אין די וועלט איז באקאנט אז איינע פון די חילוקים פון דעם חכם און דעם נער איז צו ער פארשטייט אויפן ווינק, עס איז עפעס וואס די וועלט האט אנגענומען איינשטימיג, אז דער חכם כאפט א ווינק, און דער וואס איז נישט קיין חכם כאפט נישט.
נאך מער פון דעם, ווי מער חכם אלס מער ווינק כאפט ער, און ווי מער נער אלס ווייניגער ווינק כאפט ער, דאס הייסט אז אמאל איז עס סתם א באשולדיגונג, דו כאפסט נישט אויפן ווינק? און דער צד השני וועט גלייך פארשטיין אז "אה דאס איז געווען א ווינק", און ער איז שוין יעצט נישט בגדר חכם הארזים, אבער נאך אלס נישט דער גרעסטער נער.
אמאל מאכט זיך אבער ווען דער ווינק איז אזוי קלאר, און וואלט געדארפט זיין אזוי פארשטענדליך, אויף אזוי ווייט אז דער פרעגער אדער ווינקער וועט שוין אפי' נישט באשולדיגן דעם מענטש מיטן "נישט פארשטיין" נאר שטילערהייט פארווייטאגט בלייבן ביי די הכרה אז "אזוי מוז זיין, דער איז נישט אזוי קלוג".
בעפאר מיר גייען אריין אין די נושא אביסל טיעפער, צוליב דעם וואס מיר באגעגענען זיך אסאך מיט א שטיקל אומבארעכטיגטע אפטייטש וואס ברענגט צו עגמת נפש און אמאל אויך שנאת חנם, לאמיר קודם בכלליות פארשטיין, אז "פארשטיין אויפן ווינק" קען אפשר זיין א חכמה, אבער דער וואס האט נישט די ספעציעלע אייגנשפאט איז נאך נישט קיין נער.
דאס הייסט, עס זענען דא גענוג חכמים וואס זענען קלוג און פארשטייען א עסק, אבער פאר זיי דארף מען קלאר זאגן וואס מ'וויל כדי זיי זאלן קענען נוצן זייער חכמה, זייער מח ארבייט נישט מיט קיין אונטערן באוואוסטזיין אפאראטאס, זיי הערן וואס איר זאגט, און זיי ענטפערן לויט דעם.
אבער מער פון דעם איז דער געדאנק אז צומאל פארשטייט יענער נישט אויפן ווינק ווייל איר האט קלאר געווינקען אז ס'איז נישט קיין ווינק.
איר זאגט עפעס מורא'דיג קלאר, איר שטעלט אוועק אן הנחה מיט א שטארקייט, און איר ערווארט אז יענער זאל פארשטיין אויפן ווינק? איר האט יענעם אוועקגעפירט פון דעם "ווינק"ל. איר האט אים געוויזן אז איר זענט יעצט נישט אין "ווינק"ל". איר רעדט יעצט קלאר, אלזא פארוואס ערווארט איר ער זאל מיינען אז דא שטעקט עפעס מער ווי דאס וואס איר זאגט?
למשל: איר שמועסט מיט איימיצן, און ער ברענגט ארויס די מעלות פון זיין בעה"ב, ער רעדט מיט גרויס אייפער און איר באמערקט אז דער בעה"ב קומט נאענט און קען זיין ער וועט הערן אז מ'רעדט פון אים, טראץ וואס ס'איז נישט לשה"ר וועט עס זיין אומבאקוועם, און איר ווינקט דעם רעדנער דורך פארקירעווען דעם שמועס, און מיט א לייכטן שאקל מיט די אויגן אז איר ווילט טוישן דעם שמועס גאר פלוצים און אומגעראכטן.
געוויינליך וועט דער רעדנער ספאנטאן זיך אויסדרייען, און קוקן וואס גייט פאר, און דאס מאכט עס נאך מער אומאיינגענעם, ווייל סיי דער בעה"ב וועט גלייך זעהן אז עפעס איז דא געווען, און ווער ווייסט, ער קען נאך חושד זיין אז מ'האט גאר גערעדט שלעכטס אויף אים, ער וועט שוין קיינמאל נישט וויסן, אבער אויך קענען דא זיין 3 אנדערע מענטשן וואס קענען מיינען אז מ'האט גערעדט פון זיי.
