסט צו פרעגן, וועסטו געוויינליך אויסלאזן גאר וויכטיגע נקודות וואס טוישן דעם מציאות.
לערנען א נושא לערנט נישט נאר אויס די פאקטן, עס לערנט אויך אויס וויאזוי אפצולערנען די פאקטן, און וואס צו פארשטיין ארום און ארום די פאקטן.
עס איז אסאך מאל א גרויסער חילוק וויאזוי מ'לערנט אפ א זאך וואס וועט זיין דער מכריע צווישן ריכטיג פארשטיין און אומריכטיג.
ווען מ'לערנט א נושא, לערנט מען זיך אויס וויאזוי די זאך דארף געלערנט ווערן, און מ'הייבט אן צו פארשטיין וואס צו זוכן דערין, און וואס מיינט גוט און וואס מיינט שלעכט, און הערשט נאכדעם קען מען זיך נעמען מאכן "ריסוירטש", ווייל מ'ווייסט שוין וואס צו זוכן.
שטעלט אייך פאר א זוכעניש אקציע אין א וואלד, מ'נעמט צוזאם 20 מענטשן זאלן העלפן אין די זוכעריי, אבער איינער פון די 20 איז נישט געקומען צום דרינגענדן אסיפה פאר מ'האט אנגעהויבן וואו מ'האט געוויזן בילדער אדער פאקטן איבער דעם חפץ אדער מענטש וואס מ'זוכט, און ער לאזט זיך ארויס זוכן צוזאמען מיט אלע, וויפיל שאנסן איז דא אז דער מענטש זאל מצליח זיין?
יא, ס'איז דא א שאנס אז ער וועט פונקט טרעפן, און פונקט פרעגן, און פונקט זיין דער גליקליכער סוקסעס, אבער קיין פלאן איז עס זיכער נישט, מ'קען נישט אזוי צוגיין צו א זוכעריי.
לאמיר מסכם זיין מיט דעם: אויב לערנט איר זיך א פאך, אדער איר ווילט מאכן אן אינוועסטמענט אדער אפי' קלענערע באשלוסן. לערנט אייך אויס וויאזוי עס אפצולערנען, און נאכדעם לערנט עס, און הערשט נאכדעם קענט איר חוקר ודורש זיין און זיין ריכטיג באהאוונט וויאזוי צו באשלוסן.
זאלט איר האבן אסאך הצלחה,
גוט שבת