יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ קריסטאל
ארטיקלען

מארקעטינג – ברענדינג – און חול המועד האלטן

קריסטאל · "היימשטאט" · פרשת במדבר תשפ"ה

ווי איר ווייסט שוין פון לייענען אונזערע ארטיקלען אין עבר, ווערן די ארטיקלען בדרך כלל געשאפן פון אקטועלע געשעהנישן אדער ערפארונגען וואס ברענגען א שמועס וואס קען בעז"ה זיין לתועלת, וואס דאס האט אונז געברענגט צו דעם נושא וואס מיר ווילן שרייבן היינט. וחפץ ד' בידינו יצליח.

מיר לעבן אין א אינטערסאנטע וועלט, דאס וועט איר מודה זיין, עס איז א תקופה וואו יעדער האט א מיינונג איבער אלעם, און דאס איז דאך די סאמע סיבה פארוואס איך האב א קאלום דא אין דעם גאר רעספעקטירטן היימשטאט, אנע גיין אין קאלעדזש אדער נעמען א סערטיפיקעט מיט רשות הדיבור, נאר ווייל איך בין גראדע אויך איינער פון די פילע מיינונגען אין ביהמ"ד. אלזא דא איז מיין מיינונג איבער עפעס וואס יעדער האט א מיינונג.

די פארגאנגענע וואך איז געווען דער גאר געלונגענער "סאטמארק" עקספאו, וואו טויזנטער סאטמארע חסידים פון גרעיטער ניו יארק און ארום זענען זיך צוזאמגעקומען צו שטיצן איינער דעם אנדערן, זה בכה וזה בכה, און בעיקר ארויסצו-ווייזן א שטארקע אחדות און פרובירן צו העלפן ביזנעסער וואס מ'קען מיט זיי טון ביזנעס אלס לכו והתפרנסו זה מזה.

דער געדאנק איז נישט קיין נייער, עס איז היינט א גאר אנגענומענער מעטאד אין די וועלט פון ביזנעס, אז מ'נעמט זיך צוזאם לפונדק אחד, און געוויינליך וועט עפעס גוט ארויסקומען דערפון, און אסאך מאל אפי' מער ווי אביסל.

און דא איז דאס פלאץ צו באדאנקען די ארגענעזירער פון דעם גאר געלונגענעם פראיעקט, וואס קען באמת אנגערופן ווערן א קידוש השם, ווען מ'האט געזעהן אזויפיל ערליכע אידן אינטער איין דאך מיט איין ציהל צו העלפן איינער דעם אנדערן, און צו זייער קרעדיט פון די עסקנים וואס האבן אריינגעלייגט וואכן ארבייט מוז געזאגט ווערן אז זייער ארבייט איז געקרוינט געווארן מיט פולשטענדיגע הצלחה בסייעתא דשמיא, וכה לחי.

אבער האמת ניתן להאמר, אז מ'דארף אביסל התבוננות אויף דעם פענאמענע פון "עקספא'ס" און באמת מיט א ניכטערן בליק פארשטיין, ווען און פאר וועם איז דאס געמאכט געווארן, און נישט לאזן סתם "טיים ענד מאני" גיין לאיבוד.

לאמיר קודם פארשטיין א גאר אויבערפלעכליכן איבערזיכט איבער מארקעטינג.

יעדע גרויסע ביזנעס האט אין די פלענער א חלק וואס ווערט גערופן דער "מארקעטינג פלאן". דאס איז וואו מ'באשטימט וויאזוי די קאמפאני וועט זיך אנאנסירן צום ציבור דעם קאנסומער, עס ווערט דארט אויך אויסגעשמועסט וואס די מעסעדזש איז צום קאנסומער, און וויאזוי מ'וועט מעסטן סוקסעס אדער דורכפאל ווען דער יאר שליסט זיך.

לאמיר זאגן אז אינעם מארקעטינג פלאן שטייט אז מ'וועט אדווערטייזן אין געוויסע אויסגאבעס אדער פלעצער, און אויך אז מ'וועט טון אנדערע סארט מארקעטינג, עס ווערט געשריבן באופן כללי אלס וואס עס וועט זיין דער עיקר, און מ'לייגט אלס צו אפאר טפלים וואס מ'וועט נוצן אין צוגאב פון דעם עיקר.

למשל: אויב האב איך א רעסטוראנט אין א געוויסע געגנט, וועל איך אדווערטייזן אין דעם צייטונג לאקאל, איך וועל לייגן מיין נאמען איבעראל וואו א מענטש קען זוכן פאר "רעסטוראנטס" און מאכן זיכער אז ווער עס קומט באזוכן דעם געגנט זאל ווען ער זוכט פאר א רעסטוראנט זעהן מיין נאמען און אדרעס און טעלעפאן נומער.

