לאמיר געבן דעם ווארט פאר די חשוב'ע עלטערן וועלכע שטייען אין שידוכים, און הערן אביסל זייער זייט פון די מטבע, און פארשטיין אז ווען עס מאכט זיך א בלאטע קומט עס פון מער ווי איין געגנשטאנד, מ'קען נישט שאפן א בלאטע פון זאמד, און מ'קען אויך נישט פון וואסער, עס מוז זיין ביידע צו שאפן א קאלאסאלע בלאטע. און דא וועלן מיר נעמען די אנדערע זייט פון די שידוכים בלאטע, און הערן וואס די עלטערן האבן צו זאגן.
די עלטערן האבן א קינד, זיי ווילן א שידוך טון, עס איז נישטא קיין ספעציפישע פלאץ זיך צו ווענדן, עס איז נישטא קיין ארגעניזאציע אדער אפיס וועלכע פארקויפט שידוכים, אלזא די עלטערן ווארטן אויף די גענאדע פון שדכנים זאלן זיי רופן אנטראגן די ריכטיגע באשערטע.
אבער עס איז נישטא קיין שדכנים אויך נישט, צוליב די שוועריגקייטן וואס מיר האבן אויסגעשמועסט אין פריערדיגן ארטיקל, און די וואס זענען שוין יא עוסק דערין, איז אדער קרובים גוטע פריינט אדער א שדכן וועלכער איז א סופר אדער א מלמד אדער גאר א פול טיים ארבייטער, וועלכער אויפן וועג אהיים פון די ארבייט פרובירט זיין מזל צו מאכן אפאר גראשן אין די זייט.
די עלטערן וואס האבן ב"ה מזל און די קינדערלעך ווערן געזעהן אלס א גרינגער ציל פאר א שנעלן שידוך, וועלן אנהייבן באקומען טעלעפאן רופן פון פארשידענע שדכנים און שדכניות מיט פארשלאגן פון הימל און ערד רעכטס און לינקס, ע"פ רוב אן קיין שום ספעציעלן חשבון, נאר צו הערן דעם קנייטש אדער קרעכץ אדער שמייכל גאר ווען מ'הערט דעם נאמען, און ביים שדכן וועט זיך אומווילנדיג אדער גאר אויסגערעכנט אויספארמירן א בערך'דיגע פראפייל וואס די עלטערן זוכן פארן קינד.
דער שדכן וואגט נישט צופיל צו פרעגן, ווייל ער ווייסט ער וועט נישט צופיל הערן. די עלטערן פון דעם סוג וועלן בדרך כלל ענטפערן, יא אינטערסאנט, נישט אינטערסאנט, ברענג אן אנדערס. ווען מ'וויל אריינגיין אין דעטאלן פארוואס יא אדער פארוואס נישט וועלן זיי געוויינליך נישט זיין אפן דערצו.
די סיבה איז איינפאך, זיי באקומען גאר קאלטע און גאר אסאך טעלעפאן קאללס, און זיך אראפשטעלן מיט יעדן שדכן אדער שדכן'טע מסביר זיין די שיטה, די השקפה, די נאטור פון די קינד וכדו' איז ממש נישט מעגליך, דעריבער קען אמאל דער מחותן פון דעם סוג אקעגן קומען אלס טרוקן און אמאל חוצפה'דיג ווי איינער וואס אנערקענט נישט וואס מ'טוט פאר אים.
אמאל איז עס טאקע אזוי, און דער שדכן איז גערעכט צו באשליסן אז דער איז נישט מיין סארט מחותן מיט וועם איך וויל האנדלען, אבער רוב מאל איז עס פשוט אז די עלטערן זענען אין א קאנוואלציע פון שידוכים קאללס און ווייסן נישט וואו אנצוהייבן און וואו צו ענדיגן.
די עלטערן זענען אינטערן רושם אז די שדכנים רופן אן מיט נעמען וואס האבן נישט קיין שום שייכות צום רעאליטעט, און צומאל ווען מ'פרעגט דעם שדכן אביסל מער אינפארמאציע, קומט ארויס אויפן אויבערפלאך אז דער שדכן האט נישט געטון די מינדעסטע היים ארבייט אויפן פארשלאג.
פארוואס טאקע? טענה'ן די שדכנים אז עס לוינט נישט די ארבייט, איך וועל מיך אריינלייגן אין דעם פארשלאג ווען איך הער אז עפעס קען זיך רוקן, ווייל אז איך וועל ארבייטן פאראויס און אפי' נישט צוריק באקומען סיי וועלכע אנווייזונגען אויף וואס דו ווילסט אדער ווילסט נישט, מה לי הצרה הזאת?
און צווישן אונז גערעדט איז דאך דער שדכן נישט קיין פול טיים שדכן, און צווישן איין רויטן לעמפל און א סטאפ סיין צו מאכן טעלעפאן קאללס אויף בלוטוט קען מען נישט זיין צו שטארק גרייט פאר א געהעריגן שמועס.
אין די זעלבע צייט ווערט דער שדכן וואס האט אריינגעווארפן א ליסטע פון נעמען דער אפיציעלער בעה"ב אויפן שידוך, און אפי' אויב ס'רירט זיך נישט ווייטער קיין זיז כל שהוא, וועט ער נאך האבן א טענה אויב איינער אנדערש פירט דעם שידוך. דעריבער דארפן די עלטערן האלטן א געהעריגע בוקקיפינג ווער ס'האט אנגעטראגן וואס און ווען, און דאס לייגט נאר צו זאלץ צום אזוי אויך געזאלצענעם געקעכץ.
דער צווייטער סוג עלטערן וואס דאס איז למעשה דער רוב ניכר פון כלל ישראל מיט עווערעדזש וואוילע קינדער, באקומען נישט אזויפיל טעלעפאן קאללס, און ליידער זענען אסאך פון די וואוילע קינדער פארנאכלעסיגט אויף די שדכנים ליסטע, און עלטערן ווארטן נעבעך ארויס צו באקומען אפי' איין קאלל אויך, אבער קיינער רופט נישט.
דא רעדט מען פון קינדער וואס זענען וואויל און גוט, נישטא קיין פראבלעמען, נאר עס זעהט אפשר נישט אויס ווי דער שידוך וועט זיין פון די גרינגסטע אויסצופירן פאר סיי וועלכע סיבה, און די שדכנים כאפן זיך נישט ארויף דערויף.
די עלטערן רופן נישט קיין שדכנים ווייל זיי ווילן נישט אויסזעהן "דעספערעט" זיי ווילן א גוט געשעפט, זיי ווילן נישט די שדכנים זאלן מיינען אז זיי זענען דערשראקן פון דעם מצב.
די שדכנים רופן נישט, ווייל מער ווייניגער טוען זיי דא א זייטיגע פעולה פאר פרנסה, און אז עס זעהט נישט אויס צו זיין גאר גרינג וועלן זיי קודם פרובירן די גרינגערע. און דאס קינד עלטערט זיך אין פריידן ביז עס ווערט נעבעך שוין יא פראבלעמאטיש.
אמת, אז צום סוף ווערן אלע חתנים און כלות, אבער די אומגעהויערע צער און עגמת נפש פון עלטערן ווען מ'שפירט זיך ווי א הושענא אויפן ארון קודש נאכן קלאפן, ווען קיינער אינטערסירט זיך נישט אויף מיין קינד, און מ'ווייסט נישט וואו זיך צו ווענדן איז גאר שווער צו מצייר זיין פאר ווער ס'האט עס נאך נישט געשפירט.
די דריטע סוג איז ווען עס איז יא עטוואס אדער מער פראבלעמאטיש, מ'רעדט אז עס גייט נישט קיין שידוך פאר סיי וועלכע סיבה, דאס קינד איז עלטער געווארן, און סתם שדכנים זענען שוין זיכער נישט עוסק דערין צוליב די שוועריגקייטן וואס זיי זעהן דערין, און אפי' די רעפאנירטע שדכנים וואס קענען יא אויס אביסל אין די טכסיסי מלחמה פון דעם סוג, וועלן זיך מונע זיין פון צוגיין דערצו מיטן גאנצן קראפט, זיי וועלן פרובירן אמאל דא אדער דארט, אבער מער ווייניגער וועלן זיי זיך ארויסדרייען פון דארפן זיך אריינדרייען.
פארשטייט זיך אז דער ווייטאג איז עד אין לשער, און די עלטערן זענען מסכים צו צאלן גרעסערע געלט, אמאל איז עס אפי' משפחה אדער חברים וואס וועלן זיך מנדב זיין מיט סכומים צו ברענגען א שידוך, אבער ווער ווייסט דערפון? מ'לייגט דאך נישט קיין צעטלעך אין ביהמ"ד.
די שדכנים האבן מורא צו רופן די עלטערן וועלכע זענען אין א הייקאלן מצב און אויב טראגט מען אן עפעס שלא כרוחם וועלן זיי אמאל ווערן באליידיגט און ווער ברויך דאס? אמאל וועלן די שדכנים פרעגן פון נאנטע קרובים וואס מ'קען אלס אנטראגן לשיטתם, און עס איז קיינמאל נישט קיין ריכטיגע אינפארמאציע, ווייל ווער ווייסט דען.
די עלטערן ווידער וועלן פרובירן מיט אלע כוחות זיך צו האלטן רואיג און נישט ח"ו מאכן אויסזעהן אז זיי זענען מודה צו א פראבלעם, און דאס מאכט נאך דעם פראבלעם פיל שווערער, ווייל צווישן אונז גערעדט די שדכנים טראכטן וואס זיי טראכטן, און רעכענען זיך נישט אזוי ווייט מיט וואס די עלטערן ווילן זיי זאלן טראכטן.
עכ"פ ס'איז נישטא קיין שום פראפעסיאנאלע קאמיוניקאציע צווישן דעם פאציענט, און דעם עקספערט צו זעהן וואס מ'קען דא טון צו העלפן.
לענינינו. עס קומט אויס אז נישט קיין חילוק אין וועלכן מצב מ'איז, וועט דער שידוכים דורכגאנג זיין א שווערער און קאמפליצירטער, און זיכער אז עס ברענגט מיט זיך אסאך עגמת נפש און ווייטאג פארן כלל איינעם מער און איינעם ווייניגער, אבער עפעס וואס דארף אדרעסירט ווערן.
לאמיר אבער צוזאמנעמען און מסכם זיין די פראבלעמען, און דערנאך וועלן מיר האפנטליך אריינגיין אין די לעזונג.
מ'קען רעדן און רעדן, און איך ווייס אז מ'האבן מיר נאר אנגערירט דעם שפיץ פון בארג, אבער אויב וויל מען קען מען אין קורצן זאגן אזוי:
שדכנות דארף ווערן א ביזנעס.
די עלטערן מיט די שדכנים מוזן האבן א געהעריגן שייכות
די פרייזן מוזן זיין פריער באשטימט אדער אויף עפעס אן אופן אויסגערעכנט
שדכנים דארפן באקומען טרענירונג און קאמפאני שטיצע ווי יעדע סעילסמאן אדער בראוקער.
די גוטע נייעס איז אז עס איז דא א וועג וויאזוי צו מאכן דעם שינוי לטובה, און עס פעלט נאר אויס אביסל צוזאמארבייט פון דעם ציבור, און ווי אויך איז דער לעזונג א פרטיות'דיגער מהלך וואס קען העלפן יעדן פריוואט אפי' אויב דער ציבור איז נאך נישט דערביי. און דאס וועל מיר האפנטליך שרייבן קומענדיגע וואך.
פאר די אלע וואס שיקן מעסעדזשעס, וויל איך זיך באדאנקען, איך וויל אויך ארויסברענגן אז איך בין נישט קיין שדכן טראץ וואס איך האב שוין אויסגעפירט שידוכים אדער געהאלפן אין שידוכים, דעריבער איז נישט קיין חובת השתדלות מיך צו רופן איבער סיי וועלכע אינדיווידועלע שידוך ווייל איך קען קיין סאך נישט צולייגן, נאר א ברכה פון הארצן טיעפן אז עס זאל אייך גרינג אנקומען בעז"ה.
א גוטן שבת