פשוט, דער שנעלער פלוצלינגדיגער דריי פון א מענטש וואס מ'ווינקט צו מאכן א שארט סטאפ אינמיטן א שמועס, קען ברענגען מער שאדן ווי ריוח, אלעס ווייל "ער האט יא פארשטאנען אויפן ווינק".
וואס וואלט געווען ווען איר טוט אנדערש, איר שטעלט אפ דעם שמועס מיט א נאטורליכע זייטיגע פראגע, אדער עפעס וואס אפשר וועט דער רעדנער נישט פארשטיין פארוואס עס קומט דא אריין, אבער וועט אייך געווינען גענוג צייט צו קענען שטייטעלעך אויפלעזן די דילעמא, און דעמאלס וועט איר שוין קענען קלארער מאכן פאר אייער מיטשמועסער אז דאס איז געווען די סיבה?
דאס וועט זיכער בעסער ארבייטן, און דאס איז זיכער א צייט ווען "פארשטיין אויפן ווינק" קען זיין א סכנה מער ווי א ריוח.
יא, עס איז נאר א משל, עס פאסירט אבער זייער אסאך ווען מיר ערווארטן צו געבן א ווינק וואס זאל אריינקומען מיט 4 דימענשענס, יענער זאל פארשטיין דעם וואס, דעם פארוואס, און דעם וויאזוי, אלעס אויף איינמאל מיט איין ווינק, און אויב יענער וועט נישט פארשטיין איז ער שוין נחשד צו זיין נכנס בו רוח שטות.
לאמיר גיין א פארקערטע ריכטונג. איר שמועסט מיט א מענטש און דער מענטש וויל אייך אנ'שדכ'נען מיט א מצוה פון ארייננעמען אין שטוב א גאסט אויף שבת, דער גאסט איז נעבעך א רחמנות, ער האט נישט וואו איינצושטיין, אייער מיטשמועסער ווייסט אז איר זענט א איד מיט א גוט הארץ, און ער פרעגט אייך צו איר קענט אים באשטיין אריינצונעמען אין שטוב.
ביי אייך אין שטוב איז יעצט נישט קיין מצב אריינצונעמען קיין געסט, איר קענט אבער נישט פארציילן פאר דעם חבר פונקטליך פארוואס עס איז אזוי, עס איז פריוואטע איינגעלעגנהייטן און איר פרובירט מיט שיינעם צו "ווינקען" אז יעצט איז נישט דער צייט.
איר זאגט פארן חבר אז איר וועט שוין זעהן, איר זאגט אים אז איר דארפט זעהן צו איר האט יעצט פלאץ ווייל ס'קען זיין אז א אנדערער קומט אויפן שבת, ועוד ועוד פארשידענע "ווינקן" אז ניין, איר ווילט נישט.
דער חבר, ער קען אייך, ער ווייסט אז איר זענט געוויינליך יא מסכים אויף הכנסת אורחים, קומט צוריק נאך א טאג, און ער פרעגט: נו? וואס איז געווארן? וועסט יא קענען אדער נישט?
איר ווערט שוין אביסל מער אנגעצויגן: דער חכם פארשטייט נישט אויפן ווינק, און איר פארציילט א אנדערע געשיכטע פארוואס אפשר אולי דעם שבת וועט איר נישט קענען.
איר ווילט נישט זאגן ניין, ווייל איר ווילט זיך נישט דארפן מסביר זיין, און איר ווילט נישט זאגן יא, ווייל איר ווילט נישט דער איד זאל קומען, איר האט א פריוואטע סיבה פארוואס איר ווילט נישט.
איר נוצט דעם אינטערנאציאנאלען עצה פאר דעם פראבלעם: איר ווינקט. אבער דער חכם כאפט נישט.
דא קומט אריין חלק ב' פון אונזער שמועס. אייער חבר איז נישט קיין נער פארן נישט פארשטיין, ער האט אייך נאר פשוט איבערגעשאצט אדער אונטער געשאצט, (כאפט אויפן ווינק?) ער האט אסאך אינפארמאציע וואס זאגט אים אז איר זענט געוויינליך יא מסכים, און אז ווען איר זאגט אז אפשר וועט מען נישט קענען איז נאך דא א מעגליכקייט יא צו קענען, און ער האלט זיך צו די גראדע ליניע און פרעגט.
