איך פרעג א אינגערמאן אין מיין אינטערוויו פראצעדור זייער א דירעקטע שאלה: ביזטו א פלייסיגער מענטש? ביזטו א זריז? אדער פארקערט?
דער געוויינליכער ענטפער איז פאזיטיוו, און רוב מענטשן אידענטפיצירן זיך אלס "זריזים" און פלייסיג. מאנכע וועלן מיר אביסל קלאר שטעלן וואס זיי מיינען דערמיט. למשל: אין חדר האב איך נישט געהייסן דער פלייסיגסטער אינגל, אבער איך פאר מיר ווען מ'לאזט מיך אליינס, בין איך פלייסיג.
אדער צומאל וועל איך הערן דעם תירוץ: ווענדט זיך וואס פלייסיג מיינט ביי אייך.
לאמיר א מינוט גיין צו א צווייטע שאלה וואס איך שטעל צו קאנדידאטן ביי אונז אין די ביזנעס, און ס'איז נוגע צום ענין וואס איך וויל שרייבן די וואך.
ביזטו א מעורב בין הבריות? אין ענגליש רופן עס מענטשן "סאושעל". אין אידיש הייסט עס א מענטש צווישן מענטשן וכדו'.
רוב וועלן מיר ענטפערן דערויף פאזיטיוו, און צומאל וועל איך הערן א שאלה אויסצוקלארן וואס דאס מיינט, ווי למשל: צו איך פיר אן די קופקע ווען ס'איז דא א שמועס? ניין. צו איך האב חברים? גענוג. און אפשר איבער גענוג.
וכדומה וכדומה, אזוי גייט אסאך מאל צו איין קליינע חלק פון א אינטערוויו פראצעדור ווען מ'זוכט צו פארשטיין דעם מהות פון דעם מענטש מיט וועם מ'רעדט.
עס איז צומאל אפי' נישט אזוי ווייט וואס דער מענטש ענטפערט, ווי עס איז גאר וויכטיג דער "וויאזוי" ער ענטפערט עס.
ס'האבן מיך שוין געוויסע צוריק געפרעגט מיט פארוואורף, דו האלטסט טאקע אז וואס איך זאג איז פונקטליך אזוי? אפשר זאג איך דיר ליגנט ווייל איך וויל דעם דזשאב? אדער אפשר ווייס איך נישט, און איך רעד מיך איין אז איך בין אזוי.
געוויינליך גיי איך נישט אריין אין א לעקציע פארוואס איך פרעג די שאלות, אבער דא ווען קיינער הערט נישט קען איך מגלה סוד זיין, אז בדרך כלל וועט אן אינטערוויוער מער זיין אינטערסירט צו זעהן וויאזוי דער מענטש ענטפערט די שאלה, ווי די תירוץ וואס ער ענטפערט. און פארשטייט זיך אז דאס דארף א שמועס פאר זיך ווען די צייט וועט זיין רייף.
לענינינו אויף די שאלה צו זענט איר א זריז, אדער אן עצל? האב איך די וואך געהאט אפאר אזוינע קאמיוניקאטן וואס האבן מיך געמאכט טראכטן אז עס איז ווערד א שמועס, צו פארשטיין פונקטליך דער באדייט דערפון.
יענקל קומט יעדן טאג אין ביהמ"ד ווייל ער איז אן ערליכער איד, און וויל דאווענען מיט מנין. אבער ווען ער קומט אן שפעט צו זיין טאג סדר גייט ער אריין אין א גאלאפ וואס א קארעטע מיט פיר מצריש'ע פערד קען נישט נאכלויפן, ער זאגט אלעס, ער טוט אלעס, און ווינדערליך קומט ער אן צו אלעם, אפי' צום תיקון נאכן דאווענען. און גלייבטס מיר נישט אויפן ואורט נאר קומט און קוקט, ער מאכט עס אויפן פינטל. ער איז אינדרויסן פון ביהמ"ד אויפן זייגער ווי געוואונטשן.
איז ער א זריז? אדער אפשר נישט קיין עצל, אבער נישט קיין זריז?
אודאי וועט איר מודה זיין אז קיין זריז איז ער נישט, ער קען נאר "שנעל" זאגן, "שנעל" לויפן, און "שנעל" טרונקן א גלעזל שנאפס.
דער פאך פון "לויפן שנעל" און זיך כסדר יאגן, האט מיט זריזות קיין מגע ומשא נישט איינגעלייגט.
לאמיר יעצט רעדן פון דעם רואיגן בערל, ער קומט זיך אן געמיטליך יעדן טאג, ער לייגט זיין מאנטל אויפן הענגער מיט נומער 88 (נאר א משל, די ריכטיגע נומער געהאלטן אין די רעדאקציע) ער גייט געמיטליך אין מקוה, זאגט זיך זיין ברכת התורה מיט אפאר יהי רצון'ס דערמיט, ער האט א קליינעם שיעור פאר זיין גרויסן שיעור, און א באשטימטע צייט פארן גרייטן זיך צום דאווענען, ער דאוונט מיט זיין מנין און ער נעמט זיין תיקון, ער קומט אויך אן פונקטליך ווען ער דארף.
ער קען נישט לויפן, ער קען נישט יאגן, און ער קען נישט שנעל טרינקען.
ער ווערט אפי' פארלוירן אויב דארף ער זיך אביסל מער אינטערהייבן זיין צונג צו דרייען שנעלער די ווערטער, ער פארפארט פון א קאפיטל אין פסוקי דזמרה שנעל צו תפלת הדרך אויב דרייט זיך אים דער צונג צו שנעל, ער איז פשוט נישט באשאפן געווארן מיט אזוינע פלעקסיבל אדערן ווי זיין חבר יענקל.
