יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ קריסטאל
ארטיקלען

חתונה מאכן מיט א ניכטערן בליק – חלק ב'

קריסטאל · "היימשטאט" · פרשת בהעלותך תשפ"ה

פארגאנגענע וואך האמיר גערעדט פון די צוויי מהלכים פון חתונה מאכן רואיג, די ערשטע מהלך איז אראפשטעלן א סטאנדארט, די צווייטע מהלך פון אוועקלייגן געלט אין אינוועסטמענטס (מיר רעדן נישט פון אוועקלייגן געלט אין סעיווינגס)

די סיבה פארוואס "מהלך ב'" האט נישט געארבייט אינעם עבר איז ווי פאלגענד:

מענטשן האבן נישט געקענט אוועקלייגן דאס וואס זיי האבן געמיינט זיי גייען אוועקלייגן (איר וועט באלד לייענען אי"ה די כללים וואס מאכן דאס א וויכטיגן נקודה, און וויאזוי דאס צו עלימינירן)

מענטשן האבן ארויסגענומען ווען מ'האט נישט געטארט "פינאנציעל גערעדט" ארויסנעמען (נישט ווייל זיי האבן געוואלט, נאר ווייל זיי האבן געמוזט. רעדט צו זיי)

די מארקעט האט געוויזן אז ווען ס'מאכט אפ צו גיין אויף אראפ אין אן אנדערן סייקל ווי ביז היינט איז עס פולקאם בארעכטיגט אזוי צו טון, און דאס געשעהט יעדע פאר יאר מיט אן אנדערן ווינקל פון די מארקעט, כידוע ליודעי חן. (און אדרבה קוקט אויף היסטאריע וועט איר זעהן אז די מארקעט גייט אלעמאל אינגאנצן אנדערש, און האט נישט קיין שייכות צו זיין היסטארישן אויסקוק, אויסער פאר די אינסטיטושענעל אינוועסטער'ס וואס גייען אויף געוויסע מהלכים וואס זיי האבן זיך פשוט אראפגעשטעלט אלס בענטשמארקס ווען צו טוישן רוטין, יא גערעכט אדער נישט גערעכט, פשוט ווייל דאס איז א וויכטיגע זאך אין אינוועסטן, נישט צו פאלן פאר געפילן, מוז מען אראפשטעלן געוויסע בענטשמארקס. דאס ארבייט נישט פארן אינדיווידועלן אינוועסטאר וואס אינוועסט זיין אייגן געלט)

די ריסק טאלערענס פון דעם ציבור איז בכלל נישט דאס וואס מ'מיינט ווען מ'הייבט אן דעם אינוועסטמענט, און דאס האט צו טון מיט אסאך טעמים.

(און דאס איז א שמועס פאר זיך, וואס מענטשן פארשטייען נישט וואס דאס מיינט בכלל, מ'רעדט זיך איין אז נעמען ריזיקע האט צו טון מיט געפילן אדער לאגיק, און עס איז בכלל נישט די איינציגע מעסטער צו קוקן, עס איז פיל מער דער געדאנק צו קוקן וואספארא סארט געלט דער מענטש אינוועסטירט, צו דאס איז זיין ערשטע געלט -געלט וואס ער קען נישט בשום אופן פארלירן – אדער איז עס געלט וואס ער קען מקיים זיין דעם שלח לחמך און ברוב ימים עס טרעפן. דאס איז א לענגערע שמועס, און מיר וועלן אי"ה פרובירן צוריק צו קומען דערצו)

א מענטש איז נישט קיין טשארט, ער קען קאמפעירן צוויי טשארט'ס וואס וואקסן איינס מער און איינס ווייניגער, אבער אויב וויל ער אריינלייגן זיין אויסגעהארעוועט געלט פאר א ספעציפישן קאסט וואס גייט אינטערקומען, מוז ער נעמען אין באטראכט זיין גאנצע פינאנציעלע לעבן,

