יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ קריסטאל
ארטיקלען

חתונה מאכן מיט א ניכטערן בליק - חלק ג'

קריסטאל · "היימשטאט" · פרשת שלח תשפ"ה

צום קרעדיט פון די עסקנים און קהלות אין אונזער דור, איז ביי אונזערע קרייזן געווען א שטארקער תיקון, סיי מיט די תקנות פון קהלות, און בעיקר די אויפוואכונג וואס דאס האט געברענגט אז סתם מענטשן וואס האבן יא אביסל די כוחות האבן געקענט איינער מער איינער ווייניגער זיך שטארקן און זיך האלטן צו א געוויסן סטאנדארט.

מ'דארף איינערקענען אז ווען נישט די אלע פעולות וואלט היינט געקאסט א חתונה אזוי ווי ביי די באכארישע אידן אין די הונדערטער טויזנטער דאללער. אשרי להם ואשרי חלקם פון די עוסקים בצרכי ציבור באמונה.

לאמיר א מינוט רעדן איבער סטאנדארטן.

מיר וועלן עס צוטיילן אין 3 חלקים, וואס האפנטליך וועט דעקן דעם נושא פולקאם.

דער ערשטער פראבלעם ביים "לעבן אין א סטאנדארט" איז חסרון ידיעה.

מענטשן ווייסן פשוט נישט זייער סטאנדארט, דאס מיינט אז אמאל איז דא איינער וואס האט גענוג געלט, און לעבט קארג (נישט קיין חסרון, אבער פארט א פאקט וואס קומט פון חסרון ידיעה) און אמאל איז דא איינער וואס האט נישט גענוג און לעבט זייער ברייט. (א גרויסער פראבלעם)

דער וואס לעבט קארג און בצמצום צוליב חסרון ידיעה וועט טאקע נישט האבן דעם חתונה מאכן פראבלעם מצד פינאנציעלע אורזאכן, אבער ליידער האב איך שוין גענוג מיטגעהאלטן ווי שטובער זענען סתם אזוי חרוב געגאנגען ווייל דער טאטע אדער די מאמע, און אמאל ביידע, האבן דעם שרעקליכן ענקזייעטי פון זיין געלטלאז, און זיי ברענגען אין שטוב א געוואלדיגע צמצום מיט פחדים וואס ברענגט א אומגעזונטן אטמאספערע – שיין געזאגט.

אבער איך בין נישט דא צו זיין א פסיכיאטאר, נאר מעורר צו זיין אז ווען די אידן וואלטן געהאט אן השגה וויפיל זיי האבן און וויפיל די לעבן קאסט זיי, וואלטן זיי רואיגער געלעבט אפשר, און די קינדער וואלטן אויסגעוואקסן אין א רואיגערע אטמאספערע.

לענינינו איז אבער דער פינאנציעלער פראבלעם פון די אנדערע סארט, די וואס האבן נעבעך נישט גענוג אדער ממש נאר צום לעבן שפארוועדיג, אבער זיי ווייסן דאס נישט.

דעריבער איז חלק א' אין סטאנדארט וויכטיג צו וויסן די פאקטן, די ציפערן. וויפיל גייט אריין און וויפיל גייט ארויס. מ'רעדט נישט יעצט פון "טוישן" סטאנדארטן, מ'רעדט פון "וויסן" סטאנדארטן.

דאס איז דער ערשטער טריט צו א געזונטער פינאנציעלער הויז.

מ'דארף נישט פאר דעם האבן קיין הילף פון קיין ארגעניזאציעס, וואס דאס איז אויך א שרעקליכער טעות פון מענטשן, מ'רעדט זיך איין אויף יעדע אומבאקוועמליכקייט אז מ'דארף שוין אינסטיטוציאנאלע הילף. און דער פראבלעם מיט דעם איז אז ווען א ארגעניזאציע איז א גוטע און מיינט עס אמת'דיג, וועלן זיי נעמען אסאך מער שריט צו צוימען, צוליב זייער אחריות, און אסאך מאל ווערט דאס צום סוף נישט אויסגעפירט צוליב די שווערע טוישן אין לעבנסשטייגער.

