יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ קריסטאל
ארטיקלען

לייג דיך אריין אין זיין מצב

קריסטאל · "היימשטאט" · פרשת תרומה תשפ"ה

אין זייער אסאך פון אונזערע קאמיוניקאציעס צווישן איינער און צווייטן ווערט גענוצט די פראזע "לייג דיך אריין אין זיין מצב", עס איז א קלארער אנזאג פון מיטלייד און פארשטענדעניש, ווען עס איז שווער צו טרעפן א לימוד זכות אויף א געוויסע פעולה פון א מענטש, אדער אפי' אויף א אויסנאמליכע וועזן און אויפפירונג פון דעם מענטש, וועלן די נאנטע און באקאנטע, אדער סתם בעלי רחמים זיך באנוצן מיט די פראזע "לייג דיך אריין אין זיין מצב".

הוי דן לכל אדם לכף זכות, עס איז זייער א קלארער מאמר חז"ל, מיר האבן א פליכט צו פרובירן מיט אלע כוחות יענעם צו פאראורטיילן צום גוטן ווילאנג נאר מיר קענען, און נאר דעמאלס ווען מיר לויפן אויס פון אפציעס, עס איז קלאר בלתי ספק אז דער מענטש האט שלעכטס געטון, מעגן מיר טון וואס ברויך געטון ווערן אין באצוג צו דעם מענטש און זיינע פעולות.

וואס האט מיך דערמאנט צו רעדן דערפון? עפעס וואס האט מיך שוין מערערע מאל געשטערט און געמאכט טראכטן אין די נושא, און די פארגאנגענע וואך ווען עס איז ווידער אונטער געקומען אזא סארט ספעקטאל האב איך געקלערט צו מיטטיילן מיינע געדאנקען מיט די "קריסטאל" לייענער, אפשר וועט איינער הנאה האבן, אדער גאר קאמענטירן.

צו פארשטיין א צווייטן איד איז אין געוויסע פעלער א חוב, און אין געוויסע פעלער א שיינע זאך, און צומאל פשוט א מציאות וואס דער דעת פארטראגט. מ'קען פארשטיין אלעס און אלעמען אויב וויל מען באמת, אבער פאר א בית דין אדער שופט בישראל איז עס גאר א חוב ווען עס קומט צו פסק'נען דיני תורה, פאר א פשוט'ן איד וועלכער איז נישט ממונה אויף קיין ריכטער זיץ איז עס נישט אזוי קיין חיוב ווי א שיינע זאך.

ווערט נישט ברוגז, איך פארשטיי וואס איר טראכט, וואס הייסט? וואס זאגט ער דא? מ'דארף נישט דן זיין לכף זכות א צווייטן איד? ווי נעמט א איד די העזה אזוינס צו פארלייגן אפילו?

ניין, נישט דאס איז וואס איך זאג, איך זאג אז דו דארפסט אים נישט דן זיין בכלל, מי שמך לאיש דן צו זיין צו דער מענטש איז גערעכט אדער נישט, ווען עס איז דיר נישט נוגע?

מיר מאכן צומאל דעם טעות און מ'רעדט איבער א צווייטן מיט אזא "נישט אום שבת גערעדט" היתר אז מ'פרובירט יענעם דן צו זיין לכף זכות, מ'לייגט נאך צו א גוט ווארט אויפן חשבון זיינעם, און דאס מאכט עס שוין באלד כמו מצוה, אזש מ'וועט בעטן שכר דערויף אויף יענע וועלט.

לאמיר בעסער פארשטיין, מ'שמועסט אין א קופקע איבער א געוויסע געשעעניש, א גאסן מעשה, אדער א לשון הרע, וואס אומווילנדיג לייגט דאס א פערזענליכן מענטש ארויף אויפן טיש פון דעם שמועס, און יעדער נעמט א שטעלונג.

ראובן זאגט אז דער איז א חי' רעה אדער אומווערדיגער מענטש פארן טון אזא אומרעכט.

שמעון זאגט אז ער פארשעמט די חיות, און מ'דארף אכט געבן ווען מ'באציהט זיך אזוי צום באשעפער'ס בריאה,

און אט קומט אריין יהודא און ברענגט אריין דעם אור פון כף זכות, ער איז מסביר אז פון אן אנדערן שטאנדפונקט, לייג דיך אריין אין זיין מצב וועסטו פארשטיין האיך יצא העגל הזה.

