מיר האבן שוין אין עבר אסאך גערעדט איבער "באשלוסן", עפעס מיט וואס גאר אסאך ערוואקסענע מענטשן פלאגן זיך.
עס איז אינטערסאנט אנצוווייזן אז אין פלאץ וואס אמאל האט מען געמיינט אז קינדער און אומערוואקסענע האבן דעם פראבלעם פון מאכן א באשלוס, איז עס היינט גאנץ מעגליך פארקערט, דער צעמישעניש אינעם שכל איז פול מער ווי דער צעמישעניש פון דעם וואס האט נאך נישט דעם שכל בכלל.
אמאל פלעגט א באשלוס ווערן געמאכט דורך דעם "בינה" קאנאל, נאכן פארשטיין א זאך האט דער מענטש געהאט גענוג אינפארמאציע עכ"פ אין זיין מיינונג צו באשליסן עפעס וואס ע"פ די אינפארמאציע וואס ער האט איז די ריכטיגע וועג.
נישט צו זאגן אז מענטשן האבן נישט געמאכט טעותים, מ'האט זיכער יא געמאכט, און אודאי איז געווען פיל מאל ווען מ'האט געמיינט מ'ווייסט, און מ'האט נישט געוואוסט. די סיבה דערצו איז דאך אלס דער זעלבער, אלס ווענדט זיך פון וואו דער מענטש האט גענומען זיין אינפארמאציע, און אויב דער מקור איז געווען פאלש, האט דער מענטש באזירט אויף פאלשע אינפארמאציע געמאכט א באשלוס.
עם כל זה איז די וועלט געווען זייער שווארץ אויף ווייס, מ'האט געמאכט באשלוסן און אמאל יא געווען גערעכט און אמאל נישט, לאמיר גיין א טריט ווייטער, עס איז אפי' געווען אין פעלער ווען מ'האט גערעדט פון גאר ערנסטע באשלוסן וואס זענען נענטער צו לעבן און טויט, וועלכע זענען געמאכט געווארן גאר שנעל, און אלעס באזירט אויף "אינפארמאציע", וואס אויב איז עס געווען אן אומריכטיגן פלאץ דאן זענען די קאנסעקווענצן געווען גאר ביטער.
לאמיר נעמען א דוגמה פון די "שידוכים קריזיס" אין וועלכן מאנכע זאגן אז מיר געפינען זיך דערין, און אביסל פארשטיין פון וואו עס שטאמט, און איך נעם זיך שוין אויס מיט אייך חשוב'ע לייענער אז דער שמועס קען זיך פארציען אין מער ווי איין סעריע אין דעם קאלום, ביטע שיקט מיר אריין אייערע מיינונגען אויב ווילט איר נישט רעדן פון די וויכטיגע נושא.
דער "שידוכים קריזיס" איז נישט קיין נייער, עס איז אלס געווען. יא? ס'איז אלס געווען? וואס דען איז די בהלה?
דער חילוק פון א שידוכים קריזיס און א שידוכים שוועריגקייט איז גאר גרויס, און קומט אריין אין אונזער שמועס.
אלס איז געווען דער שידוכים שוועריגקייט ווען פאר א טייל איז געגאנגען גרינגער און פאר א טייל שווערער, און מ'האט אויף דעם געטון דאס מערסטע השתדלות וואס שייך, געווען איז אפי' א תקופה וואס מ'האט מתקן געווען אוועקצונעמען דעם דערהער פון נדן, און פון קויפן א טלית פארן חתן וכדו', אלעס ווייל דאס האט געמאכט שוועריגקייטן ביי שידוכים, עס איז אמאל געווען מער איבערן געלט ווי היינט, א מענטש האט חתונה געמאכט האט ער געוואלט וויסן וויאזוי דאס פארפאלק וועט זיך אויסהאלטן, און ווען מ'האט זיך ארום געזעהן אין א פינאציעלן שוועריגקייט ביי שידוכים, האבן די מנהיגי הדור איינגעפירט געוויסע תקנות אוועק צו נעמען די שוועריגקייט.
דערנאך זענען געווען תקופות ווען שידוכים זענען געווען שווער צוליב "גרעניצן פון לענדער" מ'האט פשוט נישט געקענט טון קיין שידוכים אינדרויסן פון דערפל ווען דער גרעניץ האט זיך כסדר געטוישט, און אויף דעם האט זיך אויסגעפעלט גאר אסאך ארבייט צו קענען צוזאמברענגען א באשערטן זיווג.
דאס אלעס האט געהייסן "שוועריגקייטן" און אויף דעם האבן אונז חז"ל געזאגט "קשה" זיווגו של אדם. עס איז געווען זייער שווער.
היינטיגע צייטן, בנוסף צו די פארמאלע שוועריגקייטן פון פשוט טרעפן דאס באשערטע, וואס קומט קיינמאל נישט גרינג אן, איז דא א "קריזיס" און דאס איז שוין עפעס וואס איז יא ניי.
דאס איז די קריזיס פון באשליסן!!!
דער שדכן טראגט אן א גוטן געדאנק, מ'זעהט דערין א גוטער דערהער, מ'קען נישט גיין ווייטער ווייל "מ'קען נישט באשליסן", מ'שלעפט ארום ווייל מ'האט מורא. פון וואס האט מען מורא?
אפשר קען איך טון בעסער?
וויאזוי וועט אויסזעהן דער שידוך אויפן יום ביומו צעטל?
די באבע וואס איז נארוואס אוועק האט געהאט א אינטערסאנטן נאמען, וויל איך מיינע אייניקלעך זאלן אזוי הייסן?
איר לאכט?
