יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ קריסטאל
ארטיקלען

גוט איז שוואך?

קריסטאל · "היימשטאט" · פרשת צו תשפ"ה

די פארגאנגענע וואך האב איך מיך באגעגנט מיט איינע פון די אינטערסאנטע טעמעס וואס איך האב שוין אין פיל פעלער זיך אנגעשטאלפערט, און וואלט געווען אינטערסאנט איבערצושמועסן אנע אריינגיין אין דעטאלן פון די ספעציפישע געשיכטע.

די טעמע איז דער חילוק פון "גוט" און "שוואך".

יעדער מענטש וויל זיין גוט, און פאר רוב רובא פון אונזערע אידעלעך איז עס באמת עפעס מיט וואס מיר קענען שטאלץ זיין, מ'העלפט זיך איינער דעם צווייטן, חסד איז עד לב השמים, מ'זעהט זעלטן א מענטש וואס מ'קען ממש באצייכענען אלס "שלעכט", און אפי' ווען יא, איז עס צומאל א חסרון ידיעה פון די ארומיגע, וואס איך וויל איין מינוט אפשטעלן און מסביר זיין פאר מיר גייען אריין אין די נושא טיעפער.

למשל: איך קען א איד וואס אין די גאס הייסט ער א גרויסער נגיד, אבער א שלעכטער מענטש. פארוואס? ווייל לפי וואס מ'ווייסט אז דער איד וואלט געקענט געבן אין צדקה קומט ער אקעגן ווי איינער וואס גיט אכט נישט אריבער צו טרעטן זיין "מעשר", און נישט נאר דאס, נאר ער לאזט אפי' נישט מ'זאל אים איבעררעדן, ער האט א "שלעכטע" כאראקטער, ער לאזט נישט מ'זאל אים אפי' געהעריג בעטן.

מאנכע זאגן אז דאס אליינס אז ער לאזט נישט מ'זאל צו אים רעדן, איז א שלעכטיגקייט פאר זיך, פארוואס זאלסטו נישט עכ"פ אויסהערן א לב נשבר, אדער אפי' א פאנדרעיזער, גיב אים דעם גוטן געפיהל אז דו האסט אים אויסגעהערט. און אזוי האב איך שוין געהערט אידן רעדן איבער די "מדות פראבלעם" וואס דער איד האט.

אבער פאר די וואס ווייסן דעם אמת, איזז פשוט אז דער איד האט נישט אזויפיל ווי מ'מיינט, און ער ווייסט אז ווען מ'בעט אים צו שטארק ציהט ער איבער דעם שטריק, אויף אזוי ווייט אז ער אליינס איז שוין געווען אין גאר טיעפע חובות צוליב "צדקה", און ער קען פשוט נישט נאכלויפן דעם שם העשירות וואס שוועבט איבער אים.

וויבאלד איך שרייב נישט קיין נעמען, וויל איך זיכער מאכן אז די לייענער ווייסן, אז איך רעד נישט פון איין אינדיווידועל, איך האב מיך שוין באגעגנט מיט דעם מציאות מער ווי איינמאל, ווען איך רעד צו א איד וואס אין די גאס ווערט ער גערופן "שלעכט" און נאך א טיעפן אנאליז איז ביי מיר קלאר אז ער איז בכלל נישט שלעכט נאר פשוט אומגליקליך, ער מוז נעבעך הייסן א עושר, און ער קען עס נישט נאכלויפן.

די זעלבע האב איך שוין באגעגנט ביי שלום בית, און ביי ארבייטער און בעה"ב קשרים, וואו דער דיפערענץ צווישן שלעכט און גוט ווערט זייער שלעכט אויסגעלייגט צוליב אומוויסנדיגקייט פון דעם רעאליטעט.

צוריק צו די נושא, רוב אידן זענען אבער גוט, און באקאנט אלס גוט. אבער דא איז דא א פראבלעם וואס מאכט שוועריגקייטן אין חינוך און אין ביזנעס און אין נאך תחומי החיים, ווען מ'כאפט נישט דעם דיפערענץ צווישן "גוט" און "שוואך".

לאמיר צעטיילן דעם שמועס אין דריי, און איר קענט אודאי טרעפן נאך משלים וואו עס איז שייך. וועל מיר אנהייבן מיט "ביזנעס".

