יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ קריסטאל
ארטיקלען

ווען דער רוטין ווערט געשפאלטן

קריסטאל · "היימשטאט" · פרשת ויקהל תשפ"ה

ארויסקריכנדיג פון די ימי הפורים ווען דער עולם איז נאך האלב אונטערן רושם פון די גאלאנען וויין וואס מ'האט געטרינקען מקיים צו זיין דעם עד דלא ידע מיט אלע הידורים, וועקט זיך דער מח אויף און מ'קומט צוריק צום קלארקייט פון די ידיעה אז ברוך מרדכי איז ברוך מרדכי און ארור המן איז ארור המן.

אן אינטערסאנטער אבזערוואציע וואס איך האב עספיעט צו טראכטן איבער די געהויבענע שעות פונעם פורים וואס קענען נוגע זיין אויפן גאנצן יאר איז דער פינטעלע איד ווען מ'איז אינדרויסן פון רוטין, וויאזוי עס מאכט אונז אלע אימאציענאל און איבערגענומען צו זעהן ווי שטארק אונזערע עלטערן און רבי'ס פון דורי דורות האבן אראפגעשטעלט יסודות וואס מ'דערקענט אין אזוינע צייטן אזוי שטארק.

מיר לעבן אין א "סיסטעם" דור, אלעס פארט ווי אויפן קאנוועיער פאסיג, מ'דרייט זיך צוזאמען, מ'שטייט צוזאמען, מ'שאקלט זיך צוזאמען, מ'וואקלט ווען יעדער וואקלט, און מ'שאקלט ווען יעדער שאקלט, און דאס איז אלעס גאר גוט ווי שוין געשריבן, ווייל דער גלאבאלער ווארימער חסידישער אידישקייט נעמט אן א צורה וואס ווערט נישט געטוישט דורך איינצעלנע וואס זוכן איר צו טוישן.

מיר האבן אוועקגעשטעלטע יסודות, און אפי' אויב אמאל פארמאכט זיך אן אויג פאר א מינוט, וועקט מען זיך אויף צוריק אין פלאץ און מ'קען ווייטער אנגיין,

די מעלות פון זיין אין אן אוועקגעשטעלטן סיסטעם זענען גאר גרויס, און איז געבויט געווארן מיט די חכמה און פקחות פון אבותינו ורבותינו, און ווערט אלס פארבעסערט און פארשענערט, אבער פארט איז דא אמאל ווען א קליינער קנייטש אין דעם טאג טעגליכן רוטין ברענגט ארויס אפי' שטערקער דעם פינטעלע איד.

לאמיר נעמען למשל א אידישע שמחה. דער גרויסער נאכט פון א חתונה, עס שטעלט זיך אויף א בית נאמן בישראל, יעדער פריידט זיך, מ'טוט די מצוות פון משמח זיין חתן כלה, מ'קומט ווען מ'הייסט קומען, מ'גייט ווען מ'הייסט גיין, מ'טאנצט אויפן טאקט וואס איז איינגעשטעלט שוין פאר יארן לאנג.

עס שפירט זיך צומאל ווי עס איז א זייגערל אין מח וואס ווערט אנגעשטעלט אין "חתונה מאוד" און דער מח ווייסט שוין אליינס אז א איד אין דיינע יארן דארף טאנצן אין דעם דרויסנדיגן רינג, מער צו די שטייטערע זייט, זיך רוקן פאמעלאך און קוקן כסדר מיט א שמייכל אויף רעכטס.

אויב ביזטו א יונגערער בחור אדער ענערגישער משפחה פירער, דאן באלאנגסטו אין די מיטלסטע רינג, טאנצן שנעלער און אמאל אמאל אפי' ארויס פארבן מיט א טאנץ אנדערש ווי יעדער, און ווערן אביסל רויטליך און זיך צוריק אריינשטעלן אין די רקידה של מצוה פון דעם ציבור.