פונקט ווי א מענטש וועט פרובירן נישט צו אנקומען פאר א קלייניגקייט צום דאקטאר נישט צו דארפן דורכגיין מער ווי מ'ברויך טעסטן אדער אנדערע שוועריגקייטן, און מ'גייט נאר ווען מ'דארף טאקע, די זעלבע איז ביי גיין צו הילף ארגעניזאציעס פאר "בודזשעטן", עס איז נאר כדי ווען מ'שפירט אז מ'האט טאקע א פראבלעם.

דער נארמאלער פשוט'ער מענטש וואס האט א געהעריגע שטוב, און איז נאך נישט פארפלאנטערט, דארף נישט מער ווי זיך אראפזעצן איש וביתו, און איבערגיין די פאקטן.

(איך מוז קלארשטעלן, מ'מעג גיין צו ארגעניזאציעס, און אודאי אויב מ'שפירט אז מ'דארף יא הילף, איז עס נישט קיין בושה אדער א שלעכטע זאך, זיי זענען אלע דא צו העלפן)

מ'רעדט שוין נישט אויב קומט מען אן צו א ארגעניזאציע וואס מיינט נישט כולו לש"ש, וועט דער וואס האט יא געלט און רעדט זיך נעבעך איין ער דארף הילף, ארויסגיין מיט ליידיגע קעשענעס פון צאלן די "קאנסאלטינג" קאסטן, און די ווייסן וויאזוי מ'מאכט א לעבן אויף די אידן. (איך רעד נישט אויף קיינעם ספעציפיש, מ'דארף נאר זיין פארזיכטיג)

די סיבה פארוואס איך האב מפסיק געווען צו רעדן פון דעם חלק איז ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך מונע פון טון אין בודזשעטינג ווייל זיי מיינען אז דאס איז א גרויסער קאמפליצירטער עסק, און ס'איז לגמרי נישט.

צו וויסן דעם מציאות דארף מען פשוט "קוקן" און צולייגן א טראפקעלע מחשבה.

ס'מוז ווערן געטון צוזאמען מיט די בני בית, די שותף אין דעם שטוב, אנדערש איז דער גאנצער בודזשעט נישט קיין גרויסער הילף. (אויב וועט אויספעלן וועל מיר נאך רעדן פון דעם חלק מער)

דער צווייטער חלק אין "לעבן מיט א סטאנדארט" איז:

קליינע טוישן

צו טוישן א לעבנסשטייגער פון א מענטש איז שווער. צו טוישן פון א משפחה איז סאך שווערער. פארשטייט זיך אז ווי יונגער די משפחה אלס גרינגער, אבער פארט איז עס שווער, אפי' נאר צו טוישן א מאן און א ווייב איז שווער.

דעריבער, נאכדעם וואס "ביידע" פארשטייען דעם "מציאות", איז וויכטיג אז "ביידע" זאלן איינשטימען צו מאכן קליינע שינויים אין לעבנסשטייגער.

מ'דארף נישט זיין קיין גרויסער עקספערט צו קענען דערשפירן וועלכע פון די שינויים זענען ריכטיג, אבער אלס א כלל איז וויכטיג צו גיין אויף דעם סדר:

קודם די זאכן וואס מ'טוט פשוט ווייל מ'טראכט נישט. מ'דארף עס אפי' נישט באמת, מ'האט נאר קיינמאל נישט אריינגעקלערט ווי אומוויכטיג ס'איז

דערנאך די זאכן וואס מ'קען האבן ביליגער די זעלבע.

דערנאך אפשר טרעפן זאכן וואס מ'דארף אפשר יא, אבער מ'קען לעבן אנע דעם, און ס'וועט נישט אפעקטירן קיינעם צו שטארק.

פארשטייט זיך אז אמאל ווען דער פראבלעם איז שוין שטארק דארף מען מאכן געהעריג סוירדזשערי, ליידער בין איך שוין געווען אסאך אינוואלווד אין אזוינע זאכן, ס'איז גאר אומבאקוועם און שווער, און דארף געוויינליך יא הילף פון אינדרויסן, אבער דא רעד מיר נאך פון "פראעקטיוו" טון וואס מ'דארף.