דער בעה"ב איז א גוטער, ער גיבט נאך, ער בייגט זיך, מיט זיין גוט הארץ וועט ער קיינמאל נישט זאגן ניין, די ארבייטער ווייסן אז ער האט א "גוט הארץ" ממש א קשה לכעוס ונח לרצות, און די ביזנעס פארט אויף רעדער.

ווען מ'רעדט צו די ארבייטער אין א זייטיגן מינוט ווען קיינער הערט נישט, איז גאר אויפפאלנד צו זעהן אז נישט נאר איז נישטא קיין שום עהרע און איינערקענונג צום גוטסקייט פון דעם בעה"ב, און עס העלפט נישט די ביזנעס אין קיין שום וועג, נאר עס איז אויך א געפערליכער פראבלעם אין די ביזנעס וואס די ארבייטער וועלן מודה זיין אז עס ברענגט א געוויסע אנארכיע אין וועלכן די זעלבע ארבייטער וואס נוצן אויס דעם בעה"ב אזוי גערופענע גוטסקייט, שפירן זיך אומבאקוועם און אומזיכער.

אט דאס ווערט אנגערופן "שוואכקייט" נישט "גוטסקייט", אודאי קען זיין אז במקור קומט עס פון א ווייך הארץ, אבער ווען א בעה"ב איז אחריות אויפן שטאנד פון זיין ביזנעס און אויפן וואוילזיין פון זיינע ארבייטער, און ער ווייזט "שוואכקייט" איז ער נישט נאר מאבד את מה שיש לו, ער מאכט אויך אין א לאנגע טערמין ביטער און שווער אויפן געוויסן פון זיינע ארבייטער.

דאס זענען מעשים בכל יום, מ'הערט ארבייטער זיך אפרעדן, און דער נוסח גייט בערך אזוי: יענקל איז א וואוילער מענטש, ער מיינט גוט, ער וויל גוט, אבער וואס זאל איך טון? די ביזנעס איז כאדאראם, איך שפיר נישט אז איך קענן דארט ערגעץ אנקומען.

דער רעספעקט וואס דער בעה"ב וואלט געדארפט באקומען פאר זיין גוטסקייט, קען נאר קומען מיט "שטארקייט". מ'קען נישט לאזן הפקר, און זיך איינרעדן אז דאס גוטסקייט וואס אין אונזער פאל איז קלאר "שוואכקייט" וועט העלפן בויען סיי די ביזנעס, און נאך מער די ארבייטער'ס.

די ארבייטער וועלכע האפן אז דא וועלן זיי שטייגן און קענען אויסהאלטן זייערע געברויכן, זוכן א "שטארקע כאראקטער" צו פירן און יא קענען זאגן ניין ווען עס פעלט אויס, טראץ וואס אמאל איז עס קעגן זייערע קורצטערמיניגע אינטערעסן.

אודאי איז דאס נישט קיין סתירה מיט זיין "גוט", מ'קען געבן גאר אסאך, און נאך אלס זיין גענוג שטארק און אין אידיש וואלט די סארט "שטארקייט" מער גערופן געווארן "שטארקע כאראקטער". א מענטש וואס מ'זעהט ער האט א שכל הישר, ער ווייסט וואו איין און וואו אויס, און ער ווייסט ווען צו זאגן יא און ווען צו זאגן ניין.

לאמיר רעדן א מינוט ביי חינוך וואו דאס איז שייך.

דער באקאנטער ווערטל אז פאר ברויט באקומט מען שטיינער, און אז ווען מ'גיבט פאר קינדער אסאך באקומט מען צוריק פון זיי דאס פארקערטע, דאס איז אלעס זייער שיינע פאלקסווערטלעך, אבער דער אמת וואס ליגט אינטער דעם ליגט אין דעם חילוק צווישן "שוואך" און "גוט".

