יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ קריסטאל
ארטיקלען

פארגעסן די אקסיגען טאנק אין אפיס

קריסטאל · "היימשטאט" · פרשת תצוה תשפ"ה

(ספעציעל אפהאנדלונג אין גייסט פון חודש אדר)

די וואך איין נאכט ביים ענדיגן דעם טאג ארבייט, בין איך רואיג געגאנגען צום אויטא, און געמאכט מיין וועג וואס איך מאך כמעט טעגליך פון מאנסי קיין קרית יואל, איך האב אויסגעהערט געוויסע זאכן אויפן וועג ווי געוויינליך, גראדע בין איך געווען היבשן מיד, אנדערש ווי געוויינליך ווען איך בין אויפן טעלעפאן מערסטנס צייט, איז די וועג געווען אויסנאם רואיג, קיינער האט נישט גערופן שטערן, און איך בין טאקע געווארן מיד אינמיטן אויך זייענדיג נישט צוגעוואוינט צו דעם סארט וועג אן קיין טעלעפאן קאללס.

אנקומענדיג אהיים זעה איך מיך ארום אז איך האב נישט מיין טעלעפאן מיט מיר, און נאך א חקירה ודרישה שטעלט זיך ארויס אז דער טעלעפאן ליגט איינגעשטעקט אין קאמפיוטער אין אפיס,

ב"ה אז איך בין נישט אריין אין קיין פאניק, וואס דאס וואלט היינטיגע צייטן געווען א נארמאלע רעאקציע, אבער קיין סאך ברירות האב איך נישט געהאט נאר צוריק צו פארן אין אפיס נעמען דעם טעלעפאן. סיי ווייל איך האב ערווארטעט געוויסע וויכטיגע טעלעפאן רופן שפעטער אין די נאכט וואס איך האב געדארפט צו באקומען אויפן טעלעפאן, און נאכמער פון דעם איך האב כמעט נישט געדענקט קיין איין טעלעפאן נומער וואס וואלט מיר געווען וויכטיג צו רופן, אלעס איז אויפן טעלעפאן.

איך האב אזוי געקלערט צו מיר אז דאס האבן א פליפ טעלעפאן האט זיך זיינע מעלות און חסרונות.

די מעלות: אז נאר די טעלעפאן נומערן פון מיינע באקאנטע האב איך פארגעסן, ווען איך האב ווען א סמארט פאון וואלט איך לכאורה אויך פארגעסן וואו איך דארף גיין צום דאווענען, און וויאזוי איך הייס, אדער אנדערע וויכטיגע זאכן, זינט דער סמארט פאון איז היינט דער כל בו מיט אלע אינפארמאציע ממש.

די חסרונות: קען זיין ווען איך האב ווען א סמארט פאון וואלט איך ביים קארנער פון אפיס שוין געזעהן אז עס פעלט מיר דאס חיות, און איך וואלט נישט אפגעפארן א דריי פערטל שעה נישט וויסנדיג אז איךה אב נישט מיין טעלעפאן מיט מיר, וויבאלד עס דינט פאר מער ווי נאר דעם צוועק פון טעלעפאן.

פארוואס פארצייל איך די מעשה? ווייל ס'האט מיך געמאכט טראכטן, און אז איך טראכט שוין יא אמאל לאמיר עס מיטטיילן מיט די לייענער.

מיר זענען היינט צו טאג אזוי משועבד צום טעלעפאן, איך רעד שוין נישט ווען דער טעלעפאן דינט פאר מער ווי סתם טעלעפאנירן, אבער אפי' דער פשוט'ער טעלעפאן וואס מ'נוצט טאקע נאר פאר איר באשטימטן תפקיד, אויב לויפט די בעטעריי נידריג, לויפט דער בלוט דרוק ארויף, און אויב לויפט עס אינגאנצן אויס איז שוין דער מענטש נישט געהעריג ביים געוויסן.