די מעלות פון דעם סיסטעמאטישן "שמחה" זענען זייער גוט, עס האט א גלאבאלע מעלה אז דארט וואו עס איז אפשר נישט אזוי גרויס די שמחה צוליב סיי וועלכע סיבה וועט מען נישט דערקענען קיין חילוקים, און דארט וואו ס'איז נישט דא קיין ספעציעלע טאנצערס אדער סתם ענערגיע וועט די שמחה נאך אלס זיין בשלימות.

אבער פארט איז דא א געוויסער חסרון ווען דער מח ווערט פארטעמפט און גייט מיטן טעמפא, מ'שפירט נישט דעם דערהויבענעם גייסט פון שמחה ווי עס וואלט ווען אמת'דיג געדארפט זיין, ווי מיר הערן פון אונזערע זיידעס וואס פלעגט זיין אינדערהיים ווען א שטעטל האט געפראוועט א חתונה און יעדער איז געווען אויף די פוס, די געפיהל פון זיין א חלק פון די שמחה איז געווען א אינערליכער, יעדער האט געברענגט צום שמחה עפעס וואס מ'האט געקענט, און צוזאמען איז געווען א געהויבנקייט.

אודאי איז די סיבה פשוט, עס איז נישט געווען קיין חתונות יעדע נאכט, מ'האט אמאל אמאל געהאט א חתונה, און די האלבע שטאט האט געקאכט און געבאקן פאר די שמחה, די צווייטע האלבע האט גענומען א טאג אוועק פון די ארבייט און זיך געגרייט צו די עצם חתונה, עס איז געווען חול המועד אין שטעטל ווען עס איז געווען א חתונה.

קען מען דאס היינט האבן? קען מען דאס היינט טוישן? ניין, און מ'דארף נישט טוישן, מיר קענען נישט בעטן פאר בעסער ווען מיר האבן ב"ה אזא ריבוי עם בליעה"ר און מ'טאנצט יעדע נאכט.

פארט ווען עס מאכט זיך א קנייטש, און עס איז א שמחה וואו דער רוטין איז פארבויגן זעהט זיך אן דער איד מיט אלע פארבן, און דאס קומט ארויס אויך אין דעם יו"ט פורים וואו איך האב געהאט די געלעגנהייט צו מתבוננן צו זיין אין דעם.

דער יו"ט פורים איז אויך רוטין, טראץ אירע אלע ענדערונגען פון דעם סתם טאג אין יאר, מ'טרינקט, מ'זינגט, מ'טאנצט אין די גאסן און אזוי ווייטער, פארט איז דער רוטין יעדעס יאר די זעלבע.

מ'ערווארטעט שכרות פון די זעלבע שיכורים, מ'הערט געוויינליך די זעלבע אייסערונגען ווען זיי זענען שוין האלב שיכור, און אזוי ווייטער ווען זיי זענען שוין גאנץ שיכור. מ'ווייסט וואו מ'דארף זיין צו וועלכע צייט. יעדער אין זיין מצב האט א רוטין, און אן ערווארטעטע עקספיריענס.

דאן קומט אזא יאר ווי היי יאר מיט א פורים המשולש, און מיר האבן די געלגענהייט צו טרעפן דעם ציבור אינדרויסן פון רוטין, ווייל עס איז נישט ווי יעדע יאר, און פלוצים זעהן מיר זיך מיט דעם ריכטיגן איד.

עס ווערט שבת קודש פונקט אינמיטן דעם סאמע שכרות, און גאנץ כלל ישראל שטייט ביי קבלת שבת. יא דער עולם איז בגילופין, דער ביהמ"ד זעהט אויס ווי א גראנאט וואס ווארט אויף א שוועבל אויפצופלאמען, און אין יעדן ביהמ"ד ווארפט איינער דעם שוועבל, און דער עולם פארגייט אין טענץ אדער אנדערע ווארימע אויסברוכן וואס פאר די האלב ניכטערע ברענגט טרערן פון "מי כעמך ישראל", ווי וואלט דער גוי אויסגעזעהן נאך א שיכור'ן טאג ווען ער דארף קומען אין ביהמ"ד דאווענען פארן הייליגן באשעפער?

