עס איז געווארן ב"ה א אויפוואכונג איבער די נושא פון חתונה מאכן, און מ'זעהט א גאר גוטן נויגונג פאר שינויים לטובה, בפרט אין די ביוראען פון די עסקנים וואס ארבייטן שווער צו העלפן אין די נושא, וחפץ ד' יצליח.
איינס פון די נושאים וואס קומען אויטאמאטיש אריין אין שמועס, איז דער ענין פון "אוועקלייגן געלט צום חתונה מאכן" און דארט איז וואו דער צעמישעניש ווערט גרויס, און איז כדאי צו ווערן אויסגעשמועסט געהעריג.
ס'זענען דא צוויי וועגן פון עדווייזן, און פון ווערן עדווייזט,
איינס איז הערן עדווייז פון א פראפעסיאנאל אדער א עקספערט, וועלכער טוט דאס פאר זיין פרנסה, און ער קען די נושא.
דערנאך איז דא וואס מ'הערט פון שכנים אדער גוטע פריינט וואס האט געארבייט ביי זיי, און מ'מאכט דאס נאך.
ביידע האבן מעלות און חסרונות,
די מעלה פון דעם עדווייזאר איז אז אויב איז ער א ארנטליכער מענטש וואס מ'קען אים נישט אלס גנב און באנדיט, ווייסט ער באמת אסאך מער ווי דער פשוט'ער מענטש נישט ווייל ער איז קלוגער, נאר ווייל ער טוט דאס און ער הערט אלע סארט ערפארונגען, און אפי' אויב ביי אייער שכן איז געווען איין סארט ערפארונג וועט ער אבער וויסן פון אנדערע ווי נישט, און אויב מיינט ער גוט וועט ער אלעס נעמען אין באטראכט.
די חסרון איז אויב ער איז נישט קיין ארנטליכער מענטש, און מיינט נאר זיין טאש, וועט ער צומאל קענען ראטן קעגן די אינטערעסן פון דעם קליענט.
אין די היינטיגע וועלט איז שווער צו טרעפן א באזעסענעם אדווייזער וואס זאל דאס טון ווייל די קאנסומער איז גענוג קלוג, און אזא איינער פארלירט זיין רעפוטאציע זייער שנעל, און קיין פרנסה וועט ער נישט האבן דערפון.
בפרט אין די נושא פון געלט וואו די לייסענס און רשיון צו פארקויפן איז עפעס גאר טייער און מ'קען דאס פארלירן זייער שנעל, און פאר די פאר דאללער קאמישאן וואס ער פארדינט איז נישט ווערד צו פארלירן א קאריערע.
די מעלה פון הערן דעם שכן אדער גוטן פריינט איז אז עס קען אמאל זיין זייער ריין מיט גוטע אינטערעסן (טראץ וואס נישט אלס איז "אינטערעסן" געבינדן מיט געלט, און מאנכע קענען האבן אינטערעסן פון אנדערע בענעפיטן, אבער נניח אז נישט) און דאס מאכט דעם שמועס לופטיג און רואיג, און מ'שפירט נישט אז איינער וויל דא פארדינען אויף מיר.
די חסרון איז אבער פילפאכיג, ווייל ע"פ רוב וועט א מענטש נאר וויסן וואס ער ווייסט פון פריוואטע עקספיריענס, און דאס איז אנדערש ביי יעדן, און דאס איז די סיבה פארוואס ווען א מענטש האט ערנסטע ווייטאג פרעגט ער א דאקטאר און נישט א שכן, ווייל דער דאקטאר ווייסט "אלע" אדער כמעט אלע פראבלעמען פארבינדן מיט דעם סארט מיחוש.
זייענדיג אליינס אין פעלד פון געלט, און אין עסקנות פאר באלד 25 יאר אין העלפן מענטשן מיט בודזשעטן און אנדערע פינאנציעלע פראבלעמען, קען איך מיט אייך מיטטיילן נאך א סוג מענטש, וואס דער סוג איז איינס וואס איז מורא'דיג רעספעקטירט און בארעכטיגט, דער "עסקן", דער מענטש וואס גיבט זיך אוועק פארן כלל צו העלפן יעדן מיט אלעמען, ער וועט זיך אויסטון דעם העמד פאר א צווייטן איד.