ווען עס קומט דער שבת קודש, אדער די הייליגע ימים טובים, ווען מיר אלע לייגן אוועק דעם טעלעפאן און האבן א יום שבת ומנוחה מיט געהויבנקייט, איז דער נסיון אודאי נישט דא ביי קיין ערליכן איד, און ער שפירט נישט קיין שום דרוק פון דעם אפוועזנהייט פון זיין קליינע מאשינקעלע, ער לעבט זיך רואיג און געלאסן, ער וועט שוין ערלעדיגן זיינע וואכעדיגע אויפגאבעס ווען דער וואך וועט קומען צום געזונט און לעבן, און גארנישט פאסירט.

די גמ' זאגט אז א תלמיד חכם איז בבחי' שבת, און עס איז דערין דא אט די בחינה פון וועלכן איך רעד, דער געלאסנקייט פון דעם תלמיד חכם אפי' איבערן וואך, וואס ער ווערט נישט פארלוירן אדער איבערגענומען פונקט ווי ס'וואלט ווען געווען שבת קודש, ער טראכט מיט מתינות, און פארשטייט אז די וועלט קען אנגיין און גארנישט וועט פאסירן אויב ער וועט נישט פונקט האבן צוטריט צו זיינע וויכטיגע קאנטאקטן אויפן טעלעפאן.

מיר דארפן זיך אראפלערנען פון אט דעם תלמיד חכם שנקרא שבת, וועלכער קען נוצן דעם מח שליט על הלב און נישט ווערן איבערגענומען פון די קליינליכע אומאיינגענעמליכקייטן וואס זענען צומאל מער אן שלעכטער געוואוינהייט ווי א אמת'דיגער נחיצות.

לאמיר זיך נישט נער'ן. עס זענען פארהאן וויכטיגע זאכן וואס מיר פירן אויס אויפן טעלעפאן, און עס איז פארשטענדליך אז ווען עס קומט צו אזא קורצשלוס פונקט ווען מ'ברויך וויכטיג האבן ווערט אביסל אן אנגעצויגנקייט, און צומאל אויפריכטיג.

צום ביישפיל:

אמאליגע צייטן ווען מיר זענען יונגער געווען האט יעדער געקענט עטליכע אין צענדליג טעלעפאן נומערן אויסנווייניג, די גאר וויכטיגע מענטשן וועם מ'האט געוואוסט אז מ'דארף כסדר רופן, און אויטאמאטיש האט מען זיך איינגעחזר'ט נאך אזויפיל מאל קלינגען יענעם די נומערן. (לאמיר שוין נישט רעדן ווען מ'האט נישט געדארפט אפי' לייגן קיין עריע קאוד, פאר די וואס געדענקען, איז עס פשוט געווען גרינגער. נאר 7 נומערן...)

פאר די איבעריגע קאנטאקטן האט יעדער געהאט א קליין ביכל אין טאש, עס האט געהייסן א "טעלעפאן בוך" . דאס יונגערע דור ווייסט נישט פונקטליך וויאזוי עס האט אויסגעזעהן, עס איז געגאנגען לויט די אלפא בעט, מ'האט געקענט לויט די אותיות זיך פארקוקן דעם נומער צו דייעלן. געווען אזוינע מער סאפיסטיקירטע טעלעפאן ביכלעך, וואס מ'האט געקענט אויפן דעקל דרוקן אויף דעם ספעציפישן אות, און עס האט זיך אויפגמישט דירעקט צו יענעם אות. דאס איז שוין געווען מאדערן, און אומ'חסיד'יש.

אה, און ווער געדענקט נאך די ראטערי טעלעפאנען וואס צווישן איין דריי מיטן צווייטן האט מען געקענט עסן כדי אכילת פרס, און הערשט נאכדעם כאפן אז מ'האט געדרייט דעם אומריכטיגן רעדל, און אנהייבן פון דאסניי.

