מיר וועלן ווייטער גיין אין די נושא פון שידוכים בעז"ה.
מיר האבן פאריגע וואך אוועקגעשטעלט אביסל וויאזוי דער מצב האט זיך דערקייקלט צו וועלכן מיר געפינען זיך היינט, אבער באמת דארף מען זיך פרעגן די שאלה, צו איז טאקע א קריזיס? אדער בעסער געפרעגט, וואס איז פשט פון א קריזיס?
א שידוכים קריזיס וואלט געמיינט אז מענטשן קענען נישט טון קיין שידוכים, בחורים און מיידלעך עלטערן זיך און מ'טרעפט נישט קיין באשערטע, און אזוי ווייטער.
מיר האלטן נישט ביי אזא סארט קריזיס, טראץ וואס עס איז ליידער דא אסאך וואס זענען אין א שווערן מצב און עס נעמט זיי לאנג אנצוקומען צום באשערטן, אבער מ'קען אויפריכטיג זאגן אז מער ווייניגער האט יעדער חתונה בעז"ה, און א גרויסער רוב האבן חתונה אינגערהייט, וואס דאס נעמט אוועק דעם נאמען "קריזיס" פון משמעות.
אלזא וואס איז יא דער קריזיס? דער קריזיס איז דער דורכגאנג וואס כמעט יעדער וואס שטייט אין שידוכים גייט דורך, די אומזיסטע עגמת נפש וואס מענטשן מאכן דורך ביז מ'זעהט זיך אריבער דעם קריעת ים סוף.
דער דורכגאנג אין די שידוכים איז עפעס וואס ברויך א תיקון גדול סיי צוליב דעם וואס עס שאפט צומאל אומגעהויערע עגמת נפש, און מער פון אלעם איז דאס דער גורם צום מאנגל אין געלונגענע שדכנים.
טראץ וואס שידוכים וועלן אין די ענדע סיי ווי ווערן אויסגעפירט, ווי די מעשה מיט די טאכטער פון שלמה המלך, און מיר גלייבן באמונה שלימה אז יעדעס קינד באקומט די באשערטע, איז דער חובת השתדלות צו קענען אנקומען דערצו אנע אומזיסטיגע צער און עגמת נפש פאר אידישע קינדער עפעס וואס דארף ארבייט.
אלזא ווער איז שולדיג?
די עלטערן שרייען אז די שדכנים טוען נישט זייער ארבייט בשלימות, און דערפאר קענען זיי נישט ציען חיונה פון דעם פאך, און די שדכנים טענה'ן צוריק אז די עלטערן לעבן אין חלומות און שטעלן פאר פאר די שדכנים אומגעהויערע שוועריגקייטן סיי מיט די פארלאנגען וואס זענען נישט רעאליסטיש, און אויך מיט די מציאות פון נישט זיין אפן מיטן שדכן און מיטטיילן וואס מ'וויל באמת אדער וואס מ'טראכט באמת, און דער שדכן דרייט זיך אין די פינסטערניש און פרובירט צו טאפן א לעזונג צו א פראבלעם וואס מ'לאזט אים נישט וויסן.
ועל כולם טענה'ן די שדכנים אז זיי זענען נישט געהעריג באצאלט פאר די שווערע ארבייט, וואס נעמט אמאל שעות אויף שעות ביז עס ווערט א שידוך, און מ'רעדט פון שווערע ארבייט, און דאס איז שוין ווען ס'ווערט יא, און ווער באצאלט פאר די שידוכים וואס ווערן נישט? קיינער. וואס פארדעם איז "שדכנות" היינט נישט קיין פרנסה פאר די וועלכע וואלטן באמת געקענט מאכן א שטארקן דיפערענץ אויפן מארקעט.