די דריטע פאזע אין דעם "דערקענען דעם סטאנדארט" איז איינצושטעלן א אפענע דיאלאג מיט די שטוב, און אפי' מיט די קינדער, איבער די מיינונג און שיטה פון לעבן ווי א מענטש, און די שיינקייט פון לעבן פאר זיך און נישט פאר יענעם, און אז "געלט" וואקסט נישט אויף א בוים.

מ'כאפט נישט צומאל ווי וויכטיג אזא אפענער דיאלאג איז, און ווי שטארק דאס שטעלט אוועק די יסודות פון קינדער ווען זיי זאגן דאס פאר חברים און לעבן מיט דעם אז ביי מיינע עלטערן איז נישט קיין הפקר וועלט, מ'לעבט מיט א חשבון. זיי ווערן צוגעוואוינט אז דאס איז נישט נאר דער נארמאלער וועג, נאר דער העכערער און געשעצטער וועג. זיי קוקן אראפ די וואס לעבן אן קיין חשבון אויף צו געפעלן פאר אנדערע.

מיט אזוינע קינדער ווען ס'קומט צו חתונה מאכן קען מען גרינג אנקומען צו א ביליגערן פרייז.

צום שלוס, א ווארט צו די וואס לעבן אין א העכערן סטאנדארט ווי דאס וואס זייער טאש ערלויבט זיי:

די איין און איינציגסטע סיבה צו לעבן אזוי איז נישט ווייל מ'ברויך די שוואויל טאג, נאר ווייל מ'וויל ווערן רעספעקטירט ביי אנדערע, און אמאל ביי א ספעציפישע גרופע וועם מ'זוכט צו געפעלן.

לאמיר אייך ברעכן די נייעס: אויב האט איר נישט קיין געלט און איר נוצט געלט וואס איר האט נישט, וועט איר קיין רעספעקט נישט באקומען, און די נאנטסטע מענטשן וועם איר זוכט צו געפעלן רעדן איבער אייער התנהגות ווי פון א קרענק פון ווילדע שוועמל, פרובירט אמאל צו הערן וואס זיי רעדן שטיל ווען איר הערט נישט און איבערצייגט אייך אינעם מציאות.

לעומת זה, אויב לעבט איר א ערליך אויסגעהאלטן לעבן, זענט איר רעספעקטירט ביי אלע, אפי' ביי די וואס האבן יא מער, נישט נאר אז זיי פארשטייען אייך, נאר זיי רעספעקטירן אייך פארן האבן עפעס וואס ווייניג האבן: דעת!

דאס אויפרייסן זיך מיט אומפארמעגליכקייטן, איז ווי זיך שטעלן זינגען פארן ציבור ווען איר האט נישט קיין שטימע, מ'וועט אייך זאגן א יישר כח נאכן ענדיגן, אבער איר ווייסט אויך וואס מ'וועט טראכטן און שמועסן ווען איר זעהט נישט. ס'איז א שאדע זיך צו מבזה זיין פאר גארנישט.

ווען דער סטאנדארט איז שין קלאר, הערשט דאן קען מען אנהייבן קלערן אביסל פון דעם צוקונפט.

איין קליינע נקודה איבער סטאנדארטן וואס דארף קלאר פארשטאנען ווערן בעפאר מיר רעדן פון "צוקונפט", איז אז אפי' ווען דער מענטש האט גענוג געלט צו לעבן אויף א העכערן סטאנדארט איז ער קיינמאל נישט זיכער וואו זיינע קינדער וועלן אנקומען פינאנציעל, און מ'מוז איינגעוואוינען די שטוב צו לעבן נארמאל, ווייל ליידער שטעלט זיך ארויס אז קינדער וואס קומען פון רייכע שטובער וואו געלט איז געווען מיסט האבן זיך גאר שווער געקענט צוגעוואוינען צו א נארמאלן לעבנס שטייגער, און דאס האט שוין געברענגט חרבנות וואס זענען מעוות לא יוכל לתקן. דעריבער יאז א פליכט אויפן מענטש אפי' ווען ער קען יא ארויסגיין פון די גרעניצן פון נארמאל, אנצוהאלטן א נארמאלן לעבנסשטייגער.