ווען דער "עסקן" וועט זאגן זיין עדווייז אין אזא ענין, איז דער סדר פון א מענטש צו וועלן מקבל זיין, ווייל ער איז דאך נאר דא צו העלפן און ער האט א היסטאריע פון העלפן, און מ'הערט אים אויס אויפריכטיג.
דער פראבלעם מיט דעם סוג מענטש איז אז נישט קיין חילוק וויפיל ער זאל נאר וועלן זיין בייהילפיג, און ווי שטארק ער מיינט נאר גוט, אויב מיינט ער אז "ער אליינס" קען אלעס טון, און ער נעמט נאטורליך א שטעלונג און א מיינונג אין ענינים וואו ער איז נישט געהעריג אויסגעקאכט, דאס הייסט אז ער האט נישט די לייסענס דערצו, וועט ער מיט אלע גוטע רצונות אסאך מאל גאר טון פארקערט.
לאמיר נעמען א דוגמא "רפואה העלפליין" אדער אנדערע אזוינע ארגעניזאציעס, וואס טראץ וואס מיט די צייט נאכן העלפן אזויפיל אידן זענען זיי באהאוונט גאר שטארק אין רפואה, און ווייסן צומאל בעסער ווי די גרעסטע דאקטוירים, אבער ווען ס'וועט קומען צו פאקטישע עדווייז, וועלן זיי זיך רעכענען מיטן מציאות אז מ'מוז גיין מיט א דאקטאר.
אויב זאל זיך גרינדן א ארגעניזאציע וואס זאל האלטן דרשות איבער וויאזוי צו באהאנדלען קאפוויי אדער אנדערע מיחוש'ן וועט מען זיי ארעסטירן. די איינציגע וואס זיי קענען טון איז העלפן מענטשן אנצוקומען צום ריכטיגן "עדווייזאר" דער דאקטאר וועם זיי רעקאמענדירן פון זייער ערפארונג אז אינעם פעלד פון דאקטוירים איז יענער גאר דער בעסטער.
דאס איז די סיבה צום גאר גרויסן צעמישעניש פון "אוועקלייגן געלט פאר חתונה מאכן" פון וואו עס נעמט זיך.
אידן מיט גאר גוטע מאטיוון וואס זעהן ווי כלל ישראל פלאגט זיך מיט די הוצאות החתונה ווילן העלפן, און זיי קומען כסדר אויף מיט געדאנקען. א חלק טוען אין דעם ענין פון שטעלן דעם עולם אין א סטאנדארט און ס'איז צום באגריסן וואס די עסקנים האבן שוין אויפגעטוהן אין דעם פעלד, וואס ווען נישט זיי וואלט היינט א חתונה אפגעקאסט א פערטל מיליאן דאללער ווי מ'זעהט אין די וועלט וואו די עסקנים יאווענען זיך נישט.
אבער א חלק פון זיי נעמען זיך צום ענין פון אוועקלייגן געלט, וואס דאס פאר זיך איז פשוט א גוטער אינטערנעמונג, מ'ברויך רעדן דערפון, אבער ווען מ'רעדט פון "וואו און וויאזוי" אוועק צו לייגן געלט, דא דארף מען באמת האבן מער ווי סתם עסקנות, ווייל יעדער איז אנדערש באמת, און מ'קען דאס נישט מאכן בשום אופן אלס אנחלת כלל.
איך אליינס האב שוין געהאלטן צענדליגער דרשות אין דעם ענין פון "אוועקלייגן געלט" וכדו', און די אלע מקשיבים וועלן מעיד זיין אז טראץ וואס מיין פרנסה איז אין דעם פעלד, און איך האב די לייסענס און רשות צו טיילן דיעות דערין, בין איך זיך מונע און זאג קיינמאל נישט פאר א ציבור "וואו צו לייגן דאס געלט", סך הכל וועל איך זאגן "גיי רעד צו דיין לאקאלן אדווייזאר דערוועגן".