איז ער א עצל? זיכער אז נישט, דאס וועט דאך יעדער מודה זיין.
איי ער קען נישט לויפן? ווער רעדט פון לויפן ווען מ'רעדט פון א זריז?
איך וויל זיך ווענדן צו די נייער ארבייטס אינגעלייט, אבער באמת קען איך באשטיין אז אפי' כולל אינגעלייט, און אפשר גאר בחורים אין ישיבה זאלן מיט א זייטיגן בליק אויך ליינען דעם נקודה וואס איז אזוי וויכטיג אויפן עתיד פון זייער לעבן.
ווען איר זוכט צו גיין ארבייטן, אדער אפי' אויב איר זוכט נאך נישט, נאר איר זענט חושד אז ערגעץ אין די קומענדיגע יארן וועט איר דארפן טון עפעס פאר פרנסה, געדענקט וואס אן אלטער גוטער חבר זאגט אייך:
עס איז וויכטיג, און אפשר גאר דער וויכטיגסטער מהות אין אמענטש וואס מ'זוכט אין א גוטן ארבייטער, און דאס איז זריזות.
זריזות מיינט נישט אין דעם פאל, אזוי ווי אין אלע פעלער אז מ'קען לויפן אדער טון זאכן שנעל. ניין, בעלי בתים ווערן נישט נאר נישט איבערגנומען פון דעם יכולת צו שפרינגען פון איין זאך צום צווייטן שנעל, און עס מאכט אייך נישט אויסזעהן מער טעטיג אדער אפי' מעכטיג, פארקערט, עס נעמט אוועק גאר אסאך ווערדע פון דעם מענטש.
ווייל וויפיל איר גלייבט אין אייך אליינס אז איר וועט עס שוין מאכן געשען, און אז איר וועט אלעס ערלעדיגן, דארפט איר געדענקען אז איינער וואס לעבט אינדרויסן פון אייער ד' אמות וועט אייך נישט איבערגעבן קיין גאר אחריות'דיגע אינטערנעמונגען אויב קענט איר נישט ווייזן אז איר זענט באמת "פלייסיג".
עס איז זייער וויכטיג ווען מ'איז נאך יונג, אפי' מ'האלט נאך נישט אין דעם מצב פון לעבן פון גיין ארבייטן, סיי ווייל עס איז נוגע אפי' אין טעגליכן לעבן פון א אינגערמאן אדער עלטערן איד אין כולל, און סיי ווייל דער לעבן איז פשוט גרינגער פאר זיך און פאר אלע ארומיגע, און אין מיין פערזענליכע פאל פון וואו איך זעה דעם בילד איז עס ביים זוכן דזשאבס.
מ'קען נישט אויף איינמאל זיך געבן א הייב אונטער און ווערן א "זריז", אפי' אויב מ'וויל, און אפי' אויב עס געלונגט שוין יא, נעמט צייט ביז דער ציבור איינערקענט עס.
עס איז אינטערסאנט צו באמערקן: איך הער אסאך דעם שפראך צווישן גאר יונגעלייט, וואס גייט מיך אן וואס יענער טראכט פון מיר? און באמת פון א רוחניותדיגן שטאנדפונקט און פון א אלויטער אמת'דיגן בליק פון אן אנדערע וועלט נישט דער עולם השקר, זענען די אידן גערעכט, מ'דארף נישט לעבן פאר יענעם בכלל.
אבער ווען ס'קומט צו פאקטישע מענטש צו מענטש באדערפענישן ווען איינער דארף יא אנקומען צום צווייטן ווייל דער באשעפער האט אזוי באשאפן די וועלט, איז וויכטיג צו האבן עפעס וואס איז זייער קלאר פון חז"ל קעגן דעם געדאנקענגאנג, און דאס איז דער "כתר שם טוב".
אין ביזנעס, פאר א נייעם אינגערמאן איז דער כתר שם טוב, ראש וראשון צו זיין א "זריז".
דערנאך קומט א פונקט פארקערטע תכונת הנפש, וואס ביי די וואס פארשטייען נישט דעם עמקות פון "זריז" וועלן מיינען אז ס'איז ממש א סתירה. אבער דאס איז "מתינות".
איינס פון די וויכטיגסטע יסודות אין באקומען א "בעסערע" אדער "העכערע" פאזיציע וועט זיך ווענדן אין מתינות, געלאסנקייט, און איבערגעקלערטקייט.
ביידע זענען אויסנאמליך וויכטיג. און מ'דארף פארשטיין דעם אפטייטש דערפון.
געדענקט אז עס גייט זיך נישט ווענדן אין די סעריע פון שאלות וואס מ'וועט אייך פרעגן אין א אינטערוויו, אויב דער אינטערוויוער ווייסט וואס ער טוט וועט ער לגמרי נישט זיין אינטערסירט אינעם תירוץ, אבער עס וועט זיך זייער שטארק ווענדן אין דעם אמת'ן מהות און אויב איר ארבייט אויף די צוויי גאר געגנזייטיגע תכונות הנפש.
מ'מוז נישט זיין געבוירן פלייסיג, מ'קען זיך צופלייסן.
מ'מוז נישט זיין א געבוירענער מתון, מ'קען זיך צו"געלאסן".
מ'מוז אבער ארבייטן דערויף, ווייל ס'איז באמת קריטיש וויכטיג צום הצלחה פון א מענטש ברוחניות ובגשמיות.
האט א לעכטיגן שבת