אין די פארגאנגענע וואכן האבן מיר בארירט אומווילנדיג א טעמע וואס האט געברענגט גאר א שטארקן אפקלאנג און מיר האבן פיל צוריקגעהערט פון די חשוב'ע לייענער וועלכע האבן געבעטן מ'זאל אביסל מער פארברייטערן די נושא, וואס וועט בעז"ה העלפן אידן ווען מ'קומט צו די זמנים אין לעבן.
דער ענין פון "שידוכים", א ברייט דיסקוסירטע און איבערגעשמועסטע טעמע, און פאר די וואס געדענקען נישט איז וויכטיג ארויסצוברענגען אז דער נושא איז אלס געווען פון א קריטישן שטאנדפונקט, און פון ווען אידן האבן באזעסט אדמת אמעריקע האט עס געטוישט כאראקטער פון דעם אמאליגן שדכן און שידוכים פראגראם, אזוי אז אין א געוויסן הינזיכט איז די נושא פון שידוכים פון די איינציגע פרעצעדענטלאזע סוגיות וואס האבן אלס עקזיסטירט און קיינמאל נישט אויפן זעלבן אופן ווי עס איז יעצט.
שידוכים ווערט שוין יארן באטראכט ווי עפעס וואס שטייט ביים עק פון דאך אויף א ריזיגן טורעם, גרייט צו איינפאלן אין די טיעפענישן אויף אייביג, מענטשן רעדן דערפון כאילו עס איז אין א קאטאסטראפאלן מצב, און אין געוויסע הינזיכטן קען אפשר זיין, אבער מ'רעדט שוין אזוי יארן לאנג, און די לעזונג איז נאך נישט געקומען.
אלזא, לאמיר צענעמען די טעמע אביסל, און רעדן קודם איבער דעם אזוי גערופענעם קריזיס, פון וואו עס נעמט זיך, און ווי אויך אביסל היסטארישע פאקטן איבער שידוכים אמאל און היינט. (מכאן הקריאה יוצאת: אויב האט איר אן עלטערן זיידן אדער קענט איר אן עלטערן איד וואס איז גרייט מיטצוטיילן ערשט האנטיג פון שידוכים בעפארן קריג, כדי צו געבן א בעסערן בליק אויף די נושא וועלן מיר אייך שטארק דאנקבאר זיין, ווייל רוב פון די אינפארמאציע איז נאר מפי השמועה כלים מכלים שניי"ם)
אינדערהיים פלעגט זיין אין שטעטל א שדכן, און אפי' אין די גרויסע שטעט הערן מיר מפי השמועה אז עס איז געווען אזא פאך וועלכע האט געהערט צו א געוויסן סוג מענטש, די סארט וואס האבן געקענט און געוואוסט מער ווייניגער וואס טוט זיך ביי יעדן אין טאפ. איך מיין נישט צו זאגן אז ס'איז נישט געווען גוטע און איינשטענדיגע שדכנים, אבער ההכרח לא יגונה אז די וואס האבן עס געטון פאר פרנסה האבן געהאט דעם פאך פון טראגן און ברענגען און לערנען איבער יעדנס לעבנסשטייגער וכדו'.
מענטשן האבן געוואוסט אז ווען א קינד וואקסט אונטער איז מען געגאנגענן צום שדכן, מ'האט פארציילט אז מ'האט א יענק'עלע אדער א מלכה'לע וואס שטייט אין שידוכים. דער שדכן האט נאטירט וואס ער האט אלס געוואלט וויסן, און גלייך ארויפגעשארצט די ארבל און געזוכט וואס מ'קען אלס אנטראגן.
די עיקר ארבייט פון דעם שדכן איז נישט געווען אזוי ווייט דאס "טרעפן" א נאמען אנצוטראגן, ווי צו מאכן דעם סעיל, דער שדכן האט געטראגן א כאראקטער פון א סעילסמאן, און א געריבענער סעילסמאן, ער אדער זי האבן געדארפט קענען פארדעקן די אויפגעדעקטע און אויפדעקן די פארדעקטע, זיי האבן געמוזט קענען מאכן פון קופער גאלד און פון אייזן האלץ, און אזוי זענען שידוכים געווארן אויסגעפירט, און כלל ישראל האט זיך געבויט.
וואס איז נישט געווען? נישט יעדער איז געווען א שדכן, עס איז נישט געווען א ארבייט וואס איז אין קיין שום וועג גרינג, מענטשן האבן נישט געזוכט דאס צו טון פאר פרנסה בכלל, נאר די וואס האבן געהאט ספעציעלע אייגנשאפטן דערפאר האבן עס געטון.
ס'איז וויכטיג צו געעדנקען אז קיין טעלעפאנען זענען נישט געווען צוגענגליך אדער בכלל נישט, אלזא יעדער טריט איז געווען א אפקומעניש, מ'האט נישט געקענט זיין א כולל אינגערמאן (כולל איז יא געווען?) און זיך באשליסן פאר א זייטיגע פרנסה'לע צו טון "אביסל" אין שידוכים. נישט געווען קיין אביסל, אדער אריין אדער ארויס.