אז איר וועט זיך אומקוקן וועט איר דאס אליינס איינערקענען. דער זעלבער טאטע וואס גיבט פאר די קינדער זייערע אלע געברויכן, ארבייט שווער פאר פרנסה צו קענען שפייזן זיין שטוב, און די קינדער וועלן נישט איינערקענען אין זיין גוטסקייט צו זיי, און אין די זעלבע צייט א צווייטער וועלכער גיבט די זעלבע, אדער אפי' ווייניגער, און עס איז דא א געוויסע רעספעקט און איינגעווארצלטער אומגעצווינגענער דרך ארץ און שטאלץ מיטן טאטן.

ווען א קינד זעהט אז ער באקומט פון טאטן וואס ער וויל אדער דארף אלס א שוואכקייט פון טאטן צו אים, וועט זיך דאס קינד זייער פרייען דערמיט, ווייל ער האט אלס קינד א גוטן מיטל צו באקומען אלס וואס ער גלוסט, און ער וועט עס נוצן צו זיין בענעפיט. אבער ווי עלטער דאס קינד ווערט, וועט ער אלס מער פארשטיין און אפי' טראכטן פארקערט, אז דער טאטע איז גארנישט אזוי גוט ווי ס'זעהט אויס ער איז פשוט א שוואכער כאראקטער.

דאס איז א גרויסער פראבלעם סיי אין עצם חינוך אז דאס ברענגט קינדער צו ח"ו רעוואלטירן און נישט צוהערן צו די עלטערן אין געוויסע פעלער, ווייל זיי פארלירן דעם רעספעקט, און קוקן אן דעם מהלך אלס נישט קלוג. און ווי אויך דער עצם פראבלעם אז דער טאטע פארלירט באמת די רעספעקט וואס ער פארדינט זיך אין זיין ראלע אלס דער אבי המשפחה.

דער שמועס קען גיין גאר טיעף, אבער לענינינו ווילן מיר נאר רעדן פון דעם שפיץ. געדענקט צו פארשטיין דעם חילווק צווישן "גוט" און "שוואך". מ'קען פיל געבן פאר קינדער אין א שטארקע גוטע וועג, אדער קען מען זיי געבן די זעלבע זאכן פון א שוואכע און פארשטייט זיך נישט אזא גוטע וועג, דער דיפערענץ קען גורם זיין אסאך אין דעם סוף כל סוף חינוך און אויסשטייג פון די קינדער.

פארשטייט זיך דער דריטער משל איז ביי שלום בית:

מ'רעדט היינט צו חתנים און כלות מיט גאר גוטע שיעורים און הדרכה וויאזוי זיך צו באגיין איינער מיטן צווייטן און וויאזוי צו האנדלען אויפריכטיג און מיט שעצע איינער צום צווייטן.

אבער ווען "גוטסקייט" ווערט איינגעטוישט צו "שוואכקייט" ווערט דער מצב שווער און צומאל גאנץ אנגעצויגן. א אידישע פרוי וויל אז דער מאן זאל זיין טאקע גוט, אבער ער זאל האבן א געוויסע שטארקייט אויך, ער מוז קענען האבן דער כאראקטער פון א מענטש מיט א געוויסע מיינונג, ס'מוז נישט זיין עקסטערמע מיינונגען אדער פארקערטע מיינונגען פון די ווייב, אבער עפעס א מיינונג און א אייגענעם דעת, און א שטעלונג איבער געוויסע איינגעלעגנהייטן.

סתם נאכגעבן און זיך בייגן ווייל מ'וויל זיין גוט, ווייזט צומאל אויף א שוואכקייט וואס מיט די צייט קומט עס ארויס אין א שלעכטן וועג

איך בין זייער מקצר ווייל עס איז א נושא וואס קען זיך דערהערן שלעכט און קאנטראווערסאל, איך וויל נאר ענדיגן מיט אויסקלארן.

א לב טוב איז עפעס וואס האט נישט קיין שאץ, און איז עפעס וואס יעדער איד דארף שטרעבן צו האבן, מ'מוז אבער געדענקען אז ווייזן שוואכקייט אין סיי וועלכן פאזיציע וואו מ'איז פאראנטווארטליך פאר אנדערע איז געוויינליך נישט גוט, און ברענגט א פארקערטע רעאקציע. דעריבער מוז מען קלאר זיין און פארשטיין די חילוק פון שוואך און גוט, און פרובירן צו זיין גוט, נישט שוואך.

א גוט שבת