דאס ווערט אנגערופן מער "אינפארמאציע" ווי מארקעטינג, דאס הייסט איך מאך זיכער אז מיין אינפארמאציע ווערט גרינג געטראפן דארט וואו עס מוז געטראפן ווערן אין די צייט ווען עס איז איז וויכטיג.

דערנאך וועל איך מאכן יעדע פאר וואכן, ווענדט זיך אין אסאך פרטי פרטים, אין געוויסע גרעסערע צייטונגען אדער אפי' ספאנסארשיפס, וואס דאס וועט מער זיין געאייגנט פאר "נעים ברענדינג". דאס הייסט אז איך לייג אריין אין מענטשנס מח דעם נאמען פון מיין קאמפאני, אזוי אז ווען זיי זוכן מיינע סערוויסעס, און זיי זעהן 20 נעמען וועלן זיי דערקענען מיין נאמען צווישן אלע, און זיי וועלן בדרך הטבע שפירן עפעס א קשר און גיין צו מיר.

עס וועט אויך זיין אין דעם מארקעטינג פלאן א געוויסע סופלעמענטעל מארקעטינג פלאן, וואס מ'וועט טון זאכן וואס זענען אפשר נישט קלאר וויכטיג צום טאג טעגליכן אבער מ'ווארפט אריין א טיקעט אין דעם גורל באקס, און מ'האפט עס וועט עפעס ברענגען. פארשטייט זיך אז מ'וועט נאר פרובירן א קליינעם בודזשעט אויף דעם, אבער אמאל אז ס'ארבייט זיך אויס, טראץ וואס ס'איז "אנקאנווענשענאל" נישט געוויינליכע מארקעטינג, קען עס ברענגען א סארט ריוח וואס שפירט זיך ווי געווינען די לאטערי.

דערנאך זענען דא די וואס זענען אין ביזנעסער, נישט קיין חילוק ווי גרויס אדער קליין, איז עס מער ווייניגער א "סעילס ביזנעס", דאס הייסט אז אודאי דארף ער דא און דארט טון עפעס מארקעטינג, אבער זיין "עיקר מארקעטינג פלאן" איז קשרים מיט מענטשן און קאמפעניס וואס דארפן זיין סערוויס. דער מענטש דארף זיין אויפן טעלעפאן, אדער אימעיל, אדער אנדערע מהלכים צו פארלייגן זיינע סערוויסעס פאר די ריכטיגע מענטשן און דאס איז 80 פראצענט פון זיין מארקעטינג פלאן, וויאזוי זעה איך מער קאמפאני'ס אדער מער מענטשן.

פארשטייט זיך ער דארף זיין גרייט מיט א קלארע מעסעדזש פארוואס ער איז די בעסטע מיט וועם צו טון די ביזנעס, אבער דאס איז שוין חלק ב', ער דארף בעיקר זיך טרעפן מיט ווי מער מענטשן. דאס הייסט אז אפי' אויב איז ער נישט אזוי געראטן אין איבערגעבן זיין מעסעדזש אויב וועט ער נאכגיין גענוג מענטשן וועט ער האבן ביזנעס, פארשטייט זיך ווי בעסער די מעסעדזש איז, אלס גרינגער אדער בעסער קען אים ווערן. אלעס בסייעתא דשמיא.

דערנאך זענען פארהאן בזינעסער וואס ברויכן נישט קיין מארקעטינג בכלל, טראץ וואס די אנגענומענע ווערסיע איז אז יעדער אפי' א מלמד דארף מארקעטינג, איז עס לעניית דעתי נישט אויסגעהאלטן, נאר יעדער דארף "סעילס". דאס הייסט אז אפי' א משמש אין ביהמ"ד אדער סיי וועלכע אנדערע כלי קודש ברויכן מאכן סעילס אין זייער שטייגער, אבער מארקעטינג איז נישט וויכטיג ביי פילע, ווייל מארקעטינג איז געמאכט צו ברענגען דעם קאסטומער צו וויסן אדער איינערקענען מיין סערוויס, און ביי פילע פעלט דאס נישט אויס. ווען מ'האט שוין די פראספעקטיווע קאסטומער דעמאלס דארף מען מאכן א סעיל, און טון דאס בעסטע וואס מ'קען.

דא קומט אריין די נושא פון די "עקספאו'ס" וואס איז געווארן עפעס וואס דארף התבוננות. יא, עס זענען דא ביזנעסער וואס "מוזן" גיין אויף שאו'ס, און אין די אלטע צייטן האט מען געוואוסט, (און היינט איז נאך אלס אזוי אין די דרויסנדע גאס) אז יעדער ביזנעס האט געדארפט איינמאל א יאר, און העכסטנס צוויי מאל א יאר, גיין צו א שאו פון די אינדוסטריע אין וועלכן מ'איז. פארשטייט זיך אז נישט אלע אינדוסטריעס האבן געהאט שאוס, אבער די וואס האבן געהאט, איז געווען וויכטיג מיטצוהאלטן, עס האט געשאפן קשרים וואס מ'קען נישט באקומען סתם אזוי אויפן טעלעפאן.