די מעלות און חסרונות זענען בעצם קלאר, אלעס האט פון ביידע, עס זענען זיכער געווען חסרונות אין דעם הינזיכט אז א שדכן אין א געאגראפישן קליין שטעטעלע אדער ערגעצוואו עס איז נישט געווען קיין געהעריגער קאמפיטישן, האט געקענט גאנץ גוט מאנאפאלירן שידוכים, און צומאל נישט אויפריכטיג מער צום גומר זיין דעם שידוך.
אבער די מעלות זענען געווען פילפאכיג מער, שדכנים זענען באמת געווען דערינען, זיי האבן געטון זייער ארבייט פולקאם, געמוזט זאמלען אינפארמאציע, און וויסן וויאזוי עס איבערצוגעבן, ווען זיי האבן געזאגט הצעות האט מען זיי אויסגעהערט מיט אן ערנסטקייט, און זיך גערעכנט מיט וואס זיי האבן פארקויפט. עס איז געווען א ריכטיגער פאך, און די וואס מ'האט געקענט טראסטן האט מען אינגאנצן געטראסט.
צוליב דעם וואס דער שדכן איז געווען א פאכמאן און אין א געוויסן זין אזויווי דער דאקטאר פון שטעטל איז ער געווען דער שדכן פון שטעטל, האבן די עלטערן אויך געעפנט זייערע קוועלער פון אינפארמאציע, און זיך אויפריכטיג געלאזט אנטראגן וואס זיי האבן געשפירט איז פאסיג, זיי האבן געגעבן דעם שדכן גאר וויכטיגע אינפארמאציע וואס זיי זוכן, און וואס נישט, זיי האבן זיך געשפירט גאר באקוועם צו מיטטיילן זייערע געפילן מיטן שדכן און מאכן זיכער אז דער שדכן ווייסט און פארשטייט זייערע געברויכן.
יא, עס זענען אויך אויסגעפירט געווארן שידוכים אויף גאר אינטערסאנטע וועגן, ווי למשל, מיין זיידע ע"ה האט זיך משדך געווען מיט זיינס א חברותא, פשוט דורך פרעגן דעם חברותא צו ער וואלט זיך משדך געווען מיט אים, און ביידע זענען אהיים אויסשמועסן מיט די בני בית און צוריק געקומען דעם קומענדיגן טאג צום שיעור מיט א פאזיטיוון ענטפער און מ'האט געמאכט א לחיים.
אבער דער "שידוכים" אינדוסטריע איז געווען א פאך, און די שדכנים זענען געווען די פאך לייט, און דער ציבור זענען געווען די פאציענטן.
בעפאר מיר גייען צום איצטיגן מצב, לאמיר קודם פארשטיין אז דער אמאליגער שדכן האט געקענט טון דעם פאך אלס א פרנסה, עס איז נישט געווען אזויפיל געלט דערין, אבער זייענדיג דער פאך מאן, וועם קיינער האט נישט פארגאנגען דעם וועג, איז געווען גענוג צו פארדינען א שיינעם פרנסה'לע דערפון. נישט קיין עשירות אבער גוט פרנסה.
די וועלט האט זיך געטוישט, אבער עס האט פאסירט צוביסלעך. מ'איז געקומען אויף אמעריקע, און פון די אמאליגע אייראפע איז געווארן א גרויסער טאפ מיט קהלות וואס פארטרעטן די אמאליגע שטעטלעך, און אלע וואוינען גאס ביי גאס הויז ביי הויז, און ב"ה מיר לעבן אין א סארט קיבוץ גליות וואו אידישקייט בליהט און וואקסט בליעה"ר.
אין די בראשית יארן פון אמעריקע איז ווייטער געפארן דער באן לגבי דעם אזוי וויכטיגן פאך פון שידוכים, די שדכנים זענען געווען די וואס האבן געקענט די פאך, מענטשן האבן געוואוסט אז מ'ווענדט זיך צו זיי ווען דאס קינד ווערט ראוי לשידוכים, בחורים האבן געוואוסט זיך צו היטן פון זייערע גאר שפיציגע בליקן, און ווידער איז דער שדכן געווען איינער וועלכער האט געהאט א ספעציעלן כאראקטער און געקענט מאכן א פרנסה פון שידוכים.
אין געוויסע קרייזן זענען געווען געשטעלט שדכנים מטעם הקהלה, חשוב'ע אויסגערופענע תלמידי חכמים און יראי ד' וועלכע האבן געוואוסט צו טון די ארבייט בשלימות. ביז....