אויף די שאלה פון ווער ס'איז שולדיג, וועלן מיר לאזן די לייענער אליינס באשלוסן ווייל מיר זענען נישט אויסן זיך צו צעקריגן מיט קיין איינס פון די צדדים, אבער מיר וועלן יא פארשטעלן ביידע צדדים אביסל טיעפער, וואס האפנטליך אין די סעריע וועט דאס ברענגען צו התבוננות וואס ביידע זייטן קענען טוישן אביסל, און מאכן דעם פעלד גרינגער און מער ציענד פאר די ריכטיגע קאנדידאטן.
פרנסה אין רוחניות איז אלס געווען א שווערע פעלד, דער מלמד האט געהייסן א קבצן, דער שוחט האט געלעבט פון די טיפ'ס, און ווער רעדט נאך פון די רבנים און מורי הוראה וועלכע האבן געלעבט אויף די קהלה'ס קאסע האבן קיין גרויסן לעבן נישט געמאכט.
מיט די צייט האט יעדע פון די אלע פרנסות זיך מסדר געווען אויף אן אופן צו קענען עקזיסטירן, מ'האט אריינגענומען אביסל פון די עמא דבר געדאנקען און איינגעפלאנצט אזוי אז פרנסה זאל נישט פעלן פון די אלע וואס טוען די וויכטיגסטע ביי כלל ישראל.
למשל דער שמש אין ביהמ"ד האט געוויינליך נאך אפאר מקורות פאר פרנסה דורך פארקויפן וויין וכדו' לכבוד שבת. דער מלמד באקומט געוויסע בענעפיטן וואס שטעלן אהער אז ער זאל קענען בדרך כלל אויסקומען, דער דיין און מורה הוראה וועט אויך געשטעלט ווערן אויף געוויסע פאזיציעס און באקומען בענעפיטן צו פון השגחות אדער אנדערע ארבייט וואס וועט אים העלפן קענען אנגיין מיט זיין עבודת הקודש.
דער שדכן איז צוריק געבליבן, עס איז ווייטער דער זעלבער מהלך ווי אמאל, און עס איז נישט מעגליך צו אנגיין אזוי אויב זאלן זיך זאכן נישט דראסטיש טוישן אז דער שדכן זאל קענען באקומען געהעריג זיין פרנסה פון שדכנות.
רעדן מיר קודם פון די נושא פון דעם שדכן'ס פרנסה. ער ארבייט שווער, מ'פארלאנגט פון אים אסאך, דער שדכן ווערט באשולדיגט אז ער טוט נישט זיין ארבייט פלייסיג אויב קען ער נישט ארבייטן ביינאכט און בייטאג צו ברענגען אינפארמאציע וכדו', און מ'וועט נאך אים פארווארפן "דו באקומסט דאך באצאלט פאר דעם..."
אודאי איז דא שדכנים וואס וועלן ארבייטן פלייסיגער ווי אנדערע, אבער דער אפעטיט הענגט אין די לופטן ווען מ'ווייסט אפי' נישט וויפיל מ'וועט באקומען באצאלט, און ווען מ'באקומט שוין יא באצאלט איז עס ווי א נדבה פאר א צדקה גייער, דער שדכן קען אפי' נישט ציילן דאס געלט, עס פאסט פשוט נישט, ער האט דאך באקומען א טיפ אין די האנט אריין, ער מוז זיין צופרידן מיט וויפיל ס'איז.
דאס מאכט אז ווען א שידוך ווערט עטוואס שווערער ווי די גרינגערע שידוכים וועט דאס אוועקנעמען דעם הענגעדיגן אפעטיט צו גיין ווייטער, און פלוצלינג זעהט מען זיך אנע שדכן.
אין שמועסן מיט שדכנים הערט מען אז צומאל באקומען זיי דעם טיפ אין די האנט אריין מיט דריטע פארטי טשעק'ס און אזוינע וואס דער דאטום איז נאך א מיש אדער צוויי אויפן לוח.