ער מוז וויסן אז דאס געלט וואס מ'לייגט אריין אין סיי וועלכע אינוועסטמענט וואס איז נישט גאראנטירט, טאר נישט זיין פאר ער האט אוועקגעלייגט געלט אין גאראנטירטע פלעצער, (דאס זאג איך נישט מדעת עצמי, נאר יעדער ווער ס'האט שוין אונטער זיך 20 יאר פון זיך פלאגן פאר פרנסה און חתונה מאכן קינדער וועט אייך מודה זיין דערצו)

ער מוז וויסן אז אויב ווען ער דארף די געלט קען ער נישט ארויסנעמען דארף ער האבן א פלאן ב' פון וואו צו נעמען און דאס קען נישט געשעהן אויב האט ער געטון אינוועסטמענטס פאר ער האט געהעריג באהאנדלט סעיווינגס. און געדענקען אז במציאות אין יעדע אידישע שטוב איז דא ווען מ'מוז צו מ'וויל צו נישט, ארויסנעמען געלט צום נוצן.

ער מוז האבן אומגעהויערע כוחות נישט צו פאלן א קרבן פאר א מארקעט קארעקשאן, אדער פאר די נעקסטע גרויסע גדולה וואס איינער וועט אויפקומען אין 5 יאר ארום וואו מ'קען מאכן דאפלט, און דערלייגן אלעס.

דאס מיינט נישט צו זאגן אז אוועקלייגן געלט אין אן אינוועסטמענט איז א שלעכטער געדאנק, אדרבה ס'איז גאר א גוטער געדאנק, און אפשר גאר א חיובא רמיא וואס דער מענטש דארף שטרעבן צו קענען טון.

ס'זענען דא אינוועסטמענט עדווייזאר'ס וואס וועלן אייך אנווייזן אויף ריעל עסטעיט אינוועסטמענט טראסטס, (ואוו מ'קען אריינלייגן קליין געלט און הנאה האבן פון ריעל עסטעיט וואס הייסט א גאר שטארקע אינוועסטמענט)

ס'דא וואס וועלן אייך ווייזן אויף געוויסע העדזש פאנדס, מ'יוטשעל פאנדס, און די עס ענד פי 500 וכדו'.

אלעס וועט זיך ווענדן אין די אויבנדערמאנטע כללים. פון וואו קומט דאס געלט? וואו דארף דאס געלט גיין? און וויפיל געלט אויסער דעם האט דער מענטש אוועקגעלייגט גאראנטירט?

עס קאסט נעבעך א שמייכל ווען מ'הערט אינגעלייטלעך רעדן פון פארשידענע נעמען פון אינוועסטמענטס וואס זען אויס כחדשים בעיניהם, און זיי מיינען אז דער עלטערער דור האט פשוט נישט געוואוסט דערפון און מ'האט זיי באקריוודעט מיטן נישט לאזן וויסן דערפון, עס שפירט זיך ווי דער טאטע וואס זיצט שבת ביים טיש און די קינדערלעך פרובירן מסביר צו זיין דעם טאטן די חילוק פון שומר חנם און שומר שכר, און ווארטן צו זעהן דעם פארוואונדערטן טאטנס בליק... עס איז ליידער כמעט די זעלבע, אבער לאמיר גיין ווייטער

אין די וועלט פון אינוועסטמענטס איז באקאנט דער אומאפגעפרעגטער "פיראמיד" וואס ווערט גענוצט דורך יעדן איינשטענדיגן עדווייזאר, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אקוראט און אויפריכטיג.

א פיראמיד איז א טורעם, עס הייבט זיך אן גרויס פון אונטן און ענדיגט זיך שיעף און שמאל פון אויבן א שטייגער ווי די מצרישע פיראמידן.

ס'הייבט זיך אן מיטן יסוד, וואס ווערט אנגערופן "פראטעקשאן".

א מענטש קען נישט טון גארנישט פאר ער האט געטון פראטעקשאן, ווייל אין פאקט ווען דער מענטש לעבט פאסירן זאכן וואס צעווארפן די קארטן אויב האט ער דאס נישט געטון ערשט.

