יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ קריסטאל
ארטיקלען

איך האב געטראכט א אמת'ע געשיכטע

קריסטאל · "היימשטאט" · פרשת פקודי תשפ"ה

שטעלט אייך פאר ווען א רעדנער, א מגיד, שטעלט זיך אויף האלטן א דרשה, רעדט איבער א וויכטיגע נושא, און ער הייבט אן מיט די ווערטער אזוי: איך האב געקלערט מ'קען אפשר זאגן, א אמת'ע געשיכטע.

וואס וואלטן די צוהערער געטראכט? אומווייניגסטנס וואלטן זיי זיך אונטער געשמייכלט. וויאזוי קען א מענטש מחדש זיין א אמת'ע געשיכטע? אדער האט עס פאסירט, אדער נישט.

איך האב מיך דערמאנט פון דעם די פארגאנגענע וואכן ווען איך האב עטליכע מאל זיך באגעגנט אין אזוינע עפיזאדן אין געוויסע אנדערע פעלער, וואס איך האב געשפירט ס'איז כדי אויסצושמועסן.

די גמרא זאגט "יגעת ומצאת תאמין", די גמ' גייט ארויף אויף רוחניות, א מענטש קען אנקומען און דערגרייכן דורך יגיעה, און עס ווערט אויך גענוצט אויף אלע סארט אנדערע עקזעמפלארן וואו מ'נוצט דעם מאמר החכם, יגעת מצאת תאמין, ערווארט נישט צו טרעפן ווען דו זוכסט נישט.

איך האב אלס זיך געפלאגט צו פארשטיין דעם אינטערסאנטן לשון, קודם לכל איז דען נישטא אמאל ווען א מענטש זוכט עפעס און טרעפט עס נישט, למשל ווען די זאך איז לכתחילה נישט דארט, אבער מער פון אלעמען די לשון פון יא גלייבן אדער נישט גלייבן איז אינטערסאנט, איך וועל אייך אבער נישט האלטן געשפאנט און געבן א דרוש אין די ראמען פון דעם קאלום, נאר גיין גראד צו די נקודה.

מ'זיצט ארום דעם טיש און מ'פארהאנדלט איבער וויכטיגע באשלוסן, עס איז א גרויסער ביזנעס, די עקזעקיוטיוון זיצן און שפעקולירן איבער קומענדיגע שריט צו הייבן די הכנסות און שניידן די הוצאות, יעדער גיבט עצות, און מ'איז דן בכובד ראש און דאן רופט זיך אן איינער פון די באאמטע מיט עקסטאז איבער א גאר בריליאנטענעם געדאנק פאר מארקעטינג.

ער איז מסביר דעם געדאנק בטוב טעם ודעת, ער לייגט אראפ וויאזוי דאס וועט זיך אנרופן צום דעת הקהל, און וועט ברענגען א גרויסן הצלחה אין פארקויפן דעם פראדוקט וואס מיר פארקויפן.

יעדער זיצט פארגאפט און הערט זיך צו צו דעם הערליכן פארשטעלונג און דמיון וויאזוי זאכן וועלן גיין. ווען מ'פרעגט אים, פון וואו ווייסטו וויאזוי דער קאנסומער וועט אננעמען דעם געדאנק, ענטפערט ער מיט א זייטיגן שמייכל, ס'איז א דבר פשוט, ס'קען גאר אנדערש נישט זיין, ס'שטעלט זיך פשוט אויפן שכל וכדו'.

דער קלוגער און מער דורכגעטראכטער בעל הבית פון די ביזנעס פאררעכט די שאלה און פרעגט אזוי: די שאלה וואס איך האב איז, וואס האסטו אלס געטון בעפאר דו ביזט אויפגעקומען אויף דעם וואזשנעם געדאנק? וועם האסטו געפרעגט? וואו האסטו געזוכט? דערצייל אביסל פון וואו דער געדאנק איז געוואקסן?

אה, דא קומט אריין דער מאמר חז"ל "יגעת ומצאת תאמין", מיר הערן א געוואלדיגן איינפאל, א גוטן געדאנק, א גאר פארשטענדליכע מהלך, מיר ווייסן נישט צו מיר זאלן גלייבן אז דאס וועט טאקע זיך אויסארבייטן, מיר האבן מורא פון א דורכפאל, דאן וואס קענען מיר טון צו וויסן אויב מיר קענען זיך פארלאזן דערויף צו גלייבן אז עס קען ארבייטן?

יגעת? האסט אריינגעלייגט ארבייט דערין? האסט געטון עפעס אויסער "טראכטן"? דאן מעג מען גלייבן אז אפשר וועט דאס טאקע ארבייטן.

מיר לעבן היינט אין א וועלט וואס יעדער פרובירט צו זיין א מחדש, און מ'מוז מודה זיין אז מ'הערט פון חידושים וואס אמאל האט זיך א פשוט'ער מענטש נישט געוואגט אפי' צו טראכטן דערוועגן, מ'לעבט אין א וועלט פון קאפיטאליזם, וואס די רעזולטאטן דערפון ברענגט אז פון דעם גרעסטן ביזן קלענסטן יעדער פרובירט צו טראכטן שיעף און אויפקומען מיט נייעס, וואס דאס איז א נייער וועג פון אפשר רייך ווערן אדער גליקלאך ווערן.

