יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ קריסטאל
ארטיקלען

אשר על כן!!!

קריסטאל · "היימשטאט" · פרשת בהר-בחוקותי תשפ"ה

נאך עטליכע וואכן ארום רעדן פון די נושא אין שידוכים, און נאך יארן פון ארבייטן אויף א אמת'דיגן לעזונג צו דעם אזוי גערופענעם זעלבסט געשאפענעם קריזיס, לאמיר ענדיגן די סעריע מיט פראקטישע און פאקטישע לעזונגען.

אזויפיל ארגעניזאציעס און יחידים טוען וואס זיי קענען צו העלפן דעם קריזיס, מאנכע שרייען לאז יעדער אנטראגן שידוכים, לעומתם שרייען אנדערע, לאז די שדכנים מאכן פרנסה, און אזוי וועלן שידוכים שנעלער און לייכטער ווערן געלעזט, אין די זעלבע צייט זענען דא וואוילטעטיגע ארגעניזאציעס וואס העלפן מיט געלט און מיט טאקטישע הילף פאר די שדכנים, וכולם יבואו על שכרם משמים פאר יעדן איד וואס זיי האבן געהאלפן.

וכולם מודים אז דער לעזונג איז נאך נישטא, טראץ די אלע באמיאונגען.

עס איז קלאר אז:

שדכנות מוז ווערן א פרנסה נקי' אין וועלכן שדכנים זאלן קענען ארבייטן פול טיים.

שדכנים מוזן קענען האבן א גוטן און אינערליכן קשר מיט א צוקונפטיגן מחותן צו באמת וויסן די דעטאלן וואס זענען וויכטיג צו זיין אפעקטיוו, און נישט דארפן זיין פארנומען צו שפילן קאץ און מויז שפיל צו אויסטרעפן וואס די עלטערן ווילן, און צו די זעלבע צייט נישט קענען האבן קיין קאנסטרוקטיווע שמועס מיטן אמת'ן בילד פאר די עלטערן.

נייע שדכנים מוזן קענען האבן הילף און ערפארונג פון עלטערע, וואס דאס קען נישט זיין לשם מצוה, און ליידער זייער אסאך פון די פראבלעמען קומען פון א גוטן ווילן ווען אינגע מענטשן פרובירן צו אויספירן שידוכים צו העלפן גוטע פריינט וכדו' אבער קענען זיך נישט אויס אין די פאך. און טראץ וואס דאס איז א וויכטיגע חלק פון די שידוכים צו האבן די הילף פון די אלע יונגעלייט און פרויען וואס דאס העלפט די עקספירענסד שדכנים, אבער פארט דארף זיין הילף פון עקספערטן. ודי לחכימא.

א פראבלאמאטישער פאל ווען א שידוך מאכט זיך נישט, און מ'איז גרייט צו באצאלן גרעסערע געלט, מוז דאס זיין עפעס וואס אלע "עקספערטן" ווייסן, און נישט נאר דער שכן אין ביהמ"ד וואס האט פערצופאל אויסגעפירט א שידוך לעצטע וואך. עס טוט פשוט נישט אויף דאס וואס מ'וויל.

אידן וואס באקומען נישט קיין טעלעפאן קאלל'ס בכלל דארף מען העלפן מיט א אנגייענדע קשר, אבער דאס קען נאר ווערן מיט א אמת'דיגן קשר מיט "איין" שדכן, ווייל מ'קען נישט אויסשמועסן אלעס מיט אלעמען, עס איז פשוט נישט לאגיש, און דערפאר טאקע פאסירט עס נישט.

דער מהלך צו די אלע זאכן איז דער "עקסקלוסיוו שדכן" לעזונג וואס וועט אי"ה זיין א לעזונג צו רוב אויב נישט אלע פראבלעמען בעזהשי"ת.

לאמיר עס אויסשפילן, און ביטע ליינט די גאנצע פאר איר שטעלט זיך אפ מיט די פראגעס וואס וועלן נאטורליך אייך מוטשענען בעפארן פארשטיין די פולקאמע בילד:

א בחור גייט אריין אין ישיבה, אדער א מיידל אין 12טע קלאס, וועלן די עלטערן באקומען א טעלעפאן קאלל פון "אן עקסקלוסיוו שדכן".