איינער וואס פארקויפט גארטלעך פאר חתנים איז נישט געגאנגען צו א קאנסטראקשען שאו, טראץ וואס ס'קען זיין אז עפעס א בחור ארבייט ביי איינס פון די קאנסטרוקציע קאמפאני'ס און דארף א גארטל. אויב איז ער יא געגאנגען איז עס ע"פ רוב געווען ווייל ער האט געזוכט ארויסצוגיין פון די גארטל ביזנעס, און געקוקט אויב אפשר קען ער זיך באפאסן מיט שטריקן שטריק פאר די בויער. אפשר!

און דאן האט זיך אנגעהויבן א מין רוחניות'דיגער דערהער פון מאכן עקספאו'ס וואס זענען נישט "אינדוסטריע באזירט", מ'שטיצט זיך איינער דעם צווייטן, עס שפירט זיך מורא'דיג דערהויבן, און האט זיכער אין זיך אסאך ווערדע און בדרך כלל איז עס א שטארקע הצלחה צוליב דעם פאקט אז אידן וואס טרעפן זיך געווענליך מיט אראפגעצויגענע טליתים אין ביהמ"ד האבן א געלעגנהייט זיך צו באקענען אין דעם עולם המסחר שטייגער, און ברענגט גוטע רעזולטאטן פאר פילע פון זיי.

אבער, ס'איז כדי צו זיין אויפריכטיג מיט זיך אליינס, און ווען מ'שפענדט געלט אויף "מארקעטינג" באמת וויסן צו איז די סארט מארקעטינג עפעס וואס מיין ביזנעס דארף, אדער גאר פארקערט.

נאכאמאל, איך בין ח"ו נישט אויסן צו זאגן אז מ'זאל נישט מאכן קיין עקספאוס אדער נישט גיין, און אפי' אויב איך וועל יא זאגן, ווער וועט מיך אויסהערן? אבער איז דען נישט כדי צו באמת פארשטיין און באשליסן אז גיין צו א עקספאו ווייל יעדער גייט קען נישט זיין גענוג א סיבה צו פארשפארן די ביזנעס א טאג און גיין חוה"מ האלטן?

לאמיר פארשטיין, אויב בין איך אין א ביזנעס וואס ברויך אלס האבן די קשרים אין מיין אינדוסטריע, וועט מיר א כלליות'דיגער עקספאו געבן עפעס וואס איז ווערד די אלפים ורבבות פאר א בודקע מיט שווערע וואכן ארבייט זיך צו גרייטן דערפאר און אוועק נעמען די ארבייטער פון דעם אריגינעלן "פלאן א'" פון דעם ביזנעס פלאן, צו זיין פארנומען מיטן טפל אויף אזא פארנעם?

איך האב גערעדט צו פילע ביזנעסלייט, נישט דוקא נאך דעם עקספאו פארגאנגענעם וואך, וואס לויט ווי איך הער איז געווען א מאסיווע סוקסעס וואו מענטשן האבן ב"ה ארויסגענומען פיל מער ווי וואס זיי האבן אריינגעלייגט, איך רעד באופן כללי נאך פארשידענע עקספאוס צו ביזנעסלייט.

און דאס איז וואס זיי האבן געענטפערט ווען איך האב געפרעגט: פארוואס ביזטו געגאנגען? און וואס האסטו עררייכט.

די גרעסטע פראצענט פון די בעלי בתים האבן געזאגט: איך בין געגאנגען ווייל אויב נישט וואלט מיין קאמפעטישן געווען דער איינציגער דארט אין מיין ליין. (א באקאנטער טאקטיק פון מארקעטערס צו ברענגען אייך צו א עקספאו)

א אנדערע חלק האבן געזאגט: איך קען באשטיין צו געבן פאר מיינע ארבייטער א "טאג חול המועד" זיך צו אביסל אויסטשוכען פון זייער שווערע ארבייט.

ווען איך האב זיי געפרעגט: דיינע ארבייטער האבן דאס פארדינט נאר נאכדעם וואס מ'האט געלאזט וויסן אז ס'גייט זיין אן עקספאו? אדער האסטו דאס שוין געהאט אין פלאן סיי ווי? איך גלייב נישט אז דיינע ארבייטער וואס ארבייטן אזוי שווער דארפן ווארטן דאס צו באקומען פון דיר נאר אויב א מוסד אדער א קהלה מאכט אן עקספאו. דער ענטפער איז געווען: א שטיל שווייגעניש.

