א אידל שפאצירט אריין אין ביהמ"ד א מאנטאג צופרי מיט האלב פארשלאפענע אויגן, ער זעהט נאך אלעס טאפלט, אבער עפעס וואונדערט אים אז יעדער קוקט צו אים און מ'קוקט גלייך אוועק כאילו מ'וואלט אים נישט געזעהן בכלל.
זיינע גוטע פריינט וואס באמערקן אים געוויינליך, האבן עפעס דאס מאל אים נישט באמערקט, און ער שפירט ווי ער איז א שפאצירנדער גלאז וואס קיינער באמערקט נישט.
זיין וואונדער האט זיך שנעל געשטילט ווען ער איז אנגעקומען אין מקוה, און ער זעהט דעם חורבן, ער איז געקומען אין שול מיטן שלאף קאפל, דער עולם היינט איז א דיפלאמאטישער עולם, מ'וויל אים נישט וויי טוהן און מבזה זיין, לאזט מען אים אזוי ווייטער גיין, קיינער באמערקט נישט דעם דורכפאל, יעדער איז פונקט פארנומען מיט זאגן ברכת התורה אדער מיט התבוננות, און דער אידל שפאצירט מיט זיין שלאף קאפל ביז אין די מקוה אריין ווען דער מציאות שלאגט אים אין פנים.
פאררויטלט דרייט ער זיך רעכטס און לינקס צו זעהן ווער נאך ס'האט מיטגעהאלטן דעם ספעקטאל, אבער ווי שוין געשריבן יעדער איז היינט פונקט אויפגעשטאנען פארנומען, און דערמיט האט ער שנעל געענדיגט דעם אומבא'טעמ'טן עסק. (פרעגט מיך נישט פון וואו ער האט גענומען א קאפל יעצט פאר דערווייל, איך האב אים נישט איבערגעפרעגט)
א שיינע מעשה, אבער סתם צו פארציילן גאססיפ איז דאך דער היימשטאט נישט געמאכט, איך האב א שטיקל נקודה למחשבה וואס האט מיך געמאכט ברענגען דעם עפיזאד.
גיין מיט א שלאף קאפל איז קיין בושה נישט, יעדער וואס פירט זיך צו שלאפן מיט א שלאף קאפל טוט עס מיט שטאלץ, שעמט זיך נישט דערמיט בכלל, עס איז א מלבוש וואס מ'פארקויפט אפענערהייט אין די געשעפטן, און ווען א מענטש נעמט עס אראפ פון די פאליצעס קוקט ער נישט ארום צו איינער זעהט וואס ער נעמט דא.
אלזא וואס איז די בושה מיט אונזער אידל? וואס איז ער נעבעך אזוי אפגעפאטשט? פארוואס איז יעדער פלוצים געווארן פארנומען?
אה, דא ליגט דער סוד, עס איז נארמאל ווען מ'איז אין שלאף צימער ביי זיך אינדערהיים, אבער אין די גאס גייט קיינער נישט מיט קיין שלאף קאפל, יא, איר האט צוגעטראפן, דאס איז די סיבה פון דעם אומאיינגענעמליכקייט פון דעם איד.
לאמיר אויסשמועסן א נקודה למחשבה, נארמאל איז נאר נארמאל וואו ס'איז נארמאל, מ'פארשטייט יעדער אז וואס איז נארמאל אין שטוב איז נישט נארמאל אין גאס, וואס איז נארמאל ביי דער ארבייט איז נישט אייביג נארמאל אין שטוב, א מענטש מוז קענען טוישן הוט ווען מ'ברויך, און זיך צושטעלן צום פאסיגן לבוש אין דעם באשטימטן מציאות.
קומט א איד אהיים פון דער ארבייט, ער איז ביי די ארבייט א גאנצער תנא קמא, ער מענעדזשט 20 גויים, ער מאנעווירט, ער דיקטירט, על פיו יצא ועל פיו יבוא, ער איז דער כל בו. אויב קומט ער אהיים מיט דעם זעלבן היטל, און פירט זיך אזוי אין שטוב איז זייער מעגליך אז ער וועט פארלירן זיין שלום בית גאר שנעל, מ'קען נישט בלייבן מיטן זעלבן היטל.
קומט א איד אין ביהמ"ד, ער איז שטיל, ער איז איידל, ער האט נישט אין זיך קיין עקסטערע אייפער צו זיין פון די ראשי מדברים אדער בכלל צו נעמען א שטעלונג אויף זאכן, ער איז א וואוילער אידל, טשעפעט נישט קיין פליג. אבער ווען ער קומט אהיים אלס דער טאטע פון די קינדערלעך אלס דער מאן פון א אשת חיל, איז ער דער טאטע, ער דארף זיין דער וואס שטעלט דעם טאן אין שטוב, ער קען נישט בלייבן מיט דעם זעלבן היטל.
מדות פון א מענטש זענען נאר גוט ווען מ'ווייסט ווען זיי צו נוצן, און אמאל נאך וויכטיגער ווען זיי נישט צו נוצן. די טאלאנטן פון א מענטש מוז נישט ווערן גענוצט איבעראל, אויב האט מען אין זיך לידערשיפ סקילס מיינט דאס נישט אז מ'מוז דאס אימפלעמענטירן וואו אימער מ'גייט. ס'איז דא אמאל ווען דער גרויסער הערשער און פירער דארף זיצן צווישן דעם המון עם און זיין א פשוט'ער אויספאלגער. נישט אלס קען מען בלייבן מיטן זעלבן היטל.