וויאזוי זאל דער שדכן וועלן אנגיין מיט זיין עבודת הקודש פול טיים ווען ער דארף עקסטער ארבייטן צו ברענגען פרנסה דורך זיין א מלמד אדער עפעס אנדערש ווייל שדכנות אליינס איז אים בכלל נישט קיין פרנסה.
די צייט צו באצאלן פאר א שדכן איז "גלייך" ווי נאר דער שידוך איז געענדיגט, עס וואלט געדארפט זיין א קרעדיט קארד אן פייל, נאר מ'קען דאס נישט טון מיט 10 שדכנים אויף איינמאל, אבער דאס אמאל זיכער אז ווען דער שידוך איז געענדיגט דארף דער שדכן באוקמען באצאלט עובר לסוחר גרייטע געלט.
אבער אין דעם ענין איז דא נאך א נקודה וואס וואלט פיל גרינגער געמאכט פארן שדכן, און פארן משודך פונקט אזוי, (און מ'קען זאגן אז ביידע צדדים קענען ברענגען א תיקון אין דעם) און דאס איז "אפענקייט" אין די וועלט הייסט עס "טרענספערענסי".
ווען דער שדכן טראגט אן דעם שידוך וואס זעהט אויס ס'ווערט ערנסט, מעג ער פרעגן וויפיל מ'גייט באצאלן. די סיבה פארוואס מ'פרעגט נישט איז ווייל דער שדכן האט מורא אז פארן מחותן וועט עס אויסזעהן שנארעריש, אדער ער וועט מער נישט וועלן מיט אים פארקערן.
עס איז אבער א גאר גרויסער טעות. פארקערט, א מחותן שפירט בעסער ווען ס'איז אויסגעשמועסט געהעריג, און מ'ווייסט וואס די ערווארטונגען זענען, ווייל דער צוקונפטיגער מחותן ווען ער ווייסט אז מ'האט אפגעשמועסט א פרייז, מעג אויך בעטן אביסל מער הילף פונעם שדכן, ווייל ער ווייסט אז דער סערוויס האט א פרייז.
היינט שעמען זיך מחותנים צו פרעגן דעם שדכן פאר מער אינפארמאציע אדער אנדערע אנגענומענע חלקים וואס דער שדכן וואלט לכתחילה געדארפט טון, מ'נוצט נישט די פול סערוויס פון דעם שדכן ווייל מ'ווייסט אז מ'האט נישט אפגעשמועסט א פרייז פאר דעם.
מיר וועלן אי"ה מסכם זיין די גאנצע נושא אין די קומענדיגע ארטיקלען, אבער יעצט גייען מיר קודם בפרטיות די שטיינער אין וועג וואס דאס קען מען שוין ארומטוישן, די וואס שטייען אין שידוכים יעצט, פרעגט דעם שדכן וואס זיין פרייז איז, און מאכט זיכער אז 'מפארשטייט זיך בעפאר ס'ווערט הייס.
די זעלבע דער שדכן, איר מעגט פרעגן דעם צוקונפטיגן מחותן וויפיל ער באצאלט, און אויב שפירט איר אז ס'איז נישט גענוג מעגט איר זיך מסביר זיין פארוואס איר שפירט אז ס'דארף זיין אביסל מער. אבער אפי' אויב נישט, נאר די קלארקייט פון וויסן וויפיל מ'רעדט מאכט גרינגער דעם גאנצן דורכגאנג פון א שידוך.
קומענדיגע וואך וועל מיר גיין ווייטער אי"ה צו די אנדערע שוועריגקייטן וואס ליגט אין אונזערע הענט צו מתקן זיין.
נ.ב. אויפן פארלאנג פון עטליכע שדכנים גרייטן מיר זיך צו מאכן א ספעציעלע שיעור פאר שדכנים און שדכניות אין די קומענדיגע וואכן פאר א אפצאל, אויב זענט איר אינטערסירט צו זיין אין איינס פון די חבורות, ביטע מעלדט זיך צו מיר טעלעפאניש אדער דורך אימעיל.
א גוט שבת