אמאל אז איינער פרעגט מער דירעקט קען ווערן א שמועס דערפון אבער אלס וועל איך זאגן אז מ'דארף זיצן פריוואט און אויסשמועסן מיט א מענטש אינעם פעלד. ווייל דאס איז דער אמת.
נישט נאר איך, נאר אלע אנדערע אין דעם פעלד וואס זענען אויך עסקנים וועלן אייך זאגן דעם זעלבען, אויב הערט איר אויס זייערע דרשות וועט איר זייער קלאר זעהן זיי רעדן פון אוועקלייגן געלט, אבער נישט פון וואו עס אוועק צו לייגן.
די איינציגע וועלכע גיבן יא "פונקטליכע אנווייזונגען וואו צו לייגן דאס געלט" זענען געוויינליך אדער אומערפארן אין עסקנות, אדער אומערפארן אין די פינאנציעלע וועלט, טראץ וואס צומאל האבן זיי אליינס געהאט הצלחה צו אוועקלייגן און מאכן געלט, דאס מאכט נאך נישט ערפארן אדער קלוג, ולא לחכמים לחם.
אלזא מיט דעם הקדמה האף איך אז איר וועט פארשטיין אז סיי וואס איך שרייב איז נישט "טאקטיש" וואו צו לייגן דאס געלט אדער סיי וועלכע פרטים, נאר "וויאזוי צו באטראכטן, און נעמען ריכטיגע שריט אין דעם ריכטינג מיט א ריכטיגן בליק.
חתונה מאכן רואיג
עס זענען דא צוויי מהלכים וואס מענטשן טראכטן פאר זיי לייגן זיך אריין אין די נושא, ביידע זענען אויפריכטיג צום טראכטן טעאריש, אבער עס שטעלט זיך ארויס אז נאר איינס פון די צוויי האט אמת'דיג געהאלפן מענטשן.
מהלך א':
לעבן מיט א חשבון, חתונה מאכן מיט א חשבון, און זיך האלטן צו א סטאנדארט.
מענטשן האבן א טעות אז דאס מיינט זיך צו אריינלייגן אין א געפערליכן נידעריגן סטאנדארט, אבער דער אמת איז אז סך הכל איז דער געדאנק אז פאר מ'הייבט אן צו ספענדן איבער חתונה מאכן זאל מען וויסן קלאר וואס מ'טוט, אפי' אויב מ'גייט מיט איין זאך מער און איין זאך וויינגער צוליב די אומשטענדן, ווילאנג א מענטש האט א קלארקייט איבער די קאסטן, און א קלארקייט איבער וואס ער פארמאגט אדער קען שאפן, איז שוין דער בילד גאר א צווייטער.
און אין דעם קומט אויך אריין די נושא פון טון דעם חשבון צוזאמען די חתן מיט די עלטערן, און די כלה מיט אירע עלטערן אז יעדער זאל זיין אויפן זעלבן בלאט.
ארויסגעשטעלט האט זיך אז יעדער וואס האט געטון נאר דאס, איז אפגעקומען גאר גוט און גאר שנעל מיט די שוועריגקייטן פון חתונה מאכן.
פארשטייט זיך אז דאס איז נאר די ראשי פרקים, אבער דאס איז דאך דער געדאנק.
מהלך ב':
מאכן מער געלט, אינוועסטירן בעסער די געלט, מאכן די פשוטי המון עם פשוט פאר גבירים דורך ריכטיגע אינוועסטמענטס.
די מעלה דערפון איז אז מ'דארף קיינעם נישט דרוקן וואו צו שפארן, יעדער קען טון וואס מ'וויל ווייל מ'האט גענוג געלט, און פטור אן עסק.