דער עקסקלוסיוו שדכן איז איימיצער וואס טוט שידוכים פול טיים, (מיר וועלן באלד קלאר פארשטיין וויאזוי דאס איז אפי' א מעגליכקייט, ביטע האלטן דעם אטעם).

דער/די עקסקלוסיוו שדכן וועט פארלייגן צו זיין אייער פארטרעטער אין די שידוכים סעזאן פון אייער קינד, דאס הייסט איך רוף אייך נישט ווייל איך האב א שידוך פאר אייך, נאר ווייל איך וויל אייך פארטרעטן.

וואס הייסט?

דער עקסקלוסיוו וועט האבן א טיעפן און מיינונגספולע שמועס צו פארשטיין וואס דער בחור מיידל איז און וואס מ'זוכט, און וואס דוקא נישט וכדו', א שמועס וואס וועט בויען סיי א שטיקל פראפייל פון דאס קינד, און די משפחה, און סיי מאכן א קשר מיטן עקסקלוסיוו זיך צו קענען במשך הזמן נאך בעסער פארשטיין.

עס וועט אויך אויסגעשמועסט ווערן ווען איר ווילט אנהייבן הערן שידוכים וכדו'.

ווען א שדכן וועט אייך רופן אנטראגן סיי וואספארא שידוך, וועט איר אויסהערן אבער איר וועט שיקן דעם שדכן צום עקסקלוסיוו וועלכער טוט די בוק קיפינג ער אדער זי ווייסן פונקטליך וואס מ'האט שוין אנגעטראגן און וואס קען אדער קען נישט ווערן אנגעטראגן וכדו'. דאס וועט מאכן פארן שדכן אסאך גרינגער די ארבייט, ווייל עס איז נישט קיין הייקאלע אינטערנעמונג צו פרעגן און הערן די ריכטיגע אינפארמאציע ווי עס איז ווען מ'רעדט צו עלטערן דירעקט.

דער עקסקלוסיוו שדכן וועט האלטן די בוכער פון אלע שידוכים וואס מ'טראגט אן, און וועט קענען העלפן אוועקרוקן די אלע פראבלעמען צו מ'האט שוין אנגעטראגן צו נישט, צו דער פריערדיגע שדכן איז צוריק געקומען צו נישט, ווייל מ'וועט ארבייטן דירעקט מיט דעם עקסקלוסיוו שדכן וואס וועט פארלאנגען זייער קלאר א דאטום ווען ער וויל הערן אן אפדעיט, ער איז דאך נישט די עלטערן אליינס און מעג זיין קלאר מיט אזא אויפריכטיגן פארלאנג.

די אלע שאלות וואס א שדכן האט מורא צו פרעגן, אדער וואס עלטערן זענען אומבאקוועם צו ענטפערן פאר יעדן שדכן, וועט דער עקסקלוסיוו וויסן און שאצן ווען יא אדער נישט צו נוצן און קענען ענטפערן מיט קלארקייט ווען עס פעלט זיך אויס.

דער טאטע וועט נישט מוזן זיך אויספאקן פאר יעדן שדכן וועם ס'בייגעפאלן א שידוך, נישט וויסנדיג צו יענער איז טאקע דער ריכטיגער באשערטער שדכן וואס דאס שטערט טאקע אין די היינטיגע קאמיוניקאציע מיט שדכנים, נאר דער עקסקלוסיוו שדכן וועט זיין דער סאמע איינציגער וואס וועט יא וויסן און מיטהאלטן אלעס, און קענען באמת אפשאצן אדער העלפן אפשאצן, ווענדט זיך ווי שטארק די עלטערן וועלן זיין אינוואלווד, הכל כפי האדם.