וואס הייסט פראטעקשאן?

פראטעקטן זיין דזשאב. (דיסאביליטי אינשורענס וכדו') האבן א סטאבילע פרנסה, און נישט שפרינגען צו אינוועסטמענטס ווען ער האט נאך נאר א חלום וואס ער "האפט רייך צו ווערן דערפון".

לייף אינשורענס

פייער און אנדערע פארמעגן אינשורענס. וכדו'.

א אימערדזשענסי פאנד פאר אומפאראויסגעזעהנע עקספענסעס.

די צווייטע שטאק פונעם פיראמיד הייסט "סעיוויניגס".

לאמיר דאס נישט פארמישן מיט אינוועסטמענטס.

פשט פון דעם איז אז דער מענטש מוז קודם האבן אוועקגעלייגט "גאראנטירט" געלט, פאר "גאראנטירטע" עקספענסעס.

מ'קען נישט אריינלייגן גאראנטירטע "ביללס" צו באצאלן, דורך א אומגאראנטירטע מקור פון געלט.

סעיווינגס מוזן האבן די פאלגענדע כללים, כדי צו זיין סוקסעספול דערמיט.

ס'מוז זיין א התחייבות צו אריינלייגן (דאס מיינט אז ער לייגט אריין דעם סעיווינגס אלס א חלק פון זיין אנגייענדע בודזשעט, און עס ווערט א חלק פון די קאסטן פון זיין לעבן)

עס מוז זיין גאראנטירט. (עכ"פ דער קרן)

עס מוז זיין אוועילעבל צום נוצן ווען די צייט קומט און מ'דארף עס. (ווען דער ציהל פון די געלט ווערט פעליג, למשל ביי חתונה מאכן אדער בר מצוה מאכן וכדו' מוז ער קענען נעמען די געלט אן קיין שום תנאים אדער אנדערע מארקעט אדער וועלכע שוועריגקייטן, אדער אפי' ער זאל מוזן אויספילן א אפליקאציע מיט קרעדיט וכדו' טאר אויך נישט זיין)

אויב קען עס מאכן א פראצענט אויפן געלט מה טוב ומה נעים, אבער די עיקר איז אז די געלט זאל ליגן אפגעזונדערט אין א פלאץ וואו ס'איז גאראנטירט.

די דריטע שטאק פון דעם פיראמיד איז "וואוקס".

דאס הייסט אז נאכדעם וואס א מענטש האט מסדר געווען אז ער זאל נישט זיין חייו תלוים מנגדו און אז זיין ווייב און קינדער זאלן האבן א רואיגע שטוב און אטמאספערע דורך טון וואס מ'דארף גאראנטירט, מעג ער און אפשר גאר זאל ער פרובירן צו אינוועסטירן אין פלעצער וואו מ'קען וואקסן שענער, און האפנטליך פארדינען אין דעם לאנגן טערמין שיין געלט, אזוי ווי אסאך האבן שוין ב"ה באוויזן.

אזא מענטש מוז זיך אויך קענען גוט, און מאכן די ריכטיגע באשלוסן, און בעטן דעם אויבערשטן אויף הצלחה אזוי ווי אלעמאל, אבער אויב רעדט ער מיט א אויפריכטיגן עדווייזער קען ער פארן בעז"ה זייער גוט.

עס איז אן הערליך בילד צו זעהן ווי מענטשן וואס זענען געגאנגען אויף דעם וועג לעבן מיט א זעלטענעם רואיגקייט, סיי ווייל דער מציאות איז אז זאכן גייען נישט אלס ווי מ'מיינט.

אבער נאך מער פון דעם, אפי' דער גרעסטער אינוועסטירער וועט מודה זיין אז עס אינוועסט זיך אנדערש, און ס'מאכט זיך בעסערע באשלוסן און קלוגערע דעסיזשאןס אין אינוועסטמענטס ווען מ'האט געלט אוועקגעלייגט מיט א רואיגקייט און מ'ווייסט אז מ'וועט נישט ווערן ממש אפעקטירט אינעם טאג טעגליכן לעבן אויב זאכן ארבייטן נישט פונקטליך אויס.