אין דעם זעלבן אטעם וואס יהודא וויל מאכן א תשובה מאהבה'דיגן מצוה פון ואהבת לריעך כמוך, און דן זיין לכף זכות דעם אידן וועם מ'צענעמט אלע גלידער דא אויפן טיש, איז ער נישט נאר קיין מוסף גורע, נאר א גורע גורע, ער מאכט ניטאמאל גוט דעם איינדרוק ווי איינער וואס וויל יענעם באמת פארשטיין, סך הכל זוכט ער אז די מפטפטים זאלן אים אפפרעגן און שטערקער מאכן די קלאגע, אזוי ארום אז דער אומבאטעמט'ער ריח פון א לשה"ר קעגן א צווייטן איד זאל אפשר גאר פארוואנדלט ווערן אין א מצוה'לע.

ס'איז זייער שווער באמת צו פארשטיין יענעם, און לאמיר זיך נישט איינרעדן אז מיר זענען אויסגעארבעט אין די גאר הייקאלע מדה סתם אזוי, עס נעמט שווערע כוחות צו קענען באמת זיך אריינלייגן אין א צווייטן'ס מצב אפי' יענער איז נישט קיין ברודער אדער א נאנטער פריינד, עס איז אסאך גרינגער צו זוכן דעם אנדערן וועג ארויס, באשליסן אז עס איז גאר א מצוה יענעם נישט צו פארשטיין.

ווען די סיבה צו אזא געמיינעם אקט איז ווייל יענער האט מיר ווייגעטון, אדער איך האב עפעס שאדן צוליב אים, טראץ וואס עס איז נאך אלס א גרויסער פשיעה, איז כאטש דא א געוויסער צד צו זאגן אז דער לב גשמי האט זיך משתלט געווען אויפן מח און איבערגענומען קאנטראל ווי חז"ל זאגן נכנס בו רוח שטות, אבער וויפיל מאל איז די סיבה אפי' נישט גענוג צו ענטפערן פארוואס בכלל רעדסטו פון די נושא? וואס האט יענער דיר געטון אדער אפי' נישט געטון?

צו פארשטיין יענעם דארף מען זיך באמת קענען פארשטעלן ווען דאס איז מיינס א קינד, צומאכן די אויגן און טראכטן, וואס וואלט איך געזאגט, אדער עכ"פ געוואלט זאגן און טראכטן, ווען די געשיכטע איז מיט מיין אייגן קינד.

זיך פארקלערן און מתבונן זיין וויאזוי עס וואלט זיך געוועבט דער "כף זכות" אלס א כף עשרה זהב מיט כל ערליי הערליכע געשפינטע קלאר און ממש אויפריכטיגע תירוצים וואס וואלטן ממש געמאכט איך זאל שפירן 100 פראצענט אז מיין קינד איז זיכער נישט אומגערעכט, און איך וואלט אפי' געקענט נעמען האפט אז עס איז אזוי געווען.

דערנאך צוריק עפענען די אויגן און פרובירן צו נעמען די דאזיגע געפילן און עס לייגן אויף דעם בר מינן וואס ליגט דא פאר אונז נעבעך אומבאשיצט און האט נישט ווער ס'זאל זיך אננעמען אויף זיין כבוד, און אפשר אין אזא פאל וועט דער "כף זכות שפיל" יא ארבייטן לטובתו באמת.

איך האב שוין געשריבן אין דעם קאלום דוכט זיך, אדער אין אנדערע שרייבווערק דעם געדאנק אז "אויב קענסטו יענעם נישט פארשטיין 100 פראצענטיג, (דאס הייסט דו טרעפסט נישט קיין פינטעלע לימוד זכות) דאן איז 100 פראצענט אז דו פארשטייסט נישט.

וואס הייסט?

אויב ווען דו רעדסט איבער איינעם אדער ביזט ברוגז אויף איינעם איז עס אויף א פארנעם פון קלארקייט וואס האט נישט פאר יענעם קיין שום וועג אפי' צו וועלן זיין גערעכט, קענט איר נעמען מיין ווארט אז איר פארפעלט ערגעץ אפאר פאראגראפן וואס איר האט ווילנדיג אדער אומווילנדיג אויסגעלאזט פון די געשיכטע, און מיט אביסעלע געדולדיגע און ישוב הדעת התבוננות וועט איר זעהן אז איר קענט יענעם אראפרוקן נישט צו ווייט פון כאטשיג 50 פראצענט גערעכט.

אבער דאס איז ווען עס איז דא א סיבה כאטש בגשמיות אין דעם נידעריגן אטמאספערע צו זיין ברוגז אדער זיך שפירן באדראעט פון דעם מענטש, וואס דאן זאגן אונז חז"ל "הוי דן לכל אדם לכף זכות".

אבער אויב זענט איר בכלל נישט קיין צד אין די געשיכטע נאר א 8טער קאפ האלטער פון א קופקע קאווע טרינקער און איר ווילט מקיים זיין די געהויבענע מצוה פון "דן זיין לכף זכות" זייט וויסן אז איר האט א גרעסערע מצוה נישט דן צו זיין בכלל.

גוט שבת.