אייער פראבלעם איז אז איר זענט נישט גוט אין ווינקען. און אז איר טוט עס נישט אויפן ריכטיגן פלאץ. דאס וואס איר טוט דא איז עפעס וואס אנדערע רופן "נעמען אויף א רייד". איר זאגט נישט דעם אמת, ווייל איר זענט אומזיכער מיט אייך אליינס, און איר ערווארט אז אנדערע זאלן פארשטיין דאס וואס איר גיבט נישט צו פארשטיין.
איר וואלט זיכער בעסער אפגעקומען מיטן זאגן: די וואך קען איך נישט צוליב פריוואטע סיבות.
דער שמועס וואלט זיך געענדיגט בשלום ובשלוה, און איר וואלט נישט געדארפט האבן עקסטערע בלוט דרוק וויאזוי פטור צו ווערן פון דעם ניי געשאפענעם נער וואס פארשטייט נישט אויפן ווינק.
נאך א פלאץ וואו עס קומט שטארק צום אויסדרוק דער פראבלעם, ווען דער ווינק ווערט געגעבן ווי א חידה סתומה, וואס דאס פאר זיך וואלט נאך געווען אפשר אינטערסאנט, ס'איז דא מענטשן וואס האבן א ספעציעלן איי קיו צו ענטפערן חידות, אבער דער פראבלעם איז ווען עס זעהט גארנישט אויס אז מ'רעדט דא בלשון חידה, און איר ערווארטעט אז דער מקשיב זאל פארשטיין.
למשל ווען איר זאגט אייער ענטפער אויף א שאלה מיט א קול בכח קול בהדר קלאר און דייטליך, מיט אלע גרימאזן פון זיכערקייט און קלארקייט, איר מאכט יענעם שפירן זייער קלאר אז דאס וואס איר זאגט יעצט איז נישט אפגעטייטשט צוויידייטיג, און דאן ווען יענער איז שוין איבערגערעדט אז דאס איז טאקע אזוי, וויאזוי ערווארט איר ער זאל פארשטיין אז דאס איז א ווינק.
וואו האבן מיר אזוינע עפיזאדן? לאמיר ברענגען א משל, איר קענט זיך אפשר טרעפן דארט.
מ'שמועסט איבער א קהל'ישע אנגעלעגנהייט, אדער סיי וועלכע אנדערע "מיינונגס פארשידנהייט" אין וועלכען עס ווערט א דעבאטע א פריינטליכע ווערטער אויסטויש, איר האט א מיינונג, און אייער חבר האט אן אנדערן מיינונג, מ'איז זיך מסביר די צדדים, און ביידע פרובירן מיט אלע כוחות צו בלייבן גערעכט.
פלוצים אינמיטן דעם שמועס וועט זיך מאכן אז אייער חבר וועט אייך צוריק ווארפן א גוטן אפפרעג צו אייער שיטה, און איר וועט ענטפערן ספאנטאן: דו ווייסט וואס איך מיין!
יא, אודאי ווייס איך וואס דו מיינסט, אבער אויב זענען מיר אין א פולשטענדיגן קריגס צושטאנד און א העפטיגע דעבאטע, קען איך נישט רעכענען זיך מיט וואס דו מיינסט, נאר מיט וואס דו זאגסט, ווייל אויב איז דער ציהל פן אונזער שמועס צו זיגן אין א שמועס, קענט איר נישט ערווארטן אז איך זאל דארפן לייענען וואס איר מיינט צו זאגן.
אודאי איז עס בכלל נישט וויכטיג, מ'רעדט פון א שמועס, אבער דאס איז וואס פאסירט גאר אסאך מיט וויכטיגע שמועסן, מיר ברענגען נאר משלים צו פארשטיין פון וואס מ'רעדט.
לאמיר מאכן א סיכום צו די שמועס.
נישט אין יעדע שמועס קען מען נוצן "ווינק", און גאר אסאך מאל איז עס גאר א פראבלעם.
נישט יעדער וואס פארשטייט נישט אייער ווינק איז א נער, עס איז גאר מעגליך אז איר האט געטון גענוג פעולות אז דער חבר אייערער זאל אוועק קוקן צו אן אנדערן "ווינק,ל" אויף אייער ראט.
צו פארמיידן די אלע אומאיינגענעמליכקייטן אנע באשולדיגן די ארומיגע מיט טפשות, איז בעסער צו זיין אויפריכטיג און קלאר, און נישט ערווארטן אז איר וועט פארשטאנען ווערן נאר וואו עס איז באמת אנדערש נישט מעגליך.
א לעכטיגן פרייליכן כשר'ן יום טוב