אביסל א קלענערע חלק פון די וואס איך האב געפרעגט האבן געענטפערט אז זיי טוען עס צו שטיצן די קהלה און ווייזן אז מיר האבן ב"ה אסאך געלונגגענע ביזנעסלייט און א שטאלץ אז מ'פירט ביזנעס אויפן אידישן שטייגער וכדו'.

אויב איז געווען אין אייער מארקעטינג פלאן אז איר מוזט 2 מאל א יאר גיין צו א עקספאו, מה טוב ומה נעים, אבער אויב נישט, וואס האט זיך געטוישט? צו ווייל מ'האט אויסגערופן א עקספאו איז פלוצים מיטגעקומען דער געוואלדיגער צורך דערפאר?

יא, די סעילסלייט און די ביזנעסער וואס זענען כל כולו סעילס, די דארפן גיין צו הקפות, הדלקות, חתונות, און עקספאו'ס וואו אימער מ'טרעפט מענטשן וואס קענען דארפן זייערע סערוויסעס, און דאס איז די ביזנעס, און געוויינליך איז עס אין דעם ביזנעס פלאן. אבער איז יעדער טאקע אין דעם כלל?

און איך מוז זאגן, אז גאר א גרויסע טייל פון די אויסגעפרעגטע האבן באמת יא געטון וואס איז ריכטיג פאר זייער ביזנעס, און ארויס מיט גרויסע רווחים פון אזוינע עקספאו'ס, זייענדיג באהאוונט מיט די כללים וויאזוי ריכטיג אויסצונוצן אזא געלעגנהייט, און אודאי איז אלס כדי פאר אזוינע ביזנעסער צו גיין אויף עקספאוס.

ס'איז אבער צייט זיך צו בארעכענען אז די סיבה צום גיין דארף זיין ריכטיג, און אפי' אויב מ'מעג אמאל גיין זיך אויסטשוכענען, און מ'דארף שטיצן אנשי שלומינו, מוז נישט אלס זיין דער תירוץ א "עקספאו". מ'קען לאזן די ארבייטער א טאג ארויס פון די ארבייט אדער אפי' זיי נעמען ערגעץ פאר א אויספלוג, און מ'קען שטיצן אנ"ש אויפן ריכטיגן וועג פון פשוט טון ביזנעס מיט די בני הקהלה און יעדער ווייסט אדער קען וויסן וויאזוי דאס צו טון. און דאס גיין צו אן עקספאו דארף זיין געטון אויף א אויסגערעכנטע וועג לויט ווי די אלע וואס האבן טאקע אזוי געטון און ארויסגעקומען מיט ריוח. מ'דארף זיך קענען.

אבער ארויסצוגיין פון די גדרים צו 10 עקספאוס א יאר ווייל יעדער גייט, אדער אנדערע וואוילטעטיגע תירוצים וואס דרייען זיך אין מח, איז געווענליך קאנטער פראדוקטיוו.

עמך ישראל צריכים פרנסה, און מ'דארף זיך העלפן איינער דעם צווייטן, אבער נישט לאזן דעם מח פארפירן דעם מענטש פון טון דעם עיקר און זיך פארלאזן אויף געווינען דעם גורל דורך דעם טפל, וואס דאס פאסירט ליידער אסאך אז אפי' סעילסלייט וואס ווייסן אז זייער עיקר ביזנעס איז רופן מענטשן און מאכן קאננעקשאן'ס וועלן זיך איינרעדן אז פון זיך "אויסטשוכען" א טאג מיט טויזנטער מענטשן קומען זיי מער אן, וואס בדרך כלל איז עס נישט אזוי. לאמיר זיין אויפריכטיג און טון וואס מ'דארף ווען מ'דארף.

אודאי, איז דא פאר וועם דאס איז א גרויסער עיקר, און עס איז זיכער א גוטע פעולה, אבער צו מאכן דעם באשלוס יא צו גיין אדער נישט דארף זיין א "ביזנעס באשלוס" וואס איז באזירט אויף די אייגענע און אויפריכטיגע פאקטן איבער דיין ביזנעס, און נאר טון וואס איז באמת וויכטיג פאר דיר, און נישט ווייל "יעדער" גייט, דארף איך אויך.

איך וויל נאכאמאל באטאנען אז איך רעד לגמרי נישט ספעציפיש פון קיינעם, נאר דאס איז געווען דער שמועס די וואך, וואו מענטשן האבן מיך געפרעגט מיין מיינונג אויף די זאכן, און דערפאר ברענג איך אייך דעם מיינונג פון איין מאן.

האט א פרייליכן שבת.