עס איז אנדערש, עס שפירט זיך בעסער, מ'זעהט אז דער געוויינליכער רוטין איז נישטא אונז צו אפהאלטן פון זיין ווער מיר זענען, נאר צו העלפן אז די וואס דארפן זיך מיטכאפן זאלן גרינגערהייט קענען מיטגיין מיטן סיסטעם.

אזא פורים וואס קומט מיט א קנייטש, עס איז נישט ווי אלע יארן גיבט אונז די געלעגנהייט זיך צו זיין ריכטיג אין שפיגל און זיין שטאלץ מיט אונזער איינגעווארצלטע אמונה פשוטה וואס אונזערע עלטערן לייגן אריין אין אונז.

איך בין נארוואס געווען ביי א חתונה וואו עס איז געווען אביסל אנדערש ווי געוויינליך און איך האב אויך באמערקט דעם אבזערוואציע אז דער עולם איז געווען דערביי אנדערש ווי ביי סתם חתונות, יעדער איז געווען "זיך" מ'האט נישט געארבייט לויטן אנגעשטעלטן זייגער, די שמחה איז געווען אין די הויכע ספערן, מענטשן וואס שפאצירן געווענליך אין די שטייטע ליניע וואס הייסט א רינג הייבן זיך די פוס אין די לופטן און געבן ארויס זייערע געפילן לויט זייערע מעגליכקייטן, עס האט ווייטער ארויסגעברענגט טרערן אין די אויגן צו זעהן אז דער באהאלטענער איד איז נאר באהאלטן ווילאנג עס טרעפט נישט א שפאלט ארויס צו קומען.

דאס גיבט אונז חומר למחשבה, אז אמאל איז כדי צו טוישן רוטין נאר צוליב דעם, זיך אליינס צו דערקענען, צו זעהן וואס בין איך ווען דער עלעוועיטאר איז צובראכן? קען איך די וועג דורך די שטיגן? אדער בלייב איך שטעקן?

דער רוטינער אידל וואס דאוונט אויף זיין פלאץ און זיין מנין יעדן איינציגן טאג, און טרעפט זיך אמאל ערגעצוואו אין די מרחקים וואו דער בעל תפלה דאוונט נישט לויט זיין טאקט, דאן איז ווען ער זעהט וואס ער איז באמת.

דער רוטינער אידל וואס גייט אין דער ארבייט יעדן טאג און טרעפט זיך אין א טאג וואס ער דארף נישט גיין אין די ארבייט, דאס איז דער טאג וואס גיבט אים ארויס דעם סוד ווער איז ער באמת.

פאר מיר און פאר אסאך אידן איז דער פארגאנגענער פורים געווען כמים קרים על נפש עייפה, ווען מיר האבן געזעהן ווי דער רוטינער עם ישראל איז גארנישט אזוי רוטין, ווען מ'לאזט דעם עולם אליינס טרעפן א וועג, און עס איז נישט קלאר וואו ער דארף שמייכלען און וואו ער דארף זיך האלטן ערנסט, ווייסט דער עולם אויך די גבולים, און מיט שטאלץ קען מען זאגן אז דער ניכטערער גוי קומט נישט נאענט צום גרעסטן אידישן שיכור אין דעם הייליגן טאג.

א גוטער נקודה צו נוצן אמאל ווען מ'שפירט זיך פארטעמפט פון דעם רוטין. אנצונעמען קליינע שינויים אינעם סקעדזשול אדער אין די אנגענומענע סדרים פון טאג, עס לאזט אויף דעם מח און פארלאנגט א עקסטערע דאזע פון מחשבה, און העלפט אונז איינערקענען ווער מיר זענען באמת.