זאכן וואס די עלטערן זאגן אז זיי זענען נישט מסכים צו הערן למשל, און סתם שדכנים וואונדערן זיך נאכדעם ווען זיי הערן אז למעשה האט יענער יא געטון א שידוך מיט אט דעם דעטאל אנדערש ווי געמיינט, דאס קומט ווייל ס'איז נישט דא קיין טיעפע קאמיוניקאציע צו פארשטיין דברים על בורים, אבער דער עקסקלוסיוו שדכן וועט יא וויסן און קענען אפשאצן און גרינגערהייט אויסשמועסן מיט עלטערן ווען מ'קען אדער מ'דארף מאכן אן אויסנאם וכדו'.

פארשטייט זיך אז אן עקסקלוסיוו שדכן וואס וועט ארבייטן פול טיים וועט האבן א גאר גוטע שאנס באמת צו זיין שדכן ביי אסאך שידוכים ווייל אז מ'לייגט אריין די ארבייט וועט מען בעז"ה זעהן רעזולטאטן (ווי עס שטעלט זיך ארויס זייער קלאר ביי די וואס האבן שוין פערזענליך געטון דעם געדאנק פון עקסקלוסיוו שדכן)

דער עקסקלוסיוו שדכן האט א גרויסע מיסיע אין העלפן טון א שידוך, אבער אויך א קלענערע אנגייענדע מיסיע פון כסדר זיין אין קאנטאקט און ווערן אינפארמירט, און צוריק אינפארמירן די עלטערן, אפי' ווען ס'איז נישט דא קיין ספעציעלע נייעס אויסצושמועסן, ווייל דאס איז זיין ארבייט אלס עקסקלוסיוו שדכן. (דאס וועט אויך העלפן גאר שטארק פאר די וואס באקומען נישט קיין טעלעפאן קאללס, צו האבן איין עקספערט מיט וועם זיי האבן אנגייענדע קאמיוניקאציע)

אין די געלט נושא וועט דער עקסקלוסיוו שדכן ביים ערשטן טעלעפאן קאלל אויך קענען פרעגן דעם טאטן וויפיל ער איז גרייט צו צאלן שדכנות, און אפשר גאר רעקאמענדירן א פרייז (וואס אין די היינטיגע וועלט איז דאס נישטא ווייל דער שדכן קאלט שוין מיט א פראדוקט צו פארקויפן, וואס דאן איז זייער שווער צו פארלייגן א פרייז, ער וויל נישט פארלירן דעם "סעיל")

ער וועט אויך רעקאמענדירן דעם טאטן אנהייבן אריינלייגן חודש'ליך א געוויסע סומע געלט צום שדכנות אז עס זאל נישט מוזן זיין א פלוצים'דיגער עקספענס וואס קומט צומאל אן שווער, און עס וועט אויך ווייזן פאר שדכנים אז דער מחותן איז ערנסט און צאלט פאר די ארבייט. (מ'מוז דאס נישט טון אבער גאר רעקאמענדירט)

ווען א שידוך וועט ווערן אויסעפירט וועט דער עקסקלוסיוו שדכן באקומען 30 פראצענט פון שדכנות, און דער שדכן וואס ברענגט דעם געדאנקט וועט באקומען די איבעריגע (אדער וועט 10 פראצענט גיין פארן אפיס וואס וועט אי"ה פארפיגן אויף דעם גרויסן אונטערנעמונג).

דער עקסקלוסיוו וועט סך הכל דארפן ארבייטן צו האבן גענוג אפליקאציעס צו זיין דער עקסקלוסיוו שדכן, אפי' אויב ער פירט נישט אויס דעם שידוך, און דאס אליינס וועט געבן גענוג הכנסה (בעפארן אויספירן איין שידוך) צו קענען האבן א פול טיים פרנסה, בנוסף צו דעם וואס דאס וועט בעזר השם ברענגען מ'זאל קענען אויספירן מערערע שידוכים וואו ער וועט באאקומען דאס גאנצע.

ווי אויך וועט אין געוויסע פעלער ווערן אויסגעארבייט צווישן די צוויי שדכנים אנדערע ארענדזשמענטס אויב פעלט זיך אויס מער ארבייט פון דעם עקסקלוסיוו שדכן, דהיינו אויב ער וואס ברענגט דעם געדאנק ווייסט בכלל נישט וויאזוי צו פירן א שידוך. דאס וועט געבן נאך הכנסה פארן עקסקלוסיוו, און דער געדאנק ברענגער וועט זיך פרייען צו באקומען באצאלט אן דארפן אריינלייגן א שטאך ארבייט.