ליידער איז היינט דער פראבלעם א "קריזיס" אז עלטערן קענען בשום אופן נישט מסביר זיין וואס זיי ווילן, ווייל זיי ווייסן אליינס נישט.
זיי קענען נישט באשליסן.
אודאי רעדט מען נישט פון יעדן, און נישט יעדער שפירט אפי' אז ס'איז א קריזיס, אבער די וואס האלטן אביסל מיט דעם קריזיס וועלן אייך קלאר זאגן אז מער פון פופציג פראצענט פון דעם קריזיס איז דער קריזיס אויף "באשלוסן".
(מיר וועלן נאך צוריקקומען צו די נושא פון שידוכים, בעז"ה)
דאס זעלבע איז ביי טרעפן ארבייט. וויפיל אידן דרייען זיך ארום אנע דזשאב, ווייל "ער קען נישט באשליסן"
א אינגערמאן זאגט מיר פאריגע וואך אז ער וועט נישט אננעמען א גאר גוטן דזשאב אפפער וואס וואלט אים באצאלט מער ווי ער קען ברויכן פאר א לאנגע צייט, ווייל ער קען נישט באשליסן צו דאס איז וואו ער וויל זיין פארן רעשט פון זיין לעבן.
אודאי האט זיך אונזער שמועס נישט געענדיגט דא, אבער לענין פון דעם ארטיקל איז דאס גענוג פאר אייך צו פארשטיין אז יא, מיר האבן אסאך קריזיס'ן, א "שידוכים קריזיס", א "פרנסה קריזיס" א "חתונה תקנות" קריזיס, און ווער ווייסט וואס נאך קריזיס? און ווען מיר נעמען אלעס צוזאם לפונדק אחד, איז עס א "באשלוסן קריזיס".
אמאל האט א באשלוס געהאט צוויי זייטן. א יא מיט א ניין, א שווארץ מיט א ווייס, ארויף אדער אראפ, און מ'האט באשלאסן לויט ווי מ'האט געמיינט אז מ'ווייסט, יא גערעכט אדער נישט גערעכט.
היינט קענט איר זעהן א איד מיט א צעקנייטשן שטערן פרובירן צו באשליסן, און ווען איר פרעגט אים די אפציעס, וועט ער אייך נישט קענען געבן מער ווי איינס.
מיין טייערער פריינט, אויב פון אלע אפציעס איז געבליבן נאר איינס, וואס איז דא צו באשליסן. א באשלוס אנע צוויי אפציעס, איז נישט קיין באשלוס, ס'איז א מציאות! לעבט מיטן פאקט!
רעדנדיג צו אידן אין די שידוכים קריזיס, און איך פרעג, פארוואס טוסטו נישט דעם שידוך? און דער איד ענטפערט מיר: איך קען נישט באשליסן. מיין ווייב זאגט אזוי, מייט זון זאגט אזוי, און אזוי ווייטער.
פרעג איך אים וואס נאך ליגט אויפן טיש?
ענטפערט ער: גארנישט!!!
אלזא וואס איז דער ויכוח? פון וועלכע באשלוס רעדט מען דא? ווען ענק דעבאטירן וויאזוי גייט צו אזא דעבאטע? צד א' זאגט: מיר ווילן ענדערש יא דעם שידוך, און צד ב' וואס זאגט? זיי ענטפערן מיר קענען נישט באשליסן?
ווען וועלן זיך מענטשן דערלערנען אז א באשלוס איז נישט אייביג א באשלוס, אמאל איז עס א מציאות און מ'דארף לעבן מיט וואס מ'זעהט אז דער מציאות איז.
ווערט נישט ברוגז אויף מיר, איך מיין נישט צו זאגן אז איר דארפט טון א שידוך וואס איר ווילט נישט ח"ו, אדער נעמען א דזשאב וואס איר קענט נישט וכדו'. איך רעד בכלל נישט צו אייך. איך רעד צו די וואס האבן אויפן טיש פונקטליך וואס זיי דארפן, און וואס זיי ווילן, און קענען נישט באשלוסן ווייל זיי האבן מורא אז ס'איז דא נאך א צד וואס זיי פשוט ווייסן נישט, און פרובירן עס צו דערגיין.
ווען איר מאכט א באשלוס, קוקט אויף די זאכן וואס ליגן אויפן טיש, און באשליסט, עס איז א פאך וואס נישט יעדער האט אריינגעבויט, און אפשר דארף מען האבן הילף פון א קלוגן איד, אלזא מיין עצה צו אייך איז "רעדט צו א קלוגן איד" אבער סתם זיצן און נישט טון ווייל איר מיינט אז איר קענט נישט באשליסן, דאס איז א "קריזיס".
קבל את האמת ממי שאמרו, נעמט אייך די מוהט, פרעגט אייער רבי'ן, אייער גוטן איד, א קלוגן סוחר, א פארשטענדליכן קרוב, נישט קיין חילוק וועם איר פרעגט, אבער "מאכט א באשלוס"! ווייל דאס וועט העלפן כלל ישראל צו פארמינערן אסאך פון אונזערע אייגן געמאכטע "קריזיס'ן".
יא, ידיעה און בחירה איז עפעס וואס מיר פארשטייען נישט, אבער לאמיר קלאר זיין אז "בחירה" איז "באשליסן", און ווילאנג מיר פארשטייען נישט וויאזוי די הימלישע וועגן גייען אז מיר קענען באשליסן דאס וואס איז אונז באשערט, דארפן מיר טון די ארבייט פון פרובירן. און פון זיצן מיט צוזאמגעלייגטע הענט און ווארטן צו הערן א כרוז פון הימל, איז זיכער נישט עפעס וואס אין דעם גלות איז ערווארטעט פון אונז.
האט א לעכטיגן שבת