דער געדאנק האט אין זיך מער א רייץ צום אינדיווידואלן איד וואס קען באשטיין צו טראכטן אז עס איז א מציאות, אבער ווי היסטאריע ווייזט איז עס נישט נאר נישט קיין מציאות אז מ'זאל אוועקלייגן געלט סתם אזוי, נאר אז ווען מ'האט שוין יא אוועקגעלייגט האבן נעבעך ריזיגע חלקים פון כלל ישראל דערלייגט דאס געלט.
עס זענען שוין געווען אמאל זייער אסאך אזוינע "גאראנטירטע" פלעצער וואו גאנץ כלל ישראל האט געהאפט צו געהאלפן ווערן מיט עשירות,
און ארויסגעשטעלט האט זיך נעבעך דאס וואס האט זיך ארויסגעשטעלט, ואכמ"ל.
די פראבלעם מיט די זאכן איז אז ווען איין אינוועסטמענט גייט נישט כשורה, קומט א צווייטע וואס ענטפערט די קשי' פון די ערשטע, און ס'זעהט אויס ווי מ'האט געטראפן דעם סאלושן, און הערשט יארן שפעטער ווערט מען געוואויר אז דא איז געווען א צווייטע פראבלעם, און דאן קומט די דריטע וואס האט א תירוץ אויף די ערשטע צוויי און מ'טרעפט זיך מיט א דריטן פראבלעם און אזוי ווייטער.
די וואס בריען זיך אפ פון א דורכגעפאלענעם אינוועסטמענט זענען שוין מער נישט ביכולת צו פרובירן דעם צווייטן וועג, אבער די נייע דור ברענגט פרישע אינגעלייטלעך וואס מיינען אז זיי האבן געכאפט דעם פראבלעם און זיי זענען די קומענדיגע פארלירער פון דור, און אזוי איז חוזר חלילה ליידער.
איך זאג נישט עפעס וואס מ'ווייסט נישט, נאר עפעס וואס די איינציגע וואס ווייסן עס זענען די וואס האבן עס מיטגעלעבט, אבער דאס איז דער מציאות.
לאמיר זיך א דערמאן געבן ווען 20 יאר צוריק איז געווען דער שמועס און די איינציגע טעמע וואס מ'האט געקענט רעדן צו מענטשן פאר חתונה מאכן "מיוטשעל פאנדס".
ס'האט געוויזן א ריטוירן פון 14 פראצענט עווערעדזש.
מ'האט געזאגט אז ס'איז טאקע נישט גאראנטירט אבער מ'קוקט אויף היסטאריע.
די לייף אינשורענס קאמפעני'ס האבן עס איינערקענט אלס א מארקעטינג און אויך פארקופט פאליסיס מיט מיוטשעל פאנדס כדי נישט צו פארלירן דעם קליענטעל, מ'האט פשוט נישט געקענט רעדן צו מענטשן פון סעיוון געלט אין סיי וועלכע סעיווינגס וואס ברענגט גאראנטירט ווייניגער ווי 7 פראצענט, מ'האט גערעדט צו א אומגעלעכערטן שופר.
איך געדענק ווי מענטשן האבן גענוצט די פראזע "ווען די טווין טאוער'ס וועלן איינפאלן וועל איך מיך זארגן אויף מיוטשעל פאנדס"....
דארף איך רעדן מער? ניין, יעדער ווייסט שוין. מ'האט פארלוירן מיליאנען, טראץ וואס דער עווערעדזש פון די פאנדס זענען טאקע אין די ענדע צומאל צוריק געקומען, דער מענטש וואס האט דארט אריינגעלייגט זיין געלט האט ערווארטעט צו קענען חתונה מאכן קינדער דערפון, און נישט אייניקלעך, און רוב פון די מענטשן אפשר גאר 99 פראצענט (איך רעד נישט פון גבירים) האבן נעבעך פשוט דערלייגט דאס געלט און ס'האט גענומען יארן זיך גראד צו שטעלן.
המשך קומט אי"ה קומענדיגע וואך