ביז די תקופה אין וועלכן מיר לעבן, און פרעגט מיך נישט ווען פונקטליך דאס האט זיך אזוי דערקייקלט, אבער אויף ווי ווייט איך געדענק פון מיינע יארן אין חדר און אין ישיבה, איז נאך אלס געווען שדכנים וועלכע האבן געטראגן דעם נאמען אלס די פאך לייט, אבער שוין נישט מיטן זעלבן שטאלץ, און נישט מיטן זעלבן קאנפידענץ ווי אמאל.
פארוואס? מענטשן האבן אנגעהויבן צו קוקן אויפן שדכן פון אן אנדערן קוק ווינקל, אויב דער שדכן האט נישט געזאגט דאס וואס מ'האט געוואלט הערן, אדער אויב דער שדכן האט געהאלטן אנדערש ווי דער צוקונפטיגער מחותן, האבן דאס מענטשן גענומען גאר פערזענליך, דער "אמעריקע" האט זיך אריינגעזעצט ביים ציבור, און אנשטאט צו וועלן הערן אויפריכטיג וואס דער שדכן האט צו זאגן, האט מען ענדערש געוואלט דער שדכן זאל הערן "אויפריכטיג" וואס מ'האט צו זאגן.
אודאי איז עס נישט על הכלל כולו יצא, אבער דער עצם רעיון האט געשאפן גרויסע שוועריגקייטן ביי די לאנגיאריגע שדכנים, זיי האבן זיך ארומגעזעהן אין א גאר געפערליכן מצב, דהיינו: אנשטאט דעם וואס זיי זענען ביז היינט געווען "בראוקער'ס" צווישן צוויי מחותנים וואס האבן עפעס צו פארקויפן, זענען זיי פלוצלינג פארוואנדלט געווארן אין פאנדרעיזערס אדער מער אויפריכטיג "שנארער'ס" וואס בעטן נעבעך מ'זאל זיי א טובה טון און טון א שידוך.
איר פרעגט וויאזוי אזוינס פאסירט? זייער פשוט, די וועלט האט זיך דיפלאמאטיזירט, מ'קען נישט פאר קיינעם זאגן, ווייל מ'טאר נישט און וויל נישט באליידיגן, און אפי' ווען ע"פ דרכי המדות וואלט מען יא געדארפט זיין אויפריכטיג איז עס צומאל ממש אוממעגליך.
אבער מער פון דעם איז געווארן דער מציאות אז יעדער אינג פארפאלק זענען פארוואנדלט געווארן אין שדכנים, צוליב גוטע סיבות, מ'האט געקענט א בחור, מ'האט געוואוסט פון א מיידל, און פארוואס זאל מען נישט פרובירן העלפן.
דאס איז פאר זיך זייער א גוטע זאך, אבער מ'האט פארגעסן אז כדי צו זיין א "שדכן" פעלט זיך אויס מער ווי קענען א בחור און א מיידל, עס פעלט זיך אויס צו קענען די פאך, פון באמת ברענגען א שידוך לידי גמר, און ווייניג פארמאגן דעם פאך אויב לערנט מען זיך עס נישט אויס.
די נייע שדכנים לבקרים האבן געשאפן א גאר שווערע סיטואציע פאר די גוט געלערנטע אלטע שדכנים, וועלכע פלעגן אנהייבן א הצעה, און ס'פלעגט זיי ארויסרינען פון אונטער די הענט מיט דין תורה'ס און צומאל ליידער שווערע מחלוקה'ס, וואס האט געברענגט צום אונטערגאנג פון דעם עצם פאך "שדכן".
אזוי אז היינט איז געבליבן ממש א קליינע צאל שדכנים וואס טוען דאס פאר פרנסה און האבן די פאך אין די האנט, און די איבעריגע רוב פון שידוכים ווערט אויסגעפירט ביי די באן סטאנציע אדער באס סטאפ, פון מעכל און רעכל, זייער חשוב, אבער עס האט קלאר אפעקטירט דעם עולם השידוכים אויף א גאר נעגאטיווע וועג.
איך וועל קומענדיגע וואך אי"ה טיעפער אריינגיין אין די נושא, אבער בעפאר איך ענדיג די הקדמה, וויל איך זייער קלארשטעלן אז עס איז ח"ו נישט מיין פארשלאג אין קיין שום וועג אז מ'זאל זיך מונע זיין פון אנטראגן שידוכים, (איך האב געמוזט שרייבן דעם דיסקלעימער כאטש וואס געוויינליך פרובירט מען צו האלטן דעם לייענער געשפאנט, איך וויל נאר נישט האבן אויף מיר דעם שולד פון צוריק האלטן אפי' איין שידוך פאר איין וואך). אלזא ביטע האט געדולד, און לאמיר צעביסלעך אנקומען צום תכלית במשך די קומענדיגע ארטיקלען, וואס וועט האפנטליך העלפן קורצטערמיניג פאר די וואס דארפן יעצט דאס האבן, און בעז"ה לאנג טערמיניג פארן כל הכלל כולו. בעזר השם.