און דאס איז נישט קיין שלעכטע זאך, מענטשן נוצן די מוחות, און דער אויבערשטער האט געשאנקען פארן מענטש די יכולת צו קענען כסדר שטייגן אין דעם הינזיכט, אבער עס איז וויכטיג צו געדענקען אז נעמען א חלום צו רעאליטעט פארלאנגט מער ווי סתם א גוטער אויסקוק, עס מוז האבן א צעמענטענעם יסוד אויף וואס מ'קען בויען.

לאמיר נישט פארגעסן אז אודאי האבן מיר בטחון אין אלע אונזערע וועגן, און מיר ווייסן אז דער מענטש טוט גארנישט אליינס, אבער אלס א סדר העולם פון השתדלות איז וויכטיג נישט צו פארקריכן און וויסן ווען איז א געדאנק א גוטער געדאנק, און ווען איז עס נאר א חלום.

די אויבנדערמאנטע מאכט זיך ממש אין יעדן זייט פון לעבן, סיי אין ביזנעס, ווי אויך אין שטוב מיט די בני בית, און אין פערזענליכן לעבן, וואו מ'מאכט באשלוסן וואס זענען אמאל וויכטיג פאר זיך אליינס, און אמאל פאר די ארומיגע אויך, און כדי צו קענען מאמין זיין אז מ'טוט ריכטיג, איז וויכטיג צו טון די ריכטיגע היים ארבייט, און באמת זעהן צו מ'ווערט נישט פארנער'ט פון אייגענע דמיונות.

פונקט ווי דער משל מיט וועלכן איך האב אנגעהויבן, עס איז גאר אנדערש ווען א בעל דרשן שטעלט זיך אויף און זאגט א שיינעם דרוש, אפי' אויב ס'איז נאר קרוב אל האמת, אבער די נקודה ווערט ארויסגעברענגט און דער עולם האט הנאה פון דעם געדאנק, אפשר וועט מען עס נישט נוצן הלכה למעשה, אבער עס וועט הייבן די געמיטער און די דרשה קען זיין א קאלאסאלע הצלחה.

אויב אבער וועט ער זיך אויפשטעלן און "מחדש" זיין א מעשה, וועט דאס נישט נאר ברענגען געלעכטער און שפאס, עס וועט אויך אויפברויזן די הערער וועלכע וועלן שפירן ווי בא'עולה'ט און גענומען פאר א נישט ערנסטער אוידיענץ.

מ'דארף קענען מאכן דעם צווישנשייד פון מחדש זיין א ווערטל, אדער מאכן באשלוסן באזירט אויף א חידוש.

לאמיר נעמען נאך א קליינעם ביישפיל וואו מ'זעהט אסאך דעם פראבלעם, און דאס איז ווען עס קומט צו חינוך פון די קינדער.

מאכט זיך אז מ'האט א פראבלעם מיט א קינד אין חדר אדער אין שטוב, מוז נישט זיין עפעס קיין גרויסע פראבלעם, אבער פארט עפעס וואס די עלטערן שפירן אז עפעס דארף געטון ווערן דערוועגן. און ווען איך רעד צו מענטשן אין דעם נושא, הער איך זייער אסאך פון געדאנקען וואס עלטערן האבן געטון צו אטאקירן דעם פראבלעם מיט גאר אינטערסאנטע חידושים, וואס צום קרעדיט פון די עלטערן מוז געגעבן ווערן אז זיי האבן גאר א גוטן מהלך המחשבה, און פאזיטיווע מהלכים, אבער פיל מאל שטעלט זיך ארויס אז עס איז טאקע א בריליאנטענער געדאנק אבער עס קען ברענגען אנדערע נעגאטיווע אויסווירקונגען אומוויסנד צו די עלטערן.

אלזא, וואס זאלן די עלטערן טון אין אזא פאל? שווייגן? נישט טון גארנישט? אודאי נישט, מ'מוז טון וואס מ'קען, אבער עס איז וויכטיג איבערצושמועסן מיט די מחנכים און מלמדים אדער מנהלים וועלכע טוען דאס און האבן עקספיריענס, איר וועט זיין גאר איבערראשט ווען איר רעדט צו א מחנך און איר דערציילט מיט אימפעט דעם מורא'דיגן אויפטוה, און דער מלמד וועט צוריק פרעגן א קליינע פראגע וואס קען אין שאטן שטעלן דעם גאנצן בנין.

דער מציאות איז, אז אין א מעשה קען מען נישט מאכן קיין חידושים, און אין קיין יסודות קען מען נישט אריינבויען חידושים, עס מוז ווערן קלאר און גרינטלעך איבערגעשמועסט און פארשטאנען, און אין אט די פעלער פעלט זיך אויס קלאר א "יגעת" אנצוקומען צו א "מצאת".

מיט סייעתא דשמיא און אסאך תפלה אז אפילו ווען מ'באנערישט זיך זאל מען ח"ו נישט דורכפאלן, איז נאך אלס וויכטיג צו טון דאס מינימום, שמועסט דורך די חידושים מיט עקספערטן, הערט וואס זיי האבן צו זאגן? נעמט ערנסט זייערע אנווייזונגען, ווייל אין רוב פעלער ווייסן זיי בעסער.

דאס איז געזאגט געווארן אין ביזנעס, דאס איז געזאגט געווארן אין שטוב, און אודאי אין חינוך.

זאל דער אויבערשטער העלפן מיר זאלן האבן דעם שכל הישר און חכמה בינה ודעת וויאזוי זיך אומצוגיין, און האבן הצלחה ברוחניות ובגשמיות.

גוט שבת