דער כלל איז אז א מענטש קען נישט מאכן קיין ראציאנאלע באשלוסן ווען זיין גאנצער האב און גוטס ליגט אין אינוועסטמענטס, און דאס איז ממש אזוי ביי יעדן, אויסער ביי די וואס האבן טאקע דערלייגט זייער האב און גוטס, און יארן לאנג באוויינט דעם פאקט אז זיי האבן געכאפט לאקשן פאר די זופ איז געווען געקאכט.

טייערע לייענער, איך ווייס אז איר האט אסאך פראגעס, און איך גיי אביסל שטייטעלעך, און פאר פילע וואס זענען מורא'דיג פארקאכט אין די נושא אויף א רעליגיעזן פארנעם איז שווער צו לייענען אזוי, בעט איך אייך דאך איר זאלט מיר גלייבן אז איך וועל אי"ה פרובירן אנצוקומען צו ענטפערן אלע פראגעס, אזוי לאנג ווי זיי ווערן געפרעגט מיטן ציהל צו הערן אן ענטפער.

צום שלוס פון דעם חלק אין די סעריע.

עס איז דא א מהלך וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו ארבייטן, און עס איז דא א מהלך וואס האט זיך ארויסגעשטעלט נישט צו ארבייטן. אודאי איז דא אין יעדן כלל א יוצא מן הכלל, א מענטש וועם ס'איז געלונגען צו גיין אויף שפילקעס און נישט צושטאכן ווערן, מענטשן וואס האבן אסאך געלט און קיינמאל נישט געדארפט קאווערן א געקראכטן טשעק, קיינמאל נישט געדארפט אנטלויפן פון בעלי חובות, אייביג אפגעצאלט זייער שכר לימוד אין עדווענס, און קענען נישט פארשטיין דעם פשוט'ן איד וואס האט נישט די אלע בענעפיטן, אבער מער ווייניגער איז דאס שוין נאר א תוצאה וואס אויב איז עס אייך געלונגען וועט איר לאחר המעשה קענען דאנקען דעם אויבערשטן למפרע, אבער ס'איז זייער אומווירקזאם דאס צו מאכן פאר א פלאן, עס איז ליבערשט א חלום.

און פאר מ'גייט ווייטער וויל איך פאר די אידן בעטן אז זיי זאלן אזוי גוט זיין און אמת'דיג אריינטראכטן וויאזוי דער טאג, וואך, חודש און יאר גייט, וויפיל מאל עס איז דא ווען זיי וואלטן פארקויפט א שטוב אין די דירה צו קענען אפצאלן א חוב וואס לאזט נישט שלאפן.

און אין דער זעלבער צייט די אידן וואס פארקויפן אז "יעדער קען רייך ווערן" וואס די האבן ב"ה מצליח געווען אין זייער אייגן לעבן דערמיט, וויל איך פרעגן:

ווען האט איר געקאווערט א געקראכטן טשעק דאס לעצטע מאל?

ווען האט איר געהאט חובות דאס לעצטע מאל?

ווען האט איר געדארפט צוריק לייגן זאכן פון דעם וועגעלע אין גראסערי ווייל איר קענט עס נישט אפארדן?

ווען האט איר געדארפט בעטן א פעימענט פלען פון דעם לענדלארד צו קענען נאכקומען די רענט?

און צו האט איר שטאטישע פראגראמען אייך צו העלפן נאכקומען די טאג טעגליכע הוצאות.

אויב דער תירוץ אויף די אויבנדערמאנטע שאלות זענען: א לאנגע צייט צוריק, אדער קיינמאל נישט, דאן זייט אזוי גוט און רוקט אייך אין די זייט און לאזט די עסקנים טון וואס 'מדארף מיט די איבעריגע 97 פראצענט פון די מענטשהייט וואס האבן נישט דעם סארט הרחבה, ווייל איר זענט קלאר נישט קיין מאדעל פארן פשוט'ן המון עם.