דאס איז געזאגט געווארן אין אזויפיל פעלער, אבער איך מיין אז די עיקר נקודה איז זייער פשוט: נישט יעדער און נישט אלעמאל דארף דער מענטש אנאנסירן זיינע קענטעניסן און אייגנשאפטן, ס'איז דא ווען מ'דארף זיך בייגן צום מציאות און אויסטון דעם היטל און טון וואס איז בעסער פארן מצב און זמן.
איך מיין אז די מערסטע שייך און וויכטיג איז די נושא ביים אהיים קומען פון די ארבייט אדער אפי' א אינגערמאן פון כולל, עס לאזט זיך זאגן און טראכטן אז א מענטש גייט אריין אין א געוויסע טעמפראטור איבערן טאג, אמאל איז דער טאג צו הויך, אמאל צו נידריג, דער מענטש האט פארשידענע דורכגענג ביי די ארבייט, יעדן טאג קען זיין אנדערש, אמאל גרינגער אמאל שווערער.
ווען ער קומט אהיים מוז ער מאכן זיכער צו "טוישן היטל", דערמאן דיך דיין תפקיד אין שטוב, און געדענק אז מ'ווארט ארויס אויף דיר נישט אויף דעם היטל וואס דו האסט געטראגן היינט אין דער ארבייט, נאר דעם היטל פון א טאטע צו די קינדער, און פארשטייט זיך אז די זעלבע איז פאר די מאמע צו די קינדער אבער מיר רעדן דא באופן כללי.
אינטערסאנט איז אז דער קאנצעפט קען ווערן זייער שווערט און קאמפליצירט אויב מיינט מען אז עס פארלאנגט זיך צו טראכטן טיעף, אדער זיך צו זעצן מיט א פענע און פאפיר אויסרעכענען וועלכן היטל מ'האט אנגעטון אויף דער מינוט, אבער ס'איז בכלל נישט אזוי, סך הכל פעלט זיך אויס א סעקונדעלע מחשבה.
די מחשבה איז זייער פשוט: "איך גיי יעצט אהיים" און איך לאז איבער דעם היטל פון דער ארבייט אין אפיס אדער אין וועירהאוז. דאס אליינס מאכט גענוג א רושם אויפן מענטש און מיני' ובי' טוישט זיך אלעס, ער ווערט אן אנדערער מענטש מיטן גוטן ווילן, און קען בעז"ה ברענגען א פרידליכן אטמאספערע אין שטוב.
אז מ'רעדט שוין יא, און ס'איז געבליבן טינט אין פעדער, (און ס'איז דאך נאך פארט חודש אדר) לאמיר א מינוט בארירן די טעמע פון אן אנדערן קוק ווינקל, א קורצן איבערזיכט אויף די פאלשע דיפלאמאטיע אין וועלכן מיר טונקן זיך נעבעך.
מיר לעבן אין א ליבעראלן דור, וואס אויב זאל גילטן דער כלל פון "וויאזוי עס גויאישט זיך אזוי ח"ו אידישט זיך" וואלטן מיר ל"ע נישט געקענט פיזיש עקזיסטירן, די וועלט איז געקומען א ווייטע וועג פון אפענע האס צו ראסע און צו רעליגיע און צו מינאריטעטן, צו א פאלשע אפענע ליבע און געמאכטע איינערקענונג צו אלס און אלעמען.
אזוי ווייט אז אפי' צו זאגן קאנסטראקטיווע קריטיק איז שוין א חטא, און מעורר זיין א צווייטן איבער סיי וועלכער ענין ווערט באטיטולט אלס אומ'דרך ארץ'דיג,
זעהט מען א אידל זיך ארום דרייען מיט א לאקש אויפן בארד, און קיינער וועט אים נישט מעורר זיין דערוועגן, הלמאי, וואס דארף איך אים מצער זיין? איך וועל ענדערש נישט באמערקן, און פטור אן עסק. יעדער וויל זיין וואויל.
ביזדערווייל גייט דער איד דורכגיין דורכזיכטיגע בושות ווען ער וועט שוין למעשה געוואיר ווערן אז ער האט זיך געדרייט אין ביהמ"ד פאר א שעה אדער צוויי מיט א פארבליבענעם לאקש פון זיין נאכטמאל אויפן בארד. איז דאס דער וועג? זיכער אז נישט, אבער פארוואס זאל איך זיין דער שלעכטער אים מעורר צו זיין?
עס איז א נסיון וואס דארף פשוט א טראפעלע מחשבה, דער איד וועט דיר דאנקבאר זיין גאר שטארק אז דו נעמסט די קוראזש אים מעורר צו זיין אויף עפעס וואס ברענגט אים בזיונות, ער וועט אפשר ווערן אביסל אומבאקוועם פאר א מינוט, אבער אינערליך וועט ער דיר זייער דאנקבאר זיין, בפרט ווען מ'ווייסט וויאזוי צו טון אזא זאך, נישט צו מאכן יענעם שפירן ווי ער ווערט עפעס אראפגעקוקט פארן דורכפאל.
דאס איז שוין א שמועס פאר זיך, וויאזוי צו מעורר זיין א מענטש איבער עפעס אנע דעם וואס מ'זאל מאכן יענעם שפירן אומאיינגענעם, אבער פאר דעם איז שוין נישטא גענוג טינט אינעם היינטיגן פעדער, און מ'וועל מיר עס לאזן פאר א צווייט מאל בעז"ה.