די מעלה פון די טעלעפאן ביכלעך איז געווען אז די בעטערי איז קיינמאל נישט אויסגעגאנגען, און מ'האט אלס געדענקט די וויכטיגע נומערן וואס מ'האט געדארפט האבן. היינט איז אמת אז אויב איז דער טעלפאן אויסגעלאשן קען מען זיך נישט קיין עצה געבן, ווייל דער מח איז נישט באהאוונט דערמיט, און דאס מאכט עס נאך וויכטיגער.

אבער אויב לערנען מיר זיך אפ פון דעם תלמיד חכם, דאס איז דער מענטש וואס פירט זיך ווי א תלמיד חכם מיט מתינות, און נישט קיין איבערגעטריבענע רעאקציעס צו אומבאקוועמליכקייט, ווערט דאס לעבן פיל גרינגער, און יא, עס איז וויכטיג צו טון השתדלות צו זיין וואס ווייניגער אנגעבינדן אין אומפאראנטווארטליכע מאשינעריע וואס קען פירן דעם בלוט דרוק צו הויכע ציפערן.

לאמיר נישט פארוואנדלען טעכנעלאגיע אין אקסידזשען, און לאמיר לעבן רואיג אפי' ווען עס איז א קורץ שלוס אויפן מאשינקעלע, פונקט ווי מיר קענען ב"ה לעבן רואיג אין די שבתות ומועדים למנוחה, און פונקט ווי דער מתמיד וואס קען פארשפארן דעם טעלעפאן ביים לערנען.

מיר מוזן נישט זעהן יעדע טעלעפאן רוף וואס זוכט אונז אינמיטן דאווענען, ווילאנג מיר זענען נישט פון די אימערדזשענסי אגענטורן צו העלפן אידן וואס ביי זיי איז עס א שאלה פון פיקוח נפש.

מיר מוזן נישט אלס זיין אוועילעבל, אפי' אין צייט פון זיצן מיט די משפחה ביים טיש, אויב זענען מיר נישט ספעציעל וויכטיג פאר הצלת נפשות אדער צו לעשן פייערס.

וואס גראדע איז דאס בכלל עפעס וואס מ'דארף אויסשטעלן אין לעבן אז ווען מ'רופט אייך אויפן טעלעפאן מיינט נישט אז איר מוזט גראד אלעמאל צו יעדע צייט זיין משועבד אויפצוהייבן, די וואס שטעלן זיך אריין אין אזא סארט שעבוד האבן אסאך אסאך שוועריגקייטן און זענען קיינמאל נישט רואיג.

און מיר מוזן נישט נעמען שווער די טעכנעלאגיע וואס איז בעצם באשאפן געווארן אונז צו מאכן גרינגער אויפן הארצן.

לאמיר אויך נישט פארגעסן אז מכלומר'שט איז די טעכנעלאגיע געברענגט געווארן צו אונז כדי צו פארמערן מנוחה אז מיר זאלן נישט מוזן זיין פארנומען מיט אליינס טראגן אדער ברענגען, די מאשינקעלע דארף די אלע זאכן טון פאר אונז, אבער אויב ווערן מיר איבערגענומען און פארנומען מיט דעם צושטאנד פון די מאשינקעלע איז עס נאר נאך א דרוק אויפן אזוי אויך צודרוקטן מח.

שמחה און הרחבת הדעת איז א מתנה וואס דער מענטש דארף אקצעפטירן, און דאנקן דעם אויבערשטן פאר די מתנה, און נישט ח"ו צוריקווארפן אויף מינדערוויכטיגקייטן.

איך קען שוין לייענען די מעסעדזשעס וואס איך גיי באקומען. מי שמך לאיש? צו קומען זאגן מוסר? אבער איך זאג נישט קיין מוסר ח"ו, עס איז נישט עפעס וואס איך מעג טון, אבער איך האף אז איך מעג ברענגען אויפריכטיגע וואכזאמקייט צו עפעס וואס אומווילנדיג ווערט פארזעהן, און אפשר העלפן צו ברענגען רואיגקייט ביי אנדערע אויך.

האט א לעכטיגן שבת.