ווען א קינד ווערט עלטער, אנשטאט וואס שדכנים זענען זיך מונע צו קאללן אנטראגן אפי' ווען זיי האבן געדאנקען ווייל זיי ווייסן נישט צופיל דעטאלן איבער וואס די עלטערן זענען מסכים אדער נישט, און קיינער וויל קיינעם ניט באליידיגן, וועלן זיי קענען זיך ווענדן גראד צום עקסקלוסיוו וועלכער האט גאר א נאנטער קשר נאך אזויפיל יאר ארבייטן דערויף, און דער עקסקלוסיוו וועט קענען דאס בעסטע שטופן צום פאסיגן שידוך און די עלטערן וועלן אים אנדערש אויסהערן ווי א נייער וועם זיי מיינען פארשטייט זיי נישט פונקטליך.

דאס אלעס וועט געטון ווערן מיט א וועבזייטל ווי די עקסקלוסיוו שדכנים וועלן קענען שערן אינפארמאציע ווען מ'ברויך, וואס וועט העלפן אין דעם קריטישן הינזיכט פון אינפארמאציע, און אויך צו האלטן זייערער ביכער און לוח פון פאללאו אפ'ס מיט זייערע קאסטומערס ווי אין אלע אנדערע סעילס.

עס וועט אויך האבן א געוויסע לעוול פון עקסעס פאר שדכנים וואס זענען נישט עקסקלוסיוו און זוכן צו זיין צווייט ראנגיגע שדכנים צו מאכן געלט אויף ברענגען דעם געדאנק אדער אנצוטראגן שידכוים פאר ווער ס'האט נישט קיין עקסקלוסיוו שדכן.

צו זיין אן עקסקלוסיוו שדכן מיט פול עקסעס וועט מען מוזן ווערן אפראווד אלס איינער וואס טוט דעם ארבייט אלס פרנסה, און נעמט ספעציעלע קורסן צו זיין סיי אויפריכטיג און סיי ווירקזאם וואס די ארגעניזאציע וועט אי"ה צושטעלן.

ווילאנג דאס שטעלט זיך איין אי"ה קענט איר פריוואט אויך אננעמען אן עקסקלוסיוו שדכן פאר אייער קינד, מיט וועם איר זאלט האבן דעם אנגייענדן קשר, און דער שדכן זאל וויסן אז ער ווערט באצאלט אפי' אויב ער פירט נישט אויס דעם שידוך, ער דארף העלפן מיט אינפארמאציע, און מיט רעדן צו שדכנים ווען עס פעלט אויס, און דאס דארף ווערן קלאר געשטעלט ווען אימער א צווייטער שדכן רופט, אז א חלק פון דעם שדכנות ווערט געגעבן פארן עקסקלוסיוו שדכן, און אז יענער שדכן זאל וויסן אז ער קען נעמען הילף פון דעם עקסקלוסייו שדכן וואס יעדער שדכן וועט זיך צוכאפן דערצו.

איך ווייס אז איך האב געשריבן גאר קורץ, ווייל הנייר יכלה, און מ'קען שרייבן גאנצע בלעטער מיט מער הסברים, אבער מיט די קוואליטעט ליינער פון דעם היימשטאט האף איך אז עס וועט זיין גענוג צום פארשטיין דעם קאנצעפט, און האפנטליך וועט מען בקרוב קענען באמת אנהייבן דעם נייעם און אפעקטיוון מהלך.

מ'קען אריינשיקן בריוו צום היימשטאט מיט שאלות אויף וועלכן איך האף צו ענטפערן מיט די מערסטע קלארקייט וואס שייך, און אויב וועט עפעס דארפן פארראכטן ווערן וועט מען דערויף ארבייטן, ושגיאות מי יבין.